☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די סיקריקים:

די סיקריקים:

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7378

קאך_לעפל » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 9:15 pm

· #228825
די סיקריקים:
דער נביא זאגט אין ישעי' 'מהרסיך ומחרביך ממך יצאו'

כלל ישראל האט במשך פון איר גאלרייכער לאנגער עקזיסטענץ, גאר א סאך מיטגעמאכט. זי האט זיך כסדר געדארפט ספארעווען מיט בייזע עלמענטן וואס האבן איר שטענדיג געזוכט צו באדראהען, צומאהל איז עס טאקע געוועזן פון די אומת העולם, שלא אחד בלבד עומדים עלינו לכלתינו... אבער צומאהל איז עס ליידער געוועזען פון אחינו בני ישראל, פון די סאמע אנ''ש.

אנגעהויבן האט זיך עס פון די ערב רב אין מצרים, די נביאי השקר בזמן בית ראשון, די מתיוונים בזמן בית שני, און די צדוקים וואס האבן צוגעברעגט דעם חורבן בית ה' אלקינו, די כותים און די קראים בזמן הגאונים והראשונים, דערנאך דעם כת ש''ץ מיט די פראנקיסטן, דערנאך די משכלים און די רעפארמער, און ווייטער די ציונים מיט זייערע נאכשלעפער, און אזוי ווייטער.

און אונזער היינטיגע עפאכע ליידן מיר ליידער צוזאם פון די רשעי עמינו די ווילדע משוגענע סיקריקם, וואס זענען נישט נכנע אונטער קיין שום דעת תורה, און ניצן אויס זייערע שרעקליכע פארדארבענע מידות, צו זייען כאאס און חורבן בתוך כרם בית ישראל, און טוהן ככל העולה על רוחם, ומי יאמר להם מה יעשה...

אנגעהויבן האט זיך עס נאך בהילו נר ה' על ראשינו, אין דער סוף פון די געזונטע יארן פון רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע, וואס דעמאלס איז אויפגעשטאנען א פאר ראדיקאלן, וואס האבן נישט פארמאגט קיין מסורת אבות, נאר זיי האבן זיך זעלבס עקלערט אלס שיינע אידן, און אנגעהויבן צו העצן און צו לאזן פאלן זייערע אייגענע פארקרומטע מיינונגען, און דערמיט פארשווארצט דעם פנים פונעם יהדות החרדית הצרופה.

דער רבן של ישראל האט שוין דאן געזעהן מיט זיינע הייליגע אויגן, אז די דאזיגע חברה זענען ערגער פון אלעם, און ער האט טאקע געשריגען מנהמת ליבו הטהור, אז מען זאל פון די אויסווארפן שטייען מיילן ווייט כמטחוי קשת. זיי מאכן אלעס חרוב... זיי זענען דאס ארגסטע... וכו' (עיין בחדושי תורה פרשת בחוקתי)

מאנכע מיינען אז דאס איז בלויז א פאר משוגעים, און מען דארף זיך נישט צוטאן מאכן פון זיי, דאס איז א טעות, דער צימערמאן – קלאר פראקציע שטעלט מיט זיך פאר א געפאר פאר דער מענטשהייט, און אויב מען וועט זיך נישט צוזאם נעמען, און זיי אויסשפייען פונעם כלל ישראל, און זיי פארווארפן אונטער די הרי החושך, וועלן זיי נאך ברענגען א שואה אויפן כלל ישראל, זיי זענען מסוכן, און לייגען אריין כלל ישראל אין א סכנה, און באדראהען דעם חרדישען פאפעלאציע איבער דעם גארער וועלט... לאמיר טאהן צו דער זאך איידער עס איז חלילה צו שפעט.. אויף די אויסווארפן איז געזאגט געווארן מורידן ולא מעלין.... זיי צווואקסען זיך ליידער ווי הייווען... עס פעלט ליידער נישט ביי אונז קיין מרי נפש... און אויב מיר וועלן שטיין גלייכגילטיג צו דעם געפאר, תצואתיו מי ישורנה.......לאמיר זיך נישט אליינס שיסן אין די פיס.....

מלחמת לה' בעמלק מדור דור.....

אפטעמיסט » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 10:02 pm

· #228830
די שאלה איז נאר וואס דער שורש איז, און פון וואו די סיקריקים קומען. ווי ווייט איך ווייס פאררופן זיי זיך נישט אלס גורער, באבובער אדער בעלזער. עמיצער האט אויפגעצויגען א קהילה פון וואו די משוגעים האבן ארויסגעשפראצט.

די מוסלומענער טענה'ן אויך אז די סיקריקים (לייען: אייסיס) זענען נישט קיין מוסלומענער, אבער דאס איז משטיינס זיכער אז זיי זענען נישט קיין קריסטן צי אידן. ערגעץ אין דער היסטאריע פון איסלאם זענען זאכן געפארן ביטערליך שלעכט, און יעצט שנייט מען די פירות.

ס'וועט קומען א צייט ווען חסידי קלאר ויוצאי ישיבת ציממערמאן וועלן זיך אויפבלאזן אויף די בארא-פארק/ וויליאמסבורג באסעס. געב עס אפאר יאר און פלאטשיגע ביבער היטן וועלן אריינשמעטערן אין ראדני מיט פליגערס. אפשר דעמאלט וועט מען זיך אויפוועקן פון שלאף.

ראו בנים שגדלתם.

לית דין בר נש » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:58 am

· #228852
אפטע איך גיי משוגע (go crazy בלע"ז) אויף דיין imagination

פארוואס? » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:11 pm

· #229025
ווייסט איינער מער פרטים איבער אט דעם סיפור:
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2014/10/blog-post_455.html?m=1">http://bshch.blogspot.com/2014/10/blog- ... 5.html?m=1</a>