☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אינוועסטירונגען

אינוועסטירונגען

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #735

הערשל » פרייטאג יוני 1, 2012 11:08 am

· #15449
אינוועסטירונגען
אינטערעסאנט אז ס'נאכנישט דא אן אשכול וואס זאל ארומרעדן איבער וואו עס איז גוט צו אינוועסטירן וכד'. מעגליך אז דער עולם וויל נישט סתם האקן אין קאפ איבער ענינים וואס מען איז נישט אזוי באקאנט און וואס איז זייער שווער פאראויסצוזאגן.

די נושא ברענג איך יעצט ארויף, סיי ווייל עס קען זיין נוצבאר ארומצורעדן איבער גוטע אינוועסטמענט פלענער, און וואס האט היינט געכאפט מיין אויג איז אן ארטיקל אינעם נ"י פאסט וואס באשרייבט די גאר גוטע אינוועסטמענט פון די טעקסי מעדאליאנ'ס, וואס וואקסט אין אבנארמאלע הויכקייטן.

ניו יארק » פרייטאג יוני 1, 2012 11:41 am

· #15457
הערשל
די נושא ברענג איך יעצט ארויף, סיי ווייל עס קען זיין נוצבאר ארומצורעדן איבער גוטע אינוועסטמענט פלענער, און וואס האט היינט געכאפט מיין אויג איז אן ארטיקל אינעם נ"י פאסט וואס באשרייבט די גאר גוטע אינוועסטמענט פון די טעקסי מעדאליאנ'ס, וואס וואקסט אין אבנארמאלע הויכקייטן.

זיי ווייסן נאכנישט פון די בייק לעין'ס?