☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פלאקאטען אין די גאסען פון בני ברק

פלאקאטען אין די גאסען פון בני ברק

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7361

נושא ונותן » זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:54 am

· #228481
פלאקאטען אין די גאסען פון בני ברק
די פאלגענדיגע פלאקאטען זענען אויפגעהאנגען געווארן ערב יו"ט אין די גאסען פון בני ברק.
די חרדישער וואס גייט אין מילטער (חרדק בלעז) זעעט אויס ווי א דבר אחר. משום מה האט עס מיר דערמאנט פלאקאטען וואס האבן געהאנגען אין אנדערע שטעט מיט אפאר צענדעליג יאר צוריק.

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:57 am

· #228482
דער שטורמער חרדי סטייל.

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:18 pm

· #228483
חמאס האט עס שפעטער געפאוסט אויף זייער טוויטער אקאונט.
IMG_20141012_121706.jpg

הוגה » זונטאג אקטאבער 12, 2014 2:27 pm

· #228498
נישט צום גלייבן! עס איז אן עקל צו זעהן דאס רשעות און אנדערע פארדארבענע ראסיסטישע נייגונגען. ישראל כשיורדין...

נושא ונותן » זונטאג אקטאבער 12, 2014 2:30 pm

· #228499
און דאס אלעס אין דערנאמען פין א גאט און א תורה.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 12, 2014 2:50 pm

· #228500
דעיס איז דאך מיין טענה צו די נטורי חרתא און די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא". איינס. זיי טוען גארנישט אויף. אפילו דאס וואס זיי ווילן איינרעדן פאר'ן עולם אז זיי טוען אויף. צווייטנס. ס'געט סחורה פאר די שונאי ישראל (יא מ'מיינט דיך אויכעט, אויף געציל בערגער בולעווארד, און אויף ראדני.(... 🙄

אראנדש קאונטי » זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:24 pm

· #228509
עס זעט אויס ווי מענטשען טוען דאס פאר סעל''ף דיפענ''ס

אראנדש קאונטי » זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:25 pm

· #228510
berlbalaguleh
ס'געט סחורה פאר די שונאי ישראל (יא מ'מיינט דיך אויכעט, אויף געציל בערגער בולעווארד, און אויף ראדני.(... 🙄

וואס גייען יעצט די שונאי ישראל מער טון פאר אידן אויב זיי זעהן אזעלכע פיקטשערס, געווענליך ווען איך זע אז מיין שונא איז שוואך פריי איך מיר און עס בארואיגט די רייץ פון שנאה

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 12, 2014 4:46 pm

· #228528
אראנדש קאונטי
berlbalaguleh
ס'געט סחורה פאר די שונאי ישראל (יא מ'מיינט דיך אויכעט, אויף געציל בערגער בולעווארד, און אויף ראדני.(... 🙄

וואס גייען יעצט די שונאי ישראל מער טון פאר אידן אויב זיי זעהן אזעלכע פיקטשערס, געווענליך ווען איך זע אז מיין שונא איז שוואך פריי איך מיר און עס בארואיגט די רייץ פון שנאה

אבער נישט ביי די אראבערס. זייער שנאה צו אלע אידן איז גרעניצלאז. ס'איז ביי זיי איינגעזאפט אין די בלוט. חוץ זייער שטארקע נייגונג צו רציחה. שלא כהרב קאפלאן זכותו יגון עלינו, וועלכער האט געטענה'ט אז אידן האבן אייביג געלעיבט זייער גוט מיט די אראבערס, ביז די ציונים, ימ"ש זענען געקומען.און האבן אלעס קאליע געמאכט מיט זייערע התגרות באומות. און זיי האבן גורם געוועין אז די שטילע און וואוילע אראבערס האבן מיט גרויס אכזריות אויסגעקוילעט אלע אידן אין חברון. און בכלל שנאת ישראל האט קיינמאל נישט עקזיסטירט אויף די וועלט פאר די ציונים. נאר די גזירת ת"ח ות"ט זענען אדורכגעפיהרט געווארן ווייל כמיעלניצקי ימ"ש האט געוויסט אז ס'וועט אמאל זיין ציונים. אויך דער קישינווער פאגראם אין שנת תרס"ג זענען אויך די ציונים געוועין אריינגעמיטש. לפי שיטת נטרונא... און אויב אינז ערליכע אידן וועלן שרייבן אין נ.י. טיימס און אויף די ראדיא אז אינז האבן נישט קיין חלק אין מדינת ישראל, וועט זיך גלייך אויפהערן דאס אנטיסעמיטיזם אויף די וועלט. און די גויים וועלן אנהייבן ליעב האבן די אידן...!

ישראל קאפקע » זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:38 pm

· #228559
[ציטאט אראפגענומען]

דו האסט קיין אנונג וואס 'דער שטורמער' איז געווען, אויב יא וואלסטו געוואוסט אז די ניטורי קרתא זענען פיל ערגער ווי דער שטורמער איז געווען סיי ווען!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 12, 2014 9:19 pm

· #228586
ר' ישראל: אז דו רעדסט שוין מיין שפראך וועל איך דיר זאגן אז די נטורי חרתא זענען אזוי ווי דער כעלעמער. ס'איז א באקאנטוע מעשה. א איד פון כעלעם איז געפארן אין די גרויסע שטאט לעמבערג זיך אויסלערנען חכמה. קומענדיג אויפ'ן יאריד גייט ער פון טישל צו טישל און באטראכט די וואונדערליכע סחורות וועלכע זענען געווען אויסגעלייגט. פלוצלינג באמערקט ער איין טיש וועלכער איז געוועין אינגאנצן ליידיג. גייט ער צו צו דעים מענטש וואס איז געשטאנען דארט און פרעיגט ביי איהם "וואס פארקויפט איהר"? זאגט יענער . איך פארקויף חכמה. זאגט דער כעלעמער איד. אה. דאס זוך איך טאקע. ווייזט מיר עפעס א חכמה. זאגט דער איד דער סוחר. לייגט אראפ א פינעפער, 'עלל איך אייך אויסלערנען א חכמה. דער כעלעמר געט אהין דעם פינפער און דער איד זאגט צו איהם. "איך לייג אראפ די האנט אויפ'ן טיש. און דו זאלסט געיבן א גוטן זעץ אויף מיין האנט". ווען דער כעלעמער האט געגעיבן א זעץ האט יענער שנעל אוועק געכאפט זיין האנט און דער קלאפ איז געגאנגען אויפ'ן טיש. שוין. דער כעלעמער האט שוין געהאט עפעס א חכמה. ער קומט אהיים פרעיגן איהם אלע זיינע חבירים. "האסט דיך עפעס אויסגעלערנט א חכמה"? זאגט ער יא. איך דארף א טיש. האבן זיי געזאגט אז ס'איז נישט דא קיין טיש. האט ער געלייגט זיין האנט אויף די נאז. און ר'האט געזאגט פאר די חברים. "עטץ זאלט געיבן א שטארקע קלאפ אויף מיין האנט". און ער האט אוועקגענימען זיין האנט און די קלאפ איז געלונגען אויף זיין נאז.... 😂 ...

In English, there's a saying: "He cut off his nose, to spite his face".

דאס איז דער נמשל מיט די נטורי חרתא און די אנשי נטרונא. זיי לויפן צו די אראבערס און צו די גוי'אישע אנטיסעמיטן צו באשמוצן אנדערע אידן. אבער זיי אליינס זענען דאך אידן... 🙄

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:08 pm

· #228624
[ציטאט אראפגענומען]

אינז ווארטן מיט איינגעהאלטענע אטעם. ווען זייערע גוטע פריינט אין איראן און אין עזה וועלן זיי געיבן א שטויס פון א הינטער און זאגן. שמוציגע אידן. גייטץ צו ענקערע ברידערס די זשידעס...!