☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » גיין פון וומ''ס צו ב''פ - ב''פ צו וומ''ס צופיס, וועלכע וועג?

גיין פון וומ''ס צו ב''פ - ב''פ צו וומ''ס צופיס, וועלכע וועג?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7381

לעמיל » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 12:10 pm

· #228898
גיין פון וומ''ס צו ב''פ - ב''פ צו וומ''ס צופיס, וועלכע וועג?
וואס איז דער שנעלסטע און גרינגסעע וועג אריינצוואקן פון איין שטאט צום אנדערן? מ'זאל זיך קענען אויך אפריען אינמיטן. כ'פלאן דעם צוויי שעה וועג פאר דעם שמחת תורה.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 12:14 pm

· #228899
אין בארא פארק ווענט זיך פון ווי דו גייסט ארויס. דורך פראספעקט פארק איז די שנעלסטע פון רוב בארא פארק. קענסט גוגלן די פיסגייער דירעקציעס אויף גוגל מעפס. פון טייל בארא פארק און קענזיגנטאן איז די בעסטע וועג דורך זיך ווענדן מזרח ביז מ'האקט אריין אין בעדפארד עוויניו (ס'קומט אויס east 24) און נאכדעם מאכט מען א לינקס אויף בעדפארד ביז ווילי.

פישלע העררינג » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 12:55 pm

· #228905
You'll be crossing over and passing by some very very very African American neighborhoods, not I'm being judgemental or stereotypical.

דבילה » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:08 pm

· #228907
ס'כמעט נישטא א חילוק אין לענג צו דורך מאקדאנאלד\פראספעקט\וואנדערבילט, אדער דורך פלעטבוש ביז בעדפארד. די עיקר ווענדט זיך אויב דו ווילסט כאפן א בליק אין פארק, זיך אראפזעצן אפאר מינוט און הנאה האבן פון גאט ב"ה'ס נאטור, אדער ענדערש כאפן א ספר\ביסקיסע אין א פלעטבושער בעסמעדרעש.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:10 pm

· #228908
אז דו וואקסט לעבן די פארק, למשל אויף פראספעקט פארק וועסט, איז דא בענק יעדע צוויי מינוט וואו מ'קען זיך אפרוען.

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:17 pm

· #228909
לעמיל
וואס איז דער שנעלסטע און גרינגסעע וועג אריינצוואקן פון איין שטאט צום אנדערן? מ'זאל זיך קענען אויך אפריען אינמיטן. כ'פלאן דעם צוויי שעה וועג פאר דעם שמחת תורה.

צווייטע טאג יום טוב איז נאר א דרבנן, צאלן א דרייווער איז אויך נאר א דרבנן, קומען צום רבי'ן איז א צורך מצוה. תרי דרבנן במקום מצוה איז מותר.

galitzyana » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 3:14 pm

· #228926
Shti sim mit lukshen