☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » נייע פילם: Exodus Gods and Kings

נייע פילם: Exodus Gods and Kings

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7382

הוגה » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:12 pm

· #228917
נייע פילם: Exodus Gods and Kings
אינטערעסאנט אז עס איז (דאכציך) נאך נישט אופגעברענגט געווארן די געוואלדיגע טשארלטאן העסטאן (שפילט משה) פילם, The Ten Commandments. דער 1956 פילם טוט געוואלדיג אראפמאלן די שעבוד מצרים, די מכות, יציאת מצרים און מתן תורה.

אין בערך אכט וואכן קומט ארויס א פרישע פילם מיט די נאמען Exodus Gods and Kings. ווי עס זעהט אויס האבן זיי געמאכט א געוואלדיגע דזשאב מיט די ספעשל אפעקטס פאר די מכות און קריעת ים סוף. גלייבט מיר נישט, גיבט א קוק אויף די טרעילער.


.
Exodus2014Poster.jpg 10Command56.jpg

קינד_אן_קייט » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 2:01 am

· #229008
כ׳האב פונקט היינט אביסל שטודירט דעם נייעם פילם, און אנדערש ווי דער דורכגעפאלענער ״נח״ (לדעתי), קומט דאס פאר צו זיין גאנץ אינטערעסאנט.

רידלי סקאט איז א דירעקטאר מיט אן אפעטיט פאר דראסטישע עפישע פראדוקציעס (כבר איתמחי גברא ב״דער גלאדיאטאר״, ועוד), און זיין רייץ אלעמאל צו מאכן עפעס נאך גרעסער פונעם פריערדיגן זאגט פאר אן אויגן פארכאפענדער פילם. דא שמועסט ער אביסל אויס וואס מען קען ערווארטן.

לגבי די מעשה גופא (storyline) איז שווער צו אנטשיידן בלויז פונעם טרעילער ווי אינטערעסאנט ס׳וועט זיין, בפרט פאר אונז. ס׳איז שוין ניכר אז ס׳פאלגט נאך אן אנדערע מהלך ווי דאס וואס מיר ווייסן, און מער ענליך צום אנימאציע ווערסיע ווערט דאס פארגעשטעלט ווי א געפעכט צווישן צוויי ברודערליכע פרינצן (פרעה און מאזעס).

דאס נעמען כרישטיען בעיל אלץ מאזעס איז אויך אן אינטערעסאנטער אויסוואל, ער איז גאנץ פיין געווען אלץ בעטמאן אבער איז עפעס צו שוואכליך פאר אזא כריזמאטישער געשטאלט.

ימים ידברו.

כוכב » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 12:22 pm

· #229022
נאכ'ן זען די טרעילער האט זיך היינט געזאגט אז ישיר מיט אנדערע מוחין, כמעט וואס עס האט זיך מיר אויפגעהויבן די פאלעס ביים אריבערגיין דעם טייך ווי דער רבי ר' שמעלקא. ישר כוח הוגה.

קינד_אן_קייט » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:33 pm

· #234519
נייע טרעילער:


Epic

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:47 pm

· #234558
וואו! זעט אויס אז אנדערש ווי די ארגענעלע The Ten Commandments מאכט ער מען אן epic war film, בדומה צו גלאדיאטאר, 300, Troy, ובדומיהן. ווי משה ווערט אויסגעמשל'ט אלץ די גיבור מלחמה וואס פירט אן זיין ארמיי קעגן רעמסס'נס זעלנער ביים ברעג פון ים סוף. שוין, וועלמער צוווארטן צו זען וואס קאכט זיך אויס.

גרונם » דינסטאג מערץ 10, 2015 12:38 am

· #257709
קאפי?

בן נריהו » דינסטאג מערץ 10, 2015 12:52 am

· #257713
[ציטאט אראפגענומען]

צו ארונטערלאדענען דיזע פילם, פילע ווייעכווערק זענען רעכטהאנטיג. א גוטזארגפעליגקייט באגייט - דער וואס טוהט עס אויף דראפבאקס לייגען.

יאיר » דינסטאג מערץ 10, 2015 1:27 am

· #257717
ווייעכווערק פילייכט - סאפטוועיר באדייט עס. קומען קומט עס - אפשר פון גוגל טייטש.

כוכב » דינסטאג מערץ 10, 2015 11:31 am

· #257733
אדער גאר איז עס - א טראלל - שפילן שפילט ער - נארישן שפיל דעם.

איך אויך » דינסטאג מערץ 10, 2015 12:03 pm

· #257735
לעבן לאזן לאזט-ווילאנג שטערן שטערט ער נישט-פערזענליך נעמט עס נישט.

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 10, 2015 12:30 pm

· #257742
כוכב
אדער גאר איז עס - א טראלל - שפילן שפילט ער - נארישן שפיל דעם.

אנגערופען נישט איך וואלט - א נייע ניק מיט א צונאמען. נער'יש איז דער - וואס פארטרייבט נייע טאלאנט.

בן נריהו » דינסטאג מערץ 10, 2015 12:53 pm

· #257746
די גוטזארגפעליגקייט בין איך זעלבסט באגאנגען - א ווייעכווערק פאר דעם האב איך געטראפן. מאכן א ווענדעניש צו די פרוואטע זענדונג קעסטעלע - קען טוהן דער וואס א לינק ער וויל.

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 10, 2015 12:56 pm

· #257747
פישלע העררינג
כוכב
אדער גאר איז עס - א טראלל - שפילן שפילט ער - נארישן שפיל דעם.

אנגערופען נישט איך וואלט - א נייע ניק מיט א צונאמען. נער'יש איז דער - וואס פארטרייבט נייע טאלאנט.

הערינג פישל - וואס טון אבער מ'זאל - אז טוט ער - אויף די געהירן קריכן? נישט זיי - אזוי נאאיוו. נריהו אין ישיבה זיצט - און ליצנות פון דיר טרייבט. #שנייד_די_קרעפלעך

איך אויך » דינסטאג מערץ 10, 2015 1:34 pm

· #257751
קליקן קליק-נודניק קנעפל.

בן נריהו » דינסטאג מערץ 10, 2015 1:51 pm

· #257753
איך אויך
קליקן קליק-נודניק קנעפל.

גשריבען האב איך - מער פון צוואנציג מעלדונגען. געטשעפעט קיינעם קיינמאהל - עפעס וואס זאגן דו קענסט נישט.

אויב מיין פראויז די האַסט - בלויז נאך א רינגעלע אין דיין קייט פון האסליכע מעלדונגען איז עס.

צו דער זאך זענען - מיינע אלע מעלדונגען. נודניק זיך אליינס - אונז אלע וועלן געניסן.

^-^

* איז קאווע שטיבל פון אייביג אן - אזוי אומטאלעראנט און העסליך קייגן איינעם מיט אן אפנויט? צו מוז יעדער אין א באשטימטע קאסטען - זיך איינארדענען צו געפעלען? (וועמען?)

קינד_אן_קייט » דינסטאג מערץ 10, 2015 1:56 pm

· #257754
[ציטאט אראפגענומען]

יישר כוחכם, אבער דא עקא אז דער קוואליטעט (סיי די ווידאו און סיי די סאונד) איז גאר שוואך (ס׳זעהט אויך אויס אפגעשניטן פון אונטן).

וועלמיר ווארטן ביז א העכערע קוואליטעט קומט אפיר.

petergrifin » דינסטאג מערץ 10, 2015 2:47 pm

· #257759
קיינער האט נישט געהערט פון torrent download?

petergrifin » דינסטאג מערץ 10, 2015 2:50 pm

· #257760
בן נריהו
איך אויך
קליקן קליק-נודניק קנעפל.

גשריבען האב איך - מער פון צוואנציג מעלדונגען. געטשעפעט קיינעם קיינמאהל - עפעס וואס זאגן דו קענסט נישט.

אויב מיין פראויז די האַסט - בלויז נאך א רינגעלע אין דיין קייט פון האסליכע מעלדונגען איז עס.

צו דער זאך זענען - מיינע אלע מעלדונגען. נודניק זיך אליינס - אונז אלע וועלן געניסן.

^-^

* איז קאווע שטיבל פון אייביג אן - אזוי אומטאלעראנט און העסליך קייגן איינעם מיט אן אפנויט? צו מוז יעדער אין א באשטימטע קאסטען - זיך איינארדענען צו געפעלען? (וועמען?)


@בן ניריהו
ער האט געזאגט אז אויב עס שטערט איינעם איז דא א נודניק קנעפל, נישט אז דו ביזט א נודניק.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:47 pm

· #257806
כ'האב עס פונקט נעכטן אראפגעלאדענט פון טאררענטס (נריהו: שטראם), ס'איז א שאד די צייט. וויאזוי קען א סקריפט שרייבער שרייבן אזא שלעכטע סקריפט? אפאר מאל איז די דיאלאג אזוי סינטעטיש, געמאכט, אז ס'נעמט אוועק די גאנצע טעם.

איך אויך » דינסטאג מערץ 10, 2015 6:05 pm

· #257811
@בן ניריהו

יע ,זעה איך אז חוץ פון שרייבן מיט עפעס א אומפארשטענדליכע וואקעביולערי פעלט דיר אויך אין הבנת הנקרא. על כל פנים איך האב מיך צוויי מאל אנגענומען פאר דיר און דו צאלסט מיר צוריק מיט א שטויס.

(זעהט עס אז די וואס האבען געשמעקט אז דו ביסט א טראל/בערגער האבען בעסערע שמעק חושים ווי מיר).

בן נריהו » דינסטאג מערץ 10, 2015 6:15 pm

· #257813
אן איבערבעטונג, ביטע, בעט איך פון דיך - @איך אויך - מיט גענאדע.

^ - ^

@געפילטע פיש זאגט, און אין ווידערשטימע שטים איך מיט, די צייט א שאד - וואס עס נעמט דאס צו זעהן.