☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » "בלאט" פלעק, מהו?

"בלאט" פלעק, מהו?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7384

קינד_אן_קייט » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:24 am

· #228999
"בלאט" פלעק, מהו?
כ'וואונדער מיר אז ס'האט מיר נישט געוואונדערט פריער, ובכן, שאלה לי אליכם חכמי הלשון:

צו מיינט דאס ווארט "בלאט", אליינס א פלעק, אדער צו מיינט דאס א סארט (אדער א געוויסער מאס) פון א פלעק?

לכאורה מיינט דאס א "ווייסליכער" סארט פלעק און עס איז מלשון "בלאטערן" (שחין) וואס איז אויך ווייסליך. אבער אויב איז דאס ריכטיג, איז מערקווירדיג אז מען ניצט נישט "בלאט" אלץ "ווייס" אין אנדערע קאנטעקסטן.

ווידעראום, אויב מיינט דאס א פלעק אליין, וואס דאן איז דער מקור לכאורה ריין ענגליש (blot), איז טאפלט* שווער:

[list]א' - צו וואס האט אויסגעפעלט בארגן אן ענגליש ווארט ("בלאט") אויב עס גיבט נישט גארנישט צו צום אידישען ווארט ("פלעק"),
ב' - פארוואס חזר'ט מען איבער דעם ווארט צוויי מאל מיט אן עם הארצות דוגמת "מים אחרונים וואסער" און "גוט יום טוב"?
[/list:u]

* 🙂

ונבנתה העיר » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:28 am

· #229000
און איך האב אלץ געוואוסט אז עס איז א פלעק וואס קומט דורך א בלעטל אויפן בוים.

פליקער » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:30 am

· #229001
א בלאט איז א בלעטעלע, א בלאט פלעק איז א קראץ אויפן אתרוג (נאך איין מזל איך קען די ווארט ספעלען) וואס איז פארקראצט געווארן דורך א בלעטעל, ועזבע"ח ליל הושענה רבה. איך האף אז איצט וועסטע שוין קענען איינשלאפן.

קינד_אן_קייט » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:49 am

· #229004
ונבנתה העיר
און איך האב אלץ געוואוסט אז עס איז א פלעק וואס קומט דורך א בלעטל אויפן בוים.

פליקער
א בלאט איז א בלעטעלע, א בלאט פלעק איז א קראץ אויפן אתרוג (נאך איין מזל איך קען די ווארט ספעלען) וואס איז פארקראצט געווארן דורך א בלעטעל

זייט ווען איז א בלעטעלע א בלאט?

לית דין בר נש » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:58 am

· #229006
כונבנתה ופליקער
ופשוט הוא
יא א בלעטעל איז א בלאט! און אזוי ריפט מען א פאפיר אויך א בלעטעל און א בלאט

בשבילי! » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 2:01 am

· #229007
ונבנתה העיר
און איך האב אלץ געוואוסט אז עס איז א פלעק וואס קומט דורך א בלעטל אויפן בוים.

קינד_אן_קייט » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 2:16 am

· #229009
טאקע כמעט נמנו וגמרו, אבער כ'בין פארט שווער איבערצייגט.

איז דען פארהאן נאך א אויסדרוק וואו מען ניצט בלאט אויף א בלעטל? א שטייגער ווי מען זאל זאגן: "רייס נישט אראפ דעם בלאט פונעם בוים", דאכט זיך אז נישט.

וואס עפעס דא איז דער בלעטל געווארן גלאט א בלאט?

אפשר מכח סלענ"ג. וצ"ע.