☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מצטער פטור מן הסוכה !!! אדער, מצטער פטור מן הסוכה ???

מצטער פטור מן הסוכה !!! אדער, מצטער פטור מן הסוכה ???

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7333

סענס סטריט » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 11:16 pm

· #227836
מצטער פטור מן הסוכה !!! אדער, מצטער פטור מן הסוכה ???
איך וויל פרעגען דא ביים עולם וואס עטץ זאגטס צו די הלכה אין שלחן ערוך המצטער פטור מן הסוכה, צו איז דער פשט פשוט כמשמעו אז אויב למשל עס פאנגט אן צו רעגענען איז נישט קיין שום פשט צו זיין אין די סוכה ( אדער העכסטענס צימאכען די שלאק ) אין מ'דארף זיך אפילו נישט פילען guilty א הלכה איז אן הלכה, אדער זאל מען אנפאנגען צי זאגען אז דעי צדיק איז יא געשלאפען אין די דברי חיים האט געזאגט אזוי אין אזוי אדג. ווייל אנזערע עלטערן וואלטען ח"ו נישט געגעסן מיט א ציגעמאכטע שלאק אפילו עס זאל זיין א מבול, אין ענדריש ווערן דורכגעווייקט נאס!
די קשיא איז צו אנזערע טאטעס זענען ווארימער ווי אנז צו א מצוה, אדער זיי האבן פלעין א טאטש מיט דעי מינע זאכען וד"ל .
וואס זאגט דער עולם דערוועגעגען אין וואסערע עקספיריענס עטץ האטס געהאט?

שטילע אינגערמאן » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 11:32 pm

· #227844
די באבובער רב זצ"ל האט אמאל אין די בראשית געפירט טיש חוה"מ אין גרויסן ביהמ"ד היות ס'האט שטארק גערעגנט, די עולם האט געטרינקען משקה, די באבובער רב ז"ל אליין האט נישט געטרינקען, אבער די באבובער רב ז"ל האט געמאכט א שמועס אז די צאנזע זיידע האט אויך אמאל געפיהרט טיש אין ביהמ"ד חוה"מ, ווייל ס'האט שטארק גערעגנט.

ווען ס'איז אן געקומען צום קלויזנבורגע רב זצ"ל (ער האט שטארק נישט פארגינט די באבובער רב ז"ל וואס איז געוווען אסאך אינגער אין מער מוצלחדיג) אז די באבובער רב פיהט טיש אין ביהמ"ד, זאגענדיג דערביי אז די צאנזער רב האט שוין אזוי געטוען חוה"מ, האט ער זיך אנגערופן "ס'מסתמא איז עס געווען חוה"מ פסח"

מאטי » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 12:10 am

· #227851
ס' דא וואס טייטשן "מצטער", דער וואס האט נעבעך צער, דער איז טאקע פטור, אבער אן ערליכע איד, האט נישט קיין צער ווען ער זיצט אין סוכה.

סענס סטריט » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 12:25 am

· #227859
מאטי
ס' דא וואס טייטשן "מצטער", דער וואס האט נעבעך צער, דער איז טאקע פטור, אבער אן ערליכע איד, האט נישט קיין צער ווען ער זיצט אין סוכה.

אנטשולדיג ר' איד אבער ווען מען שלאפט אין די סוכה, אין עס פאנגט אן צו גיין א גאס רעגען איז יעדער מצטער נישט קיין חילוק א ערליכע איד צי נישט
איך זע אז די ביסט פין דעי מענטשען וואס פאנוגען אויס די קינדער אפילו ווען עס רעגענט...

מאטי » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 12:29 am

· #227861
איך זע
מלשון "חזון חזיתי?"

סאו וואט » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 12:31 am

· #227862
שטילע אינגערמאן
די באבובער רב זצ"ל האט אמאל אין די בראשית געפירט טיש חוה"מ אין גרויסן ביהמ"ד היות ס'האט שטארק גערעגנט, די עולם האט געטרינקען משקה, די באבובער רב ז"ל אליין האט נישט געטרינקען, אבער די באבובער רב ז"ל האט געמאכט א שמועס אז די צאנזע זיידע האט אויך אמאל געפיהרט טיש אין ביהמ"ד חוה"מ, ווייל ס'האט שטארק גערעגנט.

ווען ס'איז אן געקומען צום קלויזנבורגע רב זצ"ל (ער האט שטארק נישט פארגינט די באבובער רב ז"ל וואס איז געוווען אסאך אינגער אין מער מוצלחדיג) אז די באבובער רב פיהט טיש אין ביהמ"ד, זאגענדיג דערביי אז די צאנזער רב האט שוין אזוי געטוען חוה"מ, האט ער זיך אנגערופן "ס'מסתמא איז עס געווען חוה"מ פסח"


געהערט האב איך אן אנדערע גירסא גירסא, אז דער קלויזענבורגער האט געזאגט, אז ס'איז א חילול השם דרבים...
ווען דער באבוב'ער רב האט נאכגעהערט וואס קלויזענבורגער רב זאגט, האט ער זיך אנגערופען, כ'ווייס נישט וואס ס'טוט אים וויי, דער חילול השם? אדער דער רבים?....

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 2:19 pm

· #228020
ביי אונזערע עלטערן איז גאנץ אידישקייט געשטאנען אויף גוטע ווערטלעך און שיינע מעשה'לעך, איי געס די נייע דור איז דיסאלוזשענד געווארן פון דעם מין קיבוץ גליות פון מעשיות פון יעדע צדיק און קרייז, וואו ירא שמים יוצא ידי כולם, און מ'גייט צוריק צו וואס ס'שטייט טאקע אין הלכה.

יהושע חיים » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 4:52 pm

· #228084
ע"פ פשטות הפוסקים "טאר מען נישט" מחמיר זיין און בלייבן און סוכה ווען עס רעגינט (די צדיקים וואס זענען געבליבן האבן אויך דעדאווענט נאך חצות נאך צאת וכד' וכד' נישט אלעס פארשטייט מען)

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 8:04 pm

· #228125
סענס סטריט
מאטי
ס' דא וואס טייטשן "מצטער", דער וואס האט נעבעך צער, דער איז טאקע פטור, אבער אן ערליכע איד, האט נישט קיין צער ווען ער זיצט אין סוכה.

אנטשולדיג ר' איד אבער ווען מען שלאפט אין די סוכה, אין עס פאנגט אן צו גיין א גאס רעגען איז יעדער מצטער נישט קיין חילוק א ערליכע איד צי נישט
איך זע אז די ביסט פין דעי מענטשען וואס פאנוגען אויס די קינדער אפילו ווען עס רעגענט...

סענס סטריט: ס'הייסט, בן גוריון איז אויכעט ארויס פון די סוכה ווען ס'האט גערעיגנט?!...! יא. ווייל ער האט געגעסן מצות אום סוכות. און ער האט נישט געוואלט אז די מצה זאל קומען לידי חימוץ!...!

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 2:46 am

· #228221
איך הער זאגן אז עס קומט א רעגנדיגער סוכות. אנגעהויבן פון יעצט.

גיימיר בודק זיין דעם שלאק צי ער קען דאס פארנעמען. נאטינג לייק א קאלטן טראפ אויפן האלז אינמיטן א טיפן שלאף אין סוכה..