☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אראומע #14 — הללוהו כל כוכבי אור

אראומע #14 — הללוהו כל כוכבי אור

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7336

אפטעמיסט » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 10:34 am

· #227938
אראומע #14 — הללוהו כל כוכבי אור
פאראכטונגסווערד ס'לעבן
נוח לו שלא נברא,
דאס בין איך —
איש עברי.

האס די סיסטעם
נישט מקבל מרות,
דאס בין איך —
יואב איש כפרות.

א פריקין ארטיקל
נישט קיין שפאס,
דאס בין איך —
בר דעת.

טויט פאר ישיבות!
דאס איז דער רעטער,
דאס בין איך —
העררינג איש בלעטער.

פאעזיע מיט ליבע
נישט קיין נאנסענס,
דאס בין איך —
רויטע וואנצעס.

אומשולדיגע ארטיקל
פעסטע רבי אין שפאן,
דאס בין איך —
שטילע אינגערמאן.

תורה ומחשבה
ברענגט ארויף די ניווא,
דאס בין איך —
ראש הישיבה.

אבער... פאר איינעם נאר
איך פגר איך שוכב,
און דאס איז ער —
דעם פריקין כ-ו-כ-ב!


אי לאו האי
כוכב זעיר,
כמה כתבות
איכא בסאיר!

ברענגט אהער
כוכב אויף א טשוואק,
כ'וויל אים גיבן
א קיש אין באק.

וואויל איז אונז
מיט אזעלכע שטערנס,
און וואויל פאר זיי
כוכב'ס פערענטס.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 10:48 am

· #227941
דער פריקין כאפט זעך פריקין אריבער מאשכול לאשכול שנעלער ווי די איבאלע קרענק ,פריקי!

סאו וואט » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 11:26 am

· #227949
איך אויך
דער פריקין כאפט זעך פריקין אריבער מאשכול לאשכול שנעלער ווי די איבאלע קרענק ,פריקי!


טאקע אט אויף דאס האב איך מיך געקלאפט ביים על חטא ביום קדוש.

על חטא שחטאנו לפניך בפריקין עול...

יואב » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 12:33 pm

· #227976
איך אויך
דער פריקין כאפט זעך פריקין אריבער מאשכול לאשכול שנעלער ווי די איבאלע קרענק ,פריקי!

יא יא, אמאליגע צייטן, ווען יואב איז געווען ווי א סינאנים צום דאזיגן ווארט, האט מען אים אויסגעלאכט, מ'האט געזאגט ס'וועט שוין פון אזא ווארט גארנישט ווערן, צו וואס טויגט דאס, וואס פעלט עס אויס. אבער ווי זאגט דער פסוק: רבות מחשבות בלב איש, "אבער" (מלשון הלילה הזה פון דער מה נשתנה. ) ועצת השם, הוא תקום. השם קען זיין מלשון שם, ס'טייטש מ'האט זיך געלאזט איבעררעדן פון דעם ווארט זעלבס, געהערט וואס ער עצה'ט,  זיינע צויבערהאפטיגע באדייטן, און די ברייטע בענעפיטן מ'וועט קענען ארויסשארן פון עמען, וכך הווה.

שפתים ישק » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 1:34 pm

· #227998
שפתים קישאקTM!

כוכב » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 1:41 pm

· #228011
היות איך בין פארנומען מיט א פראיעקט (אראומע הייסט עס, וואטעווער, אויף קאווע שטיבל, נע, איך שרייב קיינמאל נישט בלויז מיין חברס חבר שיקט מיר אמאל ארטיקלען פון דארט) האב איך נישט קיין צייט אנצונעמען די אפלאדיסטן, באט איטס גרעיטלי אפרישיעיטעד ועוד חזון.

איש עברי » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 1:50 pm

· #228013
@אפטעמיסט אזא אהבה אויסבראך! איך שפעקוליר צו ס'קומט נישט אין מאחורי...
אבער כוכב פארדינט עס ערליך

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 1:59 pm

· #228016
ביוטיפול, דאס איז די בעסטע בית, לדעתי הקלושה.
אפטעמיסט

אי לאו האי
כוכב זעיר,
כמה כתבות
איכא בסאיר!

אפטעמיסט » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 3:45 pm

· #228059
נאר העפטיגע זיצונגען אין די אפיסעס פון ק"ש בין איך מיט מיין קאלאגע באריסטא (קעלנער איז געזעצן אין דער זייט) געקומען צום החלטה צו נאמאנירן דעם אומזעצבארער שפיז-שפיציגער פייערדיגער @כוכב אלס:

ניק פונעם יאר!


כוכב האט באוויזן דאס אומבאווייזבארע און פארפלייצט אונזער שטיבל מיט אשכולות כחול הים אשר לא יספר מרוב. בשעת וואס טייל זענען פארנומען בדברים של מה בכך און לויפן ארום קויפן פריקין רינגלעך פאר די לולבים און שמאנצעס פאר נוי סוכה, איז דער כוכב געזעצן און זיך ממית געוועהן באהלה של אראומע און געדזשעמד דעם סייט מיט די פילע סחורה.

כוכב וועט פאראייביגט ווערן בסיפרן של צדיקים אלס דער מעין המתגבר ונהר שאינו פוסק. דער טו טואזענט ענד פורטין בן עזאי בשוקי טבריה! דיין קוראזש האט געבראכן אייזן, שלאקס און קיישעליך און אין סאמע פארנומענסטע סיזען פון יאר איז ק"ש אויף א מצב ווי קיינמאל ביפאר! ממש לא בא כבושם הזה!

כוכב, אנטשולדיגט פאר'ן נישט מאריך זיין כראוי.

כוכב » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 3:48 pm

· #228061
חברה די פארטי האט זיך נאכנישט אנגעהויבן, די אויוון בראט מיט הייסע געבעקסן.

Ben-Shishim » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 3:51 pm

· #228063
To the Star of this Forum

999 Hoidoas done
What will number 1000 be ?

אויסגערוט » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:46 am

· #229003
איך אויך
על חטא שחטאנו לפניך בפריקין עול...

כאכאכאכא גוט...