☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "יתד נאמן" פון א"י אונטער נייער פירערשאפט

"יתד נאמן" פון א"י אונטער נייער פירערשאפט

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #737

זר זהב » פרייטאג יוני 1, 2012 5:58 pm

· #15496
"יתד נאמן" פון א"י אונטער נייער פירערשאפט
עפעס קומט פאר מיט'ן צייטונג יתד נאמן פון אר"י. ס'טוט זיך שוין לאנג א פאליטיק דארט וואס רבנים אסר'ן עס צו לייענען , דעי וואך איז עס אריבער אונטער נייע ראדאקטארן. דא דרייען זיך אסאך פון יענע צייטונג לייענער איך בין נייגעריג פונקטליך וואס ס'קומט דארט פאר, וואס האט אנגעהויבן די גאנצע מהפיכה ? און צו וועם איז עס איצט אריבער ?

יידל » פרייטאג יוני 1, 2012 6:01 pm

· #15497
זר זהב
עפעס קומט פאר מיט'ן צייטונג יתד נאמן פון אר"י. ס'טוט זיך שוין לאנג א פאליטיק דארט וואס רבנים אסר'ן עס צו לייענען , דעי וואך איז עס אריבער אונטער נייע ראדאקטארן. דא דרייען זיך אסאך פון יענע צייטונג לייענער איך בין נייגעריג פונקטליך וואס ס'קומט דארט פאר, וואס האט אנגעהויבן די גאנצע מהפיכה ? און צו וועם איז עס איצט אריבער ?

אין איין ווארט: די יתד איז אין בני ברק דאס וואס דער איד פלעגט זיין אין סנדר דייטש'ס צייטן אין וויליאמסבורג.

זר זהב » פרייטאג יוני 1, 2012 6:03 pm

· #15498
האסט נישט געענפערט מיינע פראגען. וואו איז עס יעצט אריבער ?

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 12, 2012 8:34 am

· #17422
Re: "יתד נאמן" פון א"י אונטער נייער פירערשאפט
עפעס שמעקט עס אזוי נידריג ווי די גאנצע הנהגת הדור ווענד זיך ווער עס פירט דער יתד.
א בריוו פין רח"ק ווער זאל פירען יתד, איז לדעתי פונקט אזוי ווי ער זאל שרייבען ווער עס זאל פירען די מקוה.
די ארץ ישראלדיגע אידען זענען אזוי אריין געוואקסען אין זייערע שטותים, אז ביי די גדולים ווי למשל רח"ק ר' אלישיב און שטיינמאן איז דער יתד א אבן הפנה אין אידישקייט.
ווועלכע גדול דא ליינט בכלל בגלוי א צייטונג.
אידישע צייטונגען זענען געמאכט פאר קינדער און קורץ זעהנדגע כולל אינגעלייט טאפס, וואס מיינען נאך אז די גאנצע וועלט כאפט א ציטער ווען בן בג בג אדער סופר אדער סיי וועלכע אידישע שוטה שרייבער לאזט אויס אפאר טראפען טינט אויף א פאפיר.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

לעמיל » דינסטאג יוני 12, 2012 9:25 am

· #17434
וועלכאם טו די וואלד אויף ליטוואקס!!!! יעדע נארישקייט דארף מען פרעגען די מרן...... אין די צייטונג איז דער וואס מאכט אף ווער די מרן איז פארדעים האבען די שטיינמאן חברה געוואלט לייגען א יד דערויף און עס איז זיי געלונגען עכ"פ אויף דערווייל

יידל » דינסטאג יוני 12, 2012 10:37 am

· #17475
"אלא שגם תומכי ההנהלה הישנה אינם שוקטים על השמרים וניסו לעשות הכל, כדי למנוע את פרסום המכתב. שליחים מטעמם הגיעו למערכת העיתון, יחד עם המנכ"ל המפוטר יעקב לבין, בניסיון להפעיל לחצים ולסכל את פירסום המכתב - ללא הצלחה."

אהה.... דעת תורה!...

טעפל » דינסטאג יוני 12, 2012 10:49 am

· #17480
יעצט נאך אלעס איז עס ביי הרב שטיינמאן אין די הענט.

לעמיל » דינסטאג יוני 12, 2012 5:33 pm

· #17559
טעפל
יעצט נאך אלעס איז עס ביי הרב שטיינמאן אין די הענט.

אזוי איז עס יעצט אבער די חברה פון הרב אלישיב האבען נאך נישט אויפגעגעבען דערויף זיי פלאנען צו גיין אין קארט דערויף

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 12, 2012 5:55 pm

· #17571
וועמען שטיצן די חברה פון הרב אלישיב לרפו"ש, למלא מקומו ?

דבילה » דינסטאג יוני 12, 2012 6:42 pm

· #17586
משולם שטיינפעלד
וועמען שטיצן די חברה פון הרב אלישיב לרפו"ש, למלא מקומו ?


ר' שמואל אויערבאך

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 12, 2012 7:26 pm

· #17599
לעמיל
וועלכאם טו די וואלד אויף ליטוואקס!!!! יעדע נארישקייט דארף מען פרעגען די מרן...... אין די צייטונג איז דער וואס מאכט אף ווער די מרן איז

און להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי חסידים ווערן די זאכן אפגעמאכט בכובד ראש אין די רעדאקציע פון כל העולם החרדי...

גדעון » דאנערשטאג יוני 14, 2012 2:46 pm

· #17951
י
📎 מכתב הגר''ח שליט''א על יתד נאמן.pdf

גדעון » דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:40 pm

· #17965
איך האב א גאנצע קונטרס, איך ווייס נישט וויאזוי עס ארויפצולייגן,

איך אויך » דאנערשטאג יוני 14, 2012 7:31 pm

· #18005
וכבר אמר מי שאמר אז היינטיגע צייטן עקזיסטירט מער כמעט נישט קיין חילוק צווישן חסידים און ליטווישע, די ליניעס זענן היבש מטושטש געוורן נארוואדען זיי האבן גענומן אלע נישט גוטע חלקים פון חסידים און צומאל איז דער קאפי עולה על המקור...

לעמיל » פרייטאג יוני 15, 2012 12:54 pm

· #18105
[ציטאט אראפגענומען]

זיי האבען נאך נישט אויפגעגעבען אויף יתד זיי האפען עס נאך צו צוריק באקומען

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:25 am

· #20600
נעכטען איז געוועין א קארט וועגען די יתד, הרב אלישיב'ס חברה האבען אריין געגעבען אז מ'זאל גארנישט קענען טין ביז עס איז דא א פסק פאר וועים עס באלאנגט אבער קארט האט עס אפגעווארפען, ווי עס קוקט אויס ווי עס וועט בלייבען ביי די שטיינמאן חברה

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:39 pm

· #26356
מען קען נישט אנקומען דערצו. ביטע פאריכט דיין לינק.

(ומתן שכרו בצדו, שאתן לייק....)

ווייט פיש » זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:29 pm

· #218395
דער יתד נאמן דערקלערט:

נאר גלייבען אין המרן הרא''ל שטיינמאן איז אין כלל ''אמונת חכמים'' חלילה די וואס האבען אפגעטייטשט גלייבן אין חכמים אויף די גאון הגר''ש בן הגרש''ז אורבאך די זענען נידון צום ערגסטען רח''ל
א שאנדע

בר דעת » זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:43 pm

· #218400
ווייט פיש (צדיקים, בדחנים, פרייליכע אידן און נאך אסאך פגעים ווערן מגולגל אין פיש) דיין קרומע שפראך גריצלט. איז אידיש א שפראך וואס די נוצט אפט? רעדסטו אמאל ארויס פון מויל א גראד ווארט? ווייל ווען איך ליין סייוואס וואס די שרייבסט ווילט זיך מיר באגיין זעלבסטמארד.
אפשר זאלסטו זיך אביסל אומקוקן וויאזוי מענטשן מן היישוב שרייבן און פרובירן זיי נאכצומאכן?

ישראל קאפקע » זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:51 pm

· #218402
בר דעת
ווייט פיש (צדיקים, בדחנים, פרייליכע אידן און נאך אסאך פגעים ווערן מגולגל אין פיש) דיין קרומע שפראך גריצלט. איז אידיש א שפראך וואס די נוצט אפט? רעדסטו אמאל ארויס פון מויל א גראד ווארט? ווייל ווען איך ליין סייוואס וואס די שרייבסט ווילט זיך מיר באגיין זעלבסטמארד.
אפשר זאלסטו זיך אביסל אומקוקן וויאזוי מענטשן מן היישוב שרייבן און פרובירן זיי נאכצומאכן?


נו אפשר וועט @אנאנים אפאטעמען,
(צער גידול בנים)

ווייט פיש » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:57 pm

· #218409
בר דעת
ווייט פיש (צדיקים, בדחנים, פרייליכע אידן און נאך אסאך פגעים ווערן מגולגל אין פיש) דיין קרומע שפראך גריצלט.

גוט צו הערן אז ס'גריצלט פאר איינעם דעי רייד איך האב געמיינט איך רעד צום דופן