☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » בעלזא משוגעת'ן

בעלזא משוגעת'ן

89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7338
בלאט: 1 2

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 11:07 am

· #227947
בעלזא משוגעת'ן
א אינדרויסענדיגער, פאר א נויטראלע מענטש פון דער גאס, איינער וואס בכלל נישט קיין נגיעות, ווען מ'וועט איהם פרעגן איבער 'בעלזא', וועט ער ענפערן אז דער בעלזא רב האט אויף געשטעלט א הערליכע מלוכה, וואס אינהאלט אין זיך אלסדינג וואס מ'ערווארטעט אזא קארפערעישאן זאל פארמאגען. א בעלזא חסיד וועט אויך זאגען צום פרעמדע דער זעלבע זאך "אז דער רב וכו' וכו'..."

אבער ס'דא וואס דער אינדרויסענדיגער ווייסט נישט, און דער חסיד וועט נישט אנטפלעקן, און דאס איז דער גרויסע משוגעת'ן, אדער רשעות, מיט וואס דער חסידות פארקערפעט אין זיך. בפרט ווען עס קומט צו געלט, דאס ארויס פרעסן, ארויס צווינגען געלט פון דער אייגענער עולם, דער הונגער וואס די הויעכע פענסטער האבן פאר יעדע איינציגער דוללער וואס סיי וועלעכע חסיד פארמאגט.

דער ברעינוואש וואס די אויבערהערען מאכען פון עולם גולם איז ווינדערבאר, ווייל אנדערש ווי סקווירא וואס עס גייט אויף דער פארשאלטענע קומיניסטישע מהלך, גייט 'מלכות' בעלזא מער אויף א ליבערלאלע דרך, אבער דער מלכות של חסד פון בעלזא איז אזוי חסדיג ביז דו פאראנקערט זיך מיט די אנפירער. ס'נישט דא נאך א חסידות וואס אזוי פון אירע מיטגלידער זענען ארויס געווארפען געווארען פון פאזיציעס, העכערע פאזיציעס און קלענערע, ווי ביי סיי וועלעכע אנדערע חסידות (אויסער ביי א מלחמת אחים, פארשטייט זיך).

ועוד לדלות ולהשקות אי"ה
תמונה 22.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 11:43 am

· #227954
דער בעלזא שפילצייג
נאדיר א לינק <a class="postlink" href="http://www.google.com/url?sa=i&rct=j&q=&esrc=s&source=images&cd=&cad=rja&uact=8&docid=vvkn1aytxdjxWM&tbnid=GQyagOxlHVxztM:&ved=0CAUQjhw&url=http%3A%2F%2Fwww.jdn.co.il%2Fnews%2F221341&ei=hwk0VM6aF4WpyATrqYKQDQ&bvm=bv.76943099,d.aWw&psig=AFQjCNGjeaTC0fbYuU9k4m6QL6nNSOV-1w&ust=1412782852279272">http://www.google.com/url?sa=i&rct=j&q= ... 2852279272</a>
frame_1-1-220x150.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 11:44 am

· #227955
בעלזא תכלת...
-70.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 11:50 am

· #227957
דו גיב מיר נאר 400 שקל...
images2Z4HRCAA.jpg

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 6:12 pm

· #228103
איך האב געמיינט אז דו גייסט שרייבן בעלעדע משוגעת'ן. האסט דיר ווארשיינליך טועה געווען צוליב די ענליכע נעמען

דולה ומשקה » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:53 pm

· #228755
*
images3E5T9VOP.jpg

עוד מישהו » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 3:28 am

· #228864
דולה, איך האב ספעציעל הנאה פון די דריי קאוק באטלעך,
בעלזא רעגולער.
בעלזא זערא.
בעלזא דייעט.

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 11:20 am

· #229020
די ואנחנו כורעים שמאטעס איז נישט קיין משוגעת. עס איז א געלונגענעם אדווערטייזינג פין א בעלזער יונגערמאן מ.וו.ד. וואס האט א קאמפעני וואס פראדעצירט די שמאטעס אויף צי רייניגען אויגען גלעזער, אויפציטרייבען אביסעל רעקאגנישען פאר זיין קאמפעני. די שמאטעס קען מען א גאנץ יאר ניצען צי רייניגען די אויגען גלעזער. אויך איז דאס א סעמפעל פאר אנדערע קאמפעניס וואס ווילען אדווערטייזען פאר ביליג קען מען דאס באשטעלען אויף די אנדערע יאר ביי איהם. אין פאר 2-3 הינדערט דאלער וועט יעדער וויסען אין רעדען פון דיין קאמפעני.

דולה ומשקה » דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:28 pm

· #338031
.
בעלזא.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 17, 2016 12:26 am

· #338078
Re: בעלזא משוגעת'ן
האסט אנגעהויבען מיט א קול רעש גדול און אויסגעלאזט ניטאמאל מיט א גענעץ.
האסט עפעס אויפצוווייזען פון די רשעות און טפשות? באטלעך פאר א שמחה איז נישט דאס און נישט דאס, נאר א קינדער שפיל. ווען ר' ברוכ'ל כהנא מאכט א שבת שבע ברכות אין לעיקוואוד מאכט מען עס אויך. ווען ב.מ.ג. האט געמאכט א יארצייט חגא האבען זיי געטיילט פאטעיטא טשיפס פאר די קינדער מיט א כתר תורה פון bmg inc ארויפגעדרוקט. סתם נעריש, גארנישט מער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

תורה ומדע » פרייטאג יוני 17, 2016 12:33 pm

· #338138
פון וואס עס קומפט מיר אויס האט דער בעלזער רב שליט"א אויפגעגעבען אויף קאנטראלירען דעם עולם אזויווי ער פלעגט טוען פאר 15- 20 יאהר צוריק. ער זעהט דער חורבן פון די גרויסע פירמע קאמירסיעל חסידות'ער און זעהט די מעלות פון קליינענערע קבוצות. לדעתי איז עם מער ניחא אז רבי'סטיווע זאל צוריק ווערען א קליינע זאך ווי איידער עס צולאזען ריזיג און ביאנד קאנטראל אונטער די הערשאפט פון זיינע יורשים ומשמשיהן..

שמעון וואלף » זונטאג יוני 19, 2016 9:07 am

· #338230
אינטערעסאנט וואס די שרייבסט. וואס הייסט ער קאנטראלירט נישט זיין עולם? איך האב אפאר בעלזע חברים און איך ווייס אז זיי רירן זיך נישט אן פרעגן ביי זייער רב, ווי שידוכים, א נאמען געבן, נוסח מציבה, ביזנעס וכדומה. קען זיין ס'איז אלץ מרצונם און קומט נישט געצווינגענערהייט אבער למעשה קאנטראלירט ער זיי.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג יוני 19, 2016 10:53 am

· #338235
ווער זענען דיינע בעלזער חברים..............???

אברך משי » זונטאג יוני 19, 2016 1:20 pm

· #338248
דולה ומשקה
gave us some inside info that Rabbi Davens late due to President Obama
I Hope that Obama at least knows about this. He should better know
and what will the Rabbi do if Trump becomes President

תורה ומדע » זונטאג יוני 19, 2016 1:52 pm

· #338252
שמעון וואלף
אינטערעסאנט וואס די שרייבסט. וואס הייסט ער קאנטראלירט נישט זיין עולם? איך האב אפאר בעלזע חברים און איך ווייס אז זיי רירן זיך נישט אן פרעגן ביי זייער רב, ווי שידוכים, א נאמען געבן, נוסח מציבה, ביזנעס וכדומה. קען זיין ס'איז אלץ מרצונם און קומט נישט געצווינגענערהייט אבער למעשה קאנטראלירט ער זיי.

מיינס א חבר, א שטיקל בעלזער, זאגט אז דער רבי איז נישט ממלץ דאס געפרעגעכטס, און ער ענטפערט קוים אוף די שאלות וואס מען פרעגט איהם. די חסידים שוטים בלייבען שוטים... און פרעגען נאך אלץ. ער האלט אז ווען דער רבי וואלט עס געדארפט איבע טוען וואלט ער דאס חסידות אנדערש געבויעט.. אפשר איז דאס נאר א דעת יחיד אבל יש דברים בגו

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 19, 2016 4:38 pm

· #338276
איך האב אויך אזוי געהערט. בעלזער חסידים האבען ליב צו זאגען אז זייער רבי איז העכער ווי דער קטנות פון נעמען און שידוכים וכדו'.
דאס איינטיילען צווישען חברות און קאמאנדאנטען און אונטער-קאמאנדאנטען איז גארנישט קיין וועג פון אפגעבען דער מאכט, נאר פארקערט. אזוי בויט זיך א מאכט. ווען יעדער איינער איז אנגעוויזען אויף א צווייטען און דער בנין גייט גג על גג, איז פיהל שווערער אז איינער זאל זיך אויסדרייען. מסתמא פון אלע חסידות'ער (סאטמאר איז נישט גערעכענט אלס א חסידות לגבי דעם, צוליעב כמה טעמים) האט בעלזא די מערסטע פערצענטען וואס זענען שטארק אנטוישט פון די פיהרערשאפט, נאר זיי קענען גארנישט טוהן, אי מחמת 'כבוד בית בעלזא', אי מחמת דער שטארקע אנהאלטונג וואס דער געזעלשאפט האט אויף זיי.
פוק חזי, גיב א טרינק (נישט שליוואוויץ! יעדער בעלזער מוז לייקענען זיין אונגארישער טעם) פאר א בעלזער און ער וועט דיר זאגען וואס ער האלט אויפ'ן אמת אויף זיין רבי

תורה ומדע » זונטאג יוני 19, 2016 5:05 pm

· #338280
מיין ידיד האט מיר געזאגט אז ער האלט אז דער רבי טוט דאס בכוונה תחילה ווייל ער אליין וויל זיך אויך מסלק זיין פון דער קאמפעני וואס ער האט געבויעט. למעשה זענען די מוסדות גאנץ פארווע היינט, און דער יונגער עולם איז נישט אוף דער זעלבער לעוועל ווי אמאהל.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 19, 2016 5:15 pm

· #338282
וואס מיינט נישט אויף דער לעוועל? אין שוואנצאנות?

תורה ומדע » זונטאג יוני 19, 2016 5:36 pm

· #338284
די ישיבות גיבען נישט ארויס די לומדים און חסידים פון אמאל. די כוללים זענען שוואך, און די דיינים זענען יונגעלייט אשר לא קראו ולא שנו. געלט איז נישטא. גבירים פרישע אויך נישט. א ממשיך און ממלא מקום מיט א קאפאציטעט אזוי ווי דער רבי איז אויך נישטא. זאגט מיין חבר, אז דער רבי איז נישט אינטרעסירט מער. 50 יאהר דינען דעם ציבור איז איבער גענוג. יעצט וויל ער דינען דער רבש״ע. א כפרה די חסידים.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 19, 2016 8:13 pm

· #338322
וועלכע 'אמאל' געדענקט דער רבי אז ער האט מחליט געווען אז זיין עבודת ה' איז וויכטיגער?

סמבטיון » מאנטאג יוני 20, 2016 4:24 pm

· #338436
תורה ומדע אפשר זאגסטו מיר ווער דיין ידיד איז? איך וויל פארשטיין וואס ער זאגט, אינטרעסאנט, איך אלטס בעלזע חסיד זעה גאנץ אן אנדערע בילד.

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 21, 2016 10:34 am

· #338512
סמבטיון
איך אלטס בעלזע חסיד זעה גאנץ אן אנדערע בילד.


אין אדם רואה נגעי עצמו

תורה ומדע » דינסטאג יוני 21, 2016 1:40 pm

· #338523
תורה ומדע
מיין ידיד האט מיר געזאגט אז ער האלט אז דער רבי טוט דאס בכוונה תחילה ווייל ער אליין וויל זיך אויך מסלק זיין פון דער קאמפעני וואס ער האט געבויעט. למעשה זענען די מוסדות גאנץ פארווע היינט, און דער יונגער עולם איז נישט אוף דער זעלבער לעוועל ווי אמאהל.

מיין ידיד איז א שכן מיינער, גאר א געשמאקער אינגערמאן וואס מאכט א קידוש השם פאר חסידות און בעלז מיט זיין התנהגות אין דער געגנט. ער שטאמט פון בעלזער חסידים און שוין אריין צום רבי'ן אסאך זיך פראווען. ער איז אבער נישט א בעלזער תלמיד מיט די זאקען וכדו'

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 21, 2016 2:16 pm

· #338527
Re: בעלזא משוגעת'ן
דיין טערמינען זענען אביסל פארמישט. געווענדליך מיינט קידוש 'השם' דער קידוש פון די אויבישטער וואס ווערט אנגערופען מיט'ן ניק 'השם'. ווען דו מיינסט קידוש שם בעלזא, וואס דארף עפעס פארהייליגט ווערען, ביטע קום אריין קלארער.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 21, 2016 3:32 pm

· #338539
נעבעך...

(דריקט אויפן בילד צו פארגרעסערן)
belz questions.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 21, 2016 3:35 pm

· #338540
הלכות נתינת קוויטל ל'דער רב' שליט"א
belz kvitel 1.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 21, 2016 3:37 pm

· #338541
הלכות קוויטל - חלק ב'
belz kvitel 2.jpg

תורה ומדע » דינסטאג יוני 21, 2016 5:42 pm

· #338561
ליטוואק פון בודאפעסט
דיין טערמינען זענען אביסל פארמישט. געווענדליך מיינט קידוש 'השם' דער קידוש פון די אויבישטער וואס ווערט אנגערופען מיט'ן ניק 'השם'. ווען דו מיינסט קידוש שם בעלזא, וואס דארף עפעס פארהייליגט ווערען, ביטע קום אריין קלארער.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

איהר זייט גערעכט אבער אי משום הא עי' יומא פו.

"וואהבת את ה׳ אלהיך שיהא שם שמים מתאהב על ידך שיהא קורא ושונה ומשמש ת״ה ויתא משאו ומתנו וכו'
מה הבריות אומרות עליו אשרי אביו שלמדו תורה אשרי רבו שלמדו תורה אוי להם לבריות שלא למדו תורה פלוני שלמדו תורת ראו כמה נאים דרכיו כמת מתוקנים מעשיו עליו תכתוב אומר ישראל אשר בך אתפאר אבל מי שקורא ושונת ומשמש ת״ה ואין משאו ומתנו באמונת ואין דבורו בנחת עם הבריות מת הבריות אומרות עליו אוי לו לפלוני שלמד תורת אוי לו לאביו שלמדו תורת אוי לו לרבו שלמדו תורת פלוני שלמד תורה ראו כמת מקולקלין מעשיו וכמת מכוערין דרכיו ועליו תכתוב אומר
וכו'"
א ישיבה אדער מוסד מעג נעמען קרעדיט פאר גוטע פירות
אין בודאפעסט מאכטדער ליטוואק א קידוש השם פאר די ליטא...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 21, 2016 5:55 pm

· #338563
Re: בעלזא משוגעת'ן
זייער קרעדיט איז אז בעלזא האט א גוטען ארבעט געטוהן
דער קידוש ה' וואלט געווען ווען מ'זעט אז פון זייער תורה ומצוות איז ארויס געקומען א שיינע מענטש.
די זיינען צוויי ערליי נושאים

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

תורה ומדע » דינסטאג יוני 21, 2016 5:56 pm

· #338564
אבער איך אלץ שכן קוק עס אהן אלץ קידוש השם

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 21, 2016 6:38 pm

· #338570
Re: בעלזא משוגעת'ן
הייסט'ס דער אויבישטער איז ביי דיר הייליגער צוליעב דער געלונגענעם בעלזער חינוך?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

תורה ומדע » מיטוואך יוני 22, 2016 10:19 am

· #338631
ליטוואק פון בודאפעסט
הייסט'ס דער אויבישטער איז ביי דיר הייליגער צוליעב דער געלונגענעם בעלזער חינוך?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

עס האט נישט צוטוען מיט דעם נאמען פונעם מוסד. די גמ' זאגט דאך אשרי רבו שלמדו תורה וואס א נפק"מ ווער ער איז חסיד, מתנגד אדער מרכז הרב'ניק.

חכמה » זונטאג יולי 10, 2016 11:19 pm

· #341319
דולה ומשקה
נעבעך...

(דריקט אויפן בילד צו פארגרעסערן)

וואס איז נעבעך? ב"ה אז ס'איז נאך דא חסידים וואס גלייבן אין זייער רבי'ן

דולה ומשקה » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 3:32 pm

· #356362
וואס איז די קשר ציווישען דער פסוק צו בעלזא...?
unnamed (2).jpg

סקרן » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 5:43 pm

· #356387
אהרן- הרה"ק מבעלזא
מרדכי- הרה"ק מבילגריי
יהושע- הרה"ק ה'מיטלער רב'
שלום- הרה"ק מסקאהל

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 6:05 pm

· #356388
חוקר וסקרן
אהרן- הרה"ק מבעלזא
מרדכי- הרה"ק מבילגריי
יהושע- הרה"ק ה'מיטלער רב'
שלום- הרה"ק מסקאהל


דריי פון פיהר! זייער גוט! דו גייסט אריין אין א הגרלה צו קענען זיצען ביים ט' שבט טיש אונטער דער רבינ'ס שטיוועל ביז צום ערשטען פיש.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 7:55 pm

· #356402
דולה ומשקה
וואס איז די קשר ציווישען דער פסוק צו בעלזא...?


פון ווי איז דאס?

סקרן » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:08 pm

· #357655
ליטוואק פון בודאפעסט
חוקר וסקרן
אהרן- הרה"ק מבעלזא
מרדכי- הרה"ק מבילגריי
יהושע- הרה"ק ה'מיטלער רב'
שלום- הרה"ק מסקאהל


דריי פון פיהר! זייער גוט! דו גייסט אריין אין א הגרלה צו קענען זיצען ביים ט' שבט טיש אונטער דער רבינ'ס שטיוועל ביז צום ערשטען פיש.

פארוואס נישט אלע 4?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:10 pm

· #357656
Re: בעלזא משוגעת'ן
וואס האט אזוי לאנג גענומען?
ווייל שלום קען דאך זיין דער שר שלום, וואס דארף מען קריכען קיין סקאהל?
איי וועסטו זאגען אז למעשה ביסטו גערעכט? צוויי פראסקעס אוו ארויס פון דאנעט!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סקרן » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:16 pm

· #357657
ער רעדט וועגן די משפחה פון ר' ישכר בער

מפוזרי » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:58 pm

· #357664
Re: בעלזא משוגעת'ן
מ'מיינט די פיר קינדער פון מהרי"ד ופשוט הוא.
אגב, מהרי"ד'ס סקאהלער ברודער האט געהייסן ר' שמואל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 5:21 pm

· #357669
Re: בעלזא משוגעת'ן
טעיתי. דו האסט געשריבען שייכות צו בעלזא, איך האב נישט געליינט די גאנצע דף

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 14, 2017 6:23 pm

· #365502
אינטערנעט אסור
'מראות קודש' מותר...
belz member.jpg

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 15, 2017 5:32 pm

· #365628
בעלזא האט קיינמאל געזאגט אינטערנעט אסור.

תורה ומדע » מיטוואך מערץ 15, 2017 6:34 pm

· #365640
פארוואס נישט רופן די בעלזער נישט אזוי ווי אין חב״ד מראות הקודש מיט א ה״א?

תורה ומדע » מיטוואך מערץ 15, 2017 6:37 pm

· #365641
סארי, די בעלזער רופן מראות הקודש און חבד מראות קודש.

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך מערץ 15, 2017 11:32 pm

· #365668
געוואלדיג
בעלזא האט קיינמאל געזאגט אינטערנעט אסור.

נישט אמת

אייז קריעם » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 3:49 pm

· #365737
תורה ומדע
סארי, די בעלזער רופן מראות הקודש און חבד מראות קודש.

די אינטערשטע שורה איז אז זיי זענען ביידע מראות...

איש חזון » מיטוואך מערץ 22, 2017 4:23 pm

· #366356
פיר אויס: ...און אויף מראות פרעגט מען א שאלה, און אויב דער רב זאגט טהור איז טהור.

סלינקי » פרייטאג אפריל 28, 2017 1:48 pm

· #369373
התם ומתמם עם תמימים
געוואלדיג
בעלזא האט קיינמאל געזאגט אינטערנעט אסור.

נישט אמת


פונקט געטראפן זייער נייע סייט דורך גוגל עדס
<a class="postlink" href="https://www.worldofbelz.org">https://www.worldofbelz.org</a>
בלאט: 1 2