☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » העי בריסקער, יוצא געווען אלע שיטות פון תקיעות, גיי און מקווה

העי בריסקער, יוצא געווען אלע שיטות פון תקיעות, גיי און מקווה

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7325

אחד העם » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 8:01 pm

· #227794
העי בריסקער, יוצא געווען אלע שיטות פון תקיעות, גיי און מקווה
דרייט זיך א ייד מיט צושרויבעלטע פיאות, דיק ווי די וואנט ברייט ווי א גראבער, פארסאפעוועט אינגאנצען אנגעצויגען, סאיז ראש השנה אויף דער וועלט מען דארף יוצא זיין די תקיעות, ער לויפט פון רעכי צו מעכי םהערן די תקיעות, ווען מפרעגט וואס איז דער געטומעל, מען הערט תקיעות און בית מדרש און פטור אן עסק, עה, די ריטב"א, וועט ער דיר ענטפערן ווי א גאנצע למדן, רבי יהושע לייב האט דאך מחמיר און חושש געווען אויף די שיטת הריטב"א, און מען דארף יוצא זיין שיטת הריטב"א, ( שי' הריטב"א אז עס טאר זיך נישט טוישען די קול אינמיטען א תקיעה נאר עס זיין גלייך די גאנצע צייט), איך טראכט זיך צו מיר, לץ איינער, וועם נערסטו חוץ דיין אחור מיט דיין קדם, שיטת הריטב"א ביי תקיעות, דעמאלטס שי' שיבולי הלקט ביי מקווה, וואס הייסט?
ליגט זיך דער בריסקער און בעט, די פיאות שיין פארקעמט ( ליין: גוט צושרויבעלט) און קיין נאכט הצמד פארשטייט זיך די טלית קטן זיינע גרויס ווי אלע רוחות, דינט אים שוין פאר דעם אויכעט, און סחלומט זיך אים פון א געיל מיידעלע ( קרעדיט @שמעון דזשיגאן זצ"ל) ער לערנט אפ דעם חלום פון אלע זייטען, ער איז מדייק אלע פרטים... און פלוצלינג, אופססס, ער וועקט זיך אויף, סאיז שוין אבער לאחר המעשה(מאחורי?)... נא וואס טוט מען יעצט, טראכט ער ביי זיך, גיין און מקווה, נע, תקנת עזרא איז דאך שוין בטל פאר א שטיק צייט, לויפט ער שנעל אריין און בית המדרש ליינען קריאת שמע בזמן לפי שיטת רבי זונדל מן הבקעה, ער וויל דאך די שיטה אויך יוצא זיין, העי בריסקער, יוצא זיין?, זיי יוצא ונכנס און שיטת פינעם כסף משנה, וויל ער זיין מער רייסער, זיך הערן מער למדן, זאל ער זאגען אז ער וויל יוצא זיין די שיטה פינעם שבלי הלקט, און לויף כאפ א טבילה, (וואס פון זיי קומט אויס אז תקנת עזרא איז נישט בטל, נאר מענטשען זענען עס פשוט נישט מקיים, און מען קען אפילו מאכען א ברכה).
סוואונדערט זיך מיר באמת אויף דעם בריסקער, וואס זאגט דעם שמעעעע מיט קלעבעדיגע אונטערהויזען... גלייך פון אשר צג ארויס... איך מיין, האסט פון ערגעץ וואו פון א בלאט מיט קליינע אותיות אפיר געזוכט מיט א מעגריפיין גלעיס עפעס א שיטה יחידאה מיט א הויפען פירכות ווי די שימל אויפען בוידעם, און די פארצט ארויס דעם פאראיבעלטן קוד, יוצא זיין, יוצא זיין, קאט די פא*ען קרעפ, איך וועל דיר ברענגען אויף כמעט אלעס וואס די טוסט נישט א ליסטע גרויס ווי דיין דאס, פון אפענע שיטות ראשונים און הלכה וואס דרייסט דיר אויס די רוקען און די ביסט דאס דש בפאנגעס, כמיין עקביו, סארי, איך וויל באמת פארשטיין, וואס איז די שטופ פאר א מענטש צו פירען, אזא לעבן מיט אזויפיל סתירות און יעדן הינזכיט אוןנאין יעדע זאך וואס ער טוט ומענתו בפיו יוצא זיין, ווען ער ווייסט ביי זיך אז אויף וואס ער טוט נישט איז אויך שיטת אויף לחומרא, פארוואס פארשטייט ער נישט אז די זעלבע תירוצים וואס ער נוצט אויף די זאכען אויף ער טוט נישט, די זעלבע תירוצים ניצען אנדערע אויף די זאכען וואס ער טוט יא, כהאב באמת מער משלים און דוגמאות כהאף שפעטער מוסיף זיין.
אל תדאגו איך מיין נישט קיינעם איך מיין מיר...

דריידל » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 10:49 pm

· #227825
גבאים! פארוואס קען מען נישט געבן מער ווי איין לייק פער תגובה?

דער אמת איז אבער אז ס'איז נישט א בריסקער שוואכקייט, נאר זייער אסאך אנדערע זענען אויך אזוי. נעם למשל א סקווערער וואס וועט נישט אויסטון די גארטל אפילו בשעת ער איז עובר אויף דאורייתא'ס אדער דער סאטמארער וואס ביי אים איז דינען אין צה"ל ערגער ווי חילול שבת אא"וו איש על מחנהו ואיש על דגלו.

מ'דארף נאר וויסן נישט צו כאפן התפעלות ווען מ'זעהט איינעם מיט פארריקטע חומרות. מ'דארף נאכקוקען אויב יענער איז מקפיד אויף יעדע סעיף קטן אין שו"ע און טאמער יא דעמאלטס האבן זיינע חומרות א ווערד.

אחד העם » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 12:14 am

· #227852
[ציטאט אראפגענומען]

יו מיסט די פוינט
דא רעדט מען פון איינער וואס וויל יוצא זיין, איז מאדנע וואס ער וויל יא יוצא זיין און וואס ער מאכט אפ נישט יוצא זיין, פארשטייסט?

אחד העם » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 1:35 am

· #227866
ווען די וועסט איבער ליינען מיינע תגובות, וועסטו פארשטיין אז דא רעדט מען נישט פון קיין מסורה, דא רעדט מען פון איינעם וואס וויל יוצא זיין, אדער האט א מסורה אז מען דארף וועלן יוצא זיין... און אויב יוצא זיין, איז כמש"כ מאדנע און סתירה'יש זיין גאנצע התנהגות, הבנת?

אחד העם » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 2:01 am

· #227874
דריידל
גבאים! פארוואס קען מען נישט געבן מער ווי איין לייק פער תגובה?

דער אמת איז אבער אז ס'איז נישט א בריסקער שוואכקייט, נאר זייער אסאך אנדערע זענען אויך אזוי. נעם למשל א סקווערער וואס וועט נישט אויסטון די גארטל אפילו בשעת ער איז עובר אויף דאורייתא'ס אדער דער סאטמארער וואס ביי אים איז דינען אין צה"ל ערגער ווי חילול שבת אא"וו איש על מחנהו ואיש על דגלו.

מ'דארף נאר וויסן נישט צו כאפן התפעלות ווען מ'זעהט איינעם מיט פארריקטע חומרות. מ'דארף נאכקוקען אויב יענער איז מקפיד אויף יעדע סעיף קטן אין שו"ע און טאמער יא דעמאלטס האבן זיינע חומרות א ווערד.

די חילוק פון די בריסקער שוואכקייט, און די סקווירא וכו' סינדראם, איז אז דער בריסקער זינגט א ניגון פון יוצא זיין, און דער סקווירא איז סתם עפעס א שוואכקייט

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 5:25 pm

· #228306
קודם ווייס איך נישט פארוואס די מיינסט אז די בריסקע גיין נישט אין מקווה. וויפיל איך ווייס גיין זיי יא.
עס איז קענטיג אז איר קענט נישט שיטת בריסק. דער ענין פון בריסק איז נישט אויפצוזוכען סתם מאדנע שיטות אדער הידורים וואס מע קען מקיים זיין, נאר וואס ער האט באמת א ספק אז ער איז נישט יוצא. אין בריסק עסט מען דייקא אכילת עראי חוץ לסוכה ווייל דאס איז די הלכה און זיי זוכען נישט צו זיין קיין מהדרים, אפילו די הידור שטייט אין די משנה. ער גייט אויך נישט קיין רבינו תם'ס תפילין אפילו רבינו תם האט אזוי געהאלטען. נאר אין די תקיעה צו די אתרוג האט ער טאקע א ספק אז על פי ההלכה הפסוקה איז מען נישט יוצא אזוי. דאס איז גאנץ אן אנדערע גדר.

אחד העם » זונטאג אקטאבער 12, 2014 4:00 pm

· #228516
ס'איז קענטליך אז כהאב נישט דערמאנט דאס נאמען סאלאוויטשיק, ווייל זיי זענען אן אנדערע פרשה אינגאנצען.
איך זעה נישט ווי דו האסט געזעהן אין מיינע ווערטער אנדערש ווי דו ביסט דאס מסביר, נאר איך פרעג וואס איז פאר אים די קובע אויף א זאך עס יא אדער נישט א הלכה פסוקה צו יא אדער נישט מאכען א ספק ביים אים צו ער האט יא אדער נישט יוצא געווען, האט עס דען עקרונות?

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 12, 2014 4:30 pm

· #228521
דער בריסקער רב האט מען גערופען סאלעווייטשיק, סאו איך ווייס נישט ווער דער בריסקער וואס דו רעדסט פון איז. אויב סתם פרומע ליטוויקעס אזוינע איז די זעלבע זאך זיי גיין אויך אין מקווה.
דער עיקרון איז בערך שולחן ערוך/ רמב''ם? שטייצעך עס האט נישט קיין פונקטליכע גדר, אזויווי גאנץ הלכה, אבער דער חילוק פון א שיטת הראשונים דחויה שלא נפסקה מיט איינס וואס שטייט נישט קלאר גע'פסק'נט פארקערט בלייבט.

אחד העם » זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:06 pm

· #228552
מקווה איז א דבר מופרך ביי ליטאים, פרומע ליטאים גייען 'נישט' און מקווה, א חוץ געציילטע יחידים דוגמת אלי בער וואכטפויגעל.
א סאלאוויטשיק און א ליטפיק וואס לערנט און בריסק שמים וארץ ביניהם.
לאמיר פארשטיין דוגמת די ריטב"א תקיעות איז דאס נישט א שי ראשונים דחויה?

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:40 pm

· #228560
במח"כ קענט איר נישט קיין ליטוויקעס. ס'רוב פרומע זענען מקפיד אויף טבילת עזרא. כ'האב קיינמאל געהערט עס זאל זיין א דבר מופרך ביי א ליטוואק.
פארשטייסט טאקע נישט די חילוק פון א מחלוקות ידועה וואס אלע פוסקים פסקנען איין וועג און א חומרא וואס שטייט אין ריטב"א און אנדערע מערקן עס נישט אן?

אחד העם » זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:46 pm

· #228562
ניין
איר פארשטייט דאס יא, דאן זענט איר מכובד זיך מסביר זיין.
מען רעדט פון איינעם וואס זוכט יוצא זיין, האלט דאס פאר די אויגען,
ער וויל יוצא א ריטב"א וואס אלע ראשונים זאגען קלאר פארקערט, אז כל הקולות כשרין, דער ריטב"א טיילת דאס אז עס איז נאר ביי איין תקיעה און די צווייטע אבער נישט אינעם זעלבען, איז דאס אנדערש פון א כסף משנה וואס טייטשט אויס אז דאס אז תקנת עזרא איז נתבטל געווארן, אז עס נישט בטל נאר מען איז דאס נישט מקיים, צוויי דוגמאות בעיני שווה בשווה,

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:55 pm

· #228564
די חילוק איז דא, דארפסט נישט מסכים זיין.
עניוועיס, איך ווייס אבער נישט ווער איז דער וואס איז מקפיד אויפ'ן ריטב"א און נישט אויף טב"ע אז זאלסט האבען אזא גרויסע קשיא. אפשר איז דא צען אזוינע מענטשען. רוב ליטוויקעס זענען אויך נישט מקפיד אויף דער ריטב"א.

אחד העם » זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:59 pm

· #228566
לעיקוואד קודם א חילוק, אפשר וועל איך זיך טוישן מיין דעה, נאכען וועט מען דן זיין פון וועם איך רעד

אחד העם » זונטאג אקטאבער 12, 2014 8:01 pm

· #228567
אחד העם
אל תדאגו איך מיין נישט קיינעם איך מיין מיר...

דא האסטו שוין איינעם פון וועם איך רעד...

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 12, 2014 8:04 pm

· #228569
פרעגסט מיר, דער חילוק איז פשוט: אויך לויט'ן כסף משנה איז דאך דער מציאות דער מנהג ביי כלל ישראל מזמן הגמרא נישט נוהג זיין טב"ע. דער ליטוואק איז נישט אנדערש...
ועוד, תקיעת שופר איז איין מאל א יאר טב"ע איז א גאנץ יאר, וכבר נהגו כל העולם להקפיד יותר במ"ע שהז"ג.

לגבי די חילוק שעשיתי, איז א נפקא מינא א הלכה וואס איז בפירוש אלע פוסקים האלטן אנדערש למעשה, און דער כס"מ ודעימיה איז קלאר אויסגעפסק'נט אנדערש, ווי א הלכה וואס מקען קלערן אז דער ריטב"א איז גערעכט. עס איז נישט אז דער כס"מ טענה'ט אז פשט אין די אלע פוסקים איז אנדערש, נאר פשט אין גמרא איז אנדערש, אבער כל הפוסקים חולקים עליו ומפורש פוסקים שא"צ טבילה.

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 12, 2014 8:06 pm

· #228570
נאך א פשט, טבילה במקווה האבן די חסידים געמאכט א גאנצע עבודה זרה דערפון, ומשום להוציא מלבם דארף מען דווקא נישט גיין. הגם שיש מקום ע"פ הלכה..

אחד העם » זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:33 pm

· #228633
לעיקוואד
פרעגסט מיר, דער חילוק איז פשוט: אויך לויט'ן כסף משנה איז דאך דער מציאות דער מנהג ביי כלל ישראל מזמן הגמרא נישט נוהג זיין טב"ע. דער ליטוואק איז נישט אנדערש...
ועוד, תקיעת שופר איז איין מאל א יאר טב"ע איז א גאנץ יאר, וכבר נהגו כל העולם להקפיד יותר במ"ע שהז"ג.

לגבי די חילוק שעשיתי, איז א נפקא מינא א הלכה וואס איז בפירוש אלע פוסקים האלטן אנדערש למעשה, און דער כס"מ ודעימיה איז קלאר אויסגעפסק'נט אנדערש, ווי א הלכה וואס מקען קלערן אז דער ריטב"א איז גערעכט. עס איז נישט אז דער כס"מ טענה'ט אז פשט אין די אלע פוסקים איז אנדערש, נאר פשט אין גמרא איז אנדערש, אבער כל הפוסקים חולקים עליו ומפורש פוסקים שא"צ טבילה.


לעיקוואד
נאך א פשט, טבילה במקווה האבן די חסידים געמאכט א גאנצע עבודה זרה דערפון, ומשום להוציא מלבם דארף מען דווקא נישט גיין. הגם שיש מקום ע"פ הלכה..

די לעצטע ענטפער איז נאך די בעסטע, די שאלה שטעלט זיך נאר ווי אזוי די חסידים וועלן זיך אנייצע געבן צו מקיים די להוציא מלבם פון די עבודה זרה וואס די בריסקע האבן געמאכט לדוגמת עסן אש'ענע מצות, צו עלן זיי נישט עסן מצה בכלל אדער עסן פלעין כשרע מצות, כמובן די צוויטע איז ריכטיג, זאל דער ליטפיק טוהן דאס זעלבע מיטן מקווה, זאל ער נישט גיין פאר די תקיעות, אינמיטן די תקיעות, נאך די תקיעות, פאר מלכות, פאר זכרונות, שופרות, כל נדרי, אתרוג בענטשען, הושענות שלאגען, כפרות קלאפען, התרת נדרים, פארן מאכען דעם פרוזבול, ארויפשטעלן די סוכה, צולייגען די סוכה, פאר די הקפות, צווישען יעדע הקפה, נאך די הקפות, וכו איטס ענדליס, נאר ווען די הויזען קלעבן אים זאל ער כאפן א טבילה...
סתם נייגעריג, צו די בריסקע פאר זיי גייען נישט און מקווה, זאגען זיי להוציא.. והמבין יבין
ועוד ווען דער בריסקער וואלט געווען א חסיד וואלט ער געגאנגען און מקווה פארן נישט גיין און מקווה...
אבער יעצט ברצינות, בעיקר בין איך זיך מתמקד, אויף דעם דורכשניטלכען ליטפאק, וואס לערנט און בריסק, און ער פארמירט זיך צו זיין א איש ההלכה, און בכלל צו דעם מגזר הלטאי וואס פארופען זיך אלס אנשי הלכה, און דרך בריסק, איז געווארן א שטיקל נחלת הכלל ביי זיי, און אלע האבען זיך קונה דעם חרדת הדין פון יוצא זיין, איינע פון מיינע פוינטס וואס איז אפשר געליגען מער צווישען די שורות, איז געווען אז באמת האט דאס גארנישט צו טוהן מיט הלכה צו טוהן, עס איז נישט מער ווי א פשוטע מסורה, מיינענדיג, די סיבה פארוואס איך האב נישט דערמאנט די סאלאוויטשיק, ווייל ביי זיי איז אלעס א שטיק מסורה, אפילו איינער זאל דורך לערנען די סוגיא כגון פון תקיעות אדער וועט פונקט אלעמאל אויסקומען אז די ריטב"א איז גערעכט, אדער וועט אים נישט אנגיין בכלל וואס פאר אים איז אויסגעקומען ער וועט זיך נישט אוועק ריקען פון זיין מסורה, עס איז נישט מער ווי א יעדע מסורה, נאר צו זייער מזל האט עס געלאנדעט אויף הלכה און יוצא זיין, און נישט בנוגע הלכות ערווה, דוגמת גארטל מקווה, אבער דער דורכשניטלכער ליטפיק נעמט דאס אן כאילו עס א אומאפהענגיגער פחד און רצון יוצא צו זיין די מצווה בשלימות, און לערנט און בריסק, גייט ער נאכטוהן די אלע זייערע שטיק, במקום, ער טרעט אויף אנדערע הלכות און פרטי דינים וואס זענען שווה בשווה מיט די זאכען אויף וואס ער איז יא מהדר, און אפילו אויף דעם ריכטיגער בריסקער, פרעג איך אויך א קשיא, צו זענען פארהאן מיט די מסורה פון יוצא זיין, געשניטענע פרינציפען, הרב לעיקוואד, בקידה ובנשיקת ידים מתחילה, די חילוק וואס די האסט געמאכט לייגט זיך מיר בכלל נישט אן, די ריטב"א נעמט אויך נישט מער וו א שטיקל גמרא, און פארדרייט דאס כרצונו, פונקט ווי כסף משנה נעמט א אנגענומענע מושג און פארדרייט דאס כרצונו, בעולם ההלכה איז נישט דא קיין שום מקום פאר ריטב"א בכלל, אלע פוסקים זאגען קלאר להיפך ולשלילה,
מילא דער חזון אישניק וואס האט אויך א פחד און חרדה פון יוצא זיין אבער ער איז געשניטען און אויסגעבויט מיט עקרונות פון זיין גרויסען רבין מילא וכו, אבער דער בריסקער פארשטיי איך נישט וויל איך האב נישט קלאר ארויס זיינע גדרים, דער ליטפיק וואס איז נשפע מחסידת ומסורת בריסק איז ביי מיר אפ געפרעגט כנ"ל, איין עצה איז מיר געבליבען זיצען און ווארטען עד שיבא לעיקוואד ויאיר עיני

לית דין בר נש » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:57 am

· #228657
און איינער פון די אשכולות (דאכט זיך אלכסנדר נישט דער אין צימעס) האב איך גיזעהן אז דא זענען דא א שיינע פאר ר' מענדל אטיק תלמידים, נא וואס קענט עטץ שרייבן וועגן רבי אפרים זלזניק'ס מקוה'ס איך מיין ער פלעגט גיין איטליכע מאל א טאג ער איז דאך אויך גיוועהן א בריסקער נא דער וואס האט צו פארציילן זאל זיך לאזן הערן.

אחד העם » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 1:22 am

· #228663
[ציטאט אראפגענומען]

איך זעה טאקע אז ביסט געקומען רק למחות, ובכן האסטו נישט גרונטליך דורך געליינט וואס איך האב גישריבען,
סאיז דא סאלאוויטשיק ובחירי הלטאים, זאלזניק וואכטפויגעל, דערנאך איז דא די אלגעמיינער ליטפישער חדר כנ"ל ווי כהאב אויבן געשריבען, און נאכן זיך קלאר מאכען זעה איך נישט ווי דער ווארט שקר קומט אריין בבקשה ליין איבער מיינע תגובות תודה

יאיר » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:41 pm

· #228751
לעיקוואד
קודם ווייס איך נישט פארוואס די מיינסט אז די בריסקע גיין נישט אין מקווה. וויפיל איך ווייס גיין זיי יא.
עס איז קענטיג אז איר קענט נישט שיטת בריסק. דער ענין פון בריסק איז נישט אויפצוזוכען סתם מאדנע שיטות אדער הידורים וואס מע קען מקיים זיין, נאר וואס ער האט באמת א ספק אז ער איז נישט יוצא. אין בריסק עסט מען דייקא אכילת עראי חוץ לסוכה ווייל דאס איז די הלכה און זיי זוכען נישט צו זיין קיין מהדרים, אפילו די הידור שטייט אין די משנה. ער גייט אויך נישט קיין רבינו תם'ס תפילין אפילו רבינו תם האט אזוי געהאלטען. נאר אין די תקיעה צו די אתרוג האט ער טאקע א ספק אז על פי ההלכה הפסוקה איז מען נישט יוצא אזוי. דאס איז גאנץ אן אנדערע גדר.

דאס איז א לופטיגער בריסקער חילוק ווי רוב פון זייערע חילוקים. מען קען טרעפן הונדערט טויזנט שיטות אין פארשטופטע ראשונים און אחרונים וואס לויט יעדן פון זיי איז מען נישט יוצא אן אנדערע פון די תרי"ג מצוות.
איך קען נישט אזוי גוט בריסק, אבער מיר זעט אויס אז זייערע חומרות זענען געבויט ספעציפיש אויף זייער מהלך הלימוד פון אנאליטישע גדרים אויף יעדע מצוה, נישט סתם אויסזוכן חומרות וואס לויט טייל שיטות זענען מעכב בדיעבד.
ווען די בריסקער מהלך הלימוד וואלטן סתם געווען עפעס א philosophic school וואלטן עס באמת געווען גאר א שיינע זאך, מען וואלט זיך צוזאמגעקומען יעדן טאג, אלע בריסקישע פילאזאפן, און פילאזאפירט און שפעקולירט כדרכם של הפילאזאפן איבער אלע פראבלעמען וואס גייען קייינעם נישט אן, און מען וואלט אהיים צופרידענע.
אבער אזוי ווי ביי די בריסקער איז דאס בריסקעווען אזא רעליגיעזע אקט, איז דאס געווארן פארוואנדלט אין אזא מאדנע חצי פילאזאפיע חצי רעליגיע, וואס חקרנט זיך נישט בלויז אין תלמוד'ישע מושגים, נאר עס קומט מיט דערצו א גאנצער מהלך החיים פון ווערטלעך, מעשיות, און פאקטישע מנהגים אין לעבן. ווי יעדע רעליגיע, מוזן די אלע אנאלאטישע חקירות און געדאנקען אויך האבן א קאנקרעטע פועל יוצא, ממילא געבן זיי זיך אויס מיט'ן צופאסן זייער לעבן צו די חקירות, און זיין פארנומען צו בשעת'ן בלאזן מיט'ן שופר האבן זיי אריינגעקראכן אין דעם גדר פון תקיעת שופר אדער געבליבן אינדרויסן. דאס גיבט זיי א געוואלדיגע סיפוק רוחני, ווי מען קען זען מיט וואספארא זאפט זיי רעדן דערוועגן אין זייערע ספרים.
(מעגליך אז דער בריסקער רב איז געווען אנדערש, ער האט באמת געליטן אויף א נערוועזיקייט אין יוצא זיין די מצוות).

אחד העם » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 6:40 pm

· #228807
יאיר כמיין די רעדסט פון הרב סאלאוויטשיקס בריסק, וואס דארף באזונדער באהאנדעלט ווערן, נישט פון בריסק און ירושלים אנגעהויבען פון רבי וועלוועל, וואס דארט איז אלעס איין שטיק מסורה, אז כבין נישט גערעכט קלאר מיך אויס

יתרו » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 8:05 pm

· #228816
לית דין בר נש
און איינער פון די אשכולות (דאכט זיך אלכסנדר נישט דער אין צימעס) האב איך גיזעהן אז דא זענען דא א שיינע פאר ר' מענדל אטיק תלמידים, נא וואס קענט עטץ שרייבן וועגן רבי אפרים זלזניק'ס מקוה'ס איך מיין ער פלעגט גיין איטליכע מאל א טאג ער איז דאך אויך גיוועהן א בריסקער נא דער וואס האט צו פארציילן זאל זיך לאזן הערן.

סיי ר' מנדל און סיי ר' אפרים זענען געווען מקוה גייערס. ר' אפרים פלעגט צו גיין יעדע מאל ס'האט זיך אים געדאכט אז ער האט געהערט א קליין מיידלע זינגן אויפן גאס. און ר' מענדל צייטנווייז. אבער נישט אלץ בריסקער ר' מנדל ווייל ער האט געשטאמט פון קארלינע חסידים און ר' אפרים ווייל ער איז געווען א פרומער ירושלימער.

אחד העם » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:31 am

· #228848
דער אמעריקאנער בחור וואס לערנט אפאר יאר און בריסק, גייט 'נישט ' און מקווה הדסים תקיעות מצות איז ער מקיים ווי א בריסקער, און ער ווייסט זיך צו פארופען אלס א איש ההלכה, דער ליטווישער באלעבאס וואס האט א זוהן לערנען און בריסק, כדי צו מחזק זיין זיין מעמד אלס איש ההלכה, איז נשפע פון זיין זוהן, און ער איז זיך מתקדם, טוהן די בריסקע שטיק, און מקווה גייט ער נישט, דער אלגעמיינער ליטפיק וועט נשפע ווערם פון א בריסקע חומרה און נישט פון דוגמת מקווה, נקודה.
דרך אגב, בין איך יעצט און לעיקוואד איך רעד מיט מיינס א בריסקער חבר, והודה לדברי, די רעדסט לכאורה פון די זעלבע פאר ירושלמיע בריסקע משפחות, זאלזניק אטיק סאלאוויטשיק וכו' און נישט פון די אלגעמיינער צו געקומענע בריסקע בחורים און יונגילייט

אחד העם » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:22 am

· #228856
כוועל מיך קלאר מאכען, איך בין נישט געקומען דא לוחם זיין מלחמת מקווה... נאר געוואלט ארויסברענגען און פארשטיין די מהלך צו זי האט א פשט און עס איז טאקע נישט דייקא מיט מקווה