דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #7311
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7311
berlbalagulehאיחוד פעלד: ייש"כ. דו ברענגסט אראפ זייער שיינע טעמים און סברות פאר דעים פאקט וואס אין יוראפ ביז פאר די צווייטע וועלט מלחמה איז (כמעט) א יעדער געגאנגען אין פאבליק סקול, ביז דריי אזייגער נאכמיטאג, און הערשט נאכדעים אין תלמוד תורה. אז די סיבה איז געוועין צוליעב די עקשנות פון די רבנים, וועלכע האבן נישט געוואלט האבן גוי'אישע לימודים אין די תלמוד תורה. איך בין נישט אזוי זיכער אז דאס איז געקומען צוליעב זייער עקשנות. ס'איז מער מסתבר אז די רעגירונג האט נישט געוואלט איינגיין אויף פשרות, און געפאדערט א פולן טאג פון גוי'אישע לימודים אין פאבליק סקול. נאר ענדערש דא אין אמעריקע האבן זיי מסכים געוועהן צו האבן ענגלישע לימודים אין די ת"ת. א שטיקל ראיה צו דעים איז אז אין קוויבעק (מאנטריאל, קענעדע) האט די פראווינציאלע רעגירונג געמאכט פראבלעימען פאר די ת"ת'ס, זאגנדיג אז די שעות וואס זיי געבן אוועק אויף אלגעמיינע לימודים זענען נישט געניג. דאהי, אין נ.י. האבן זיי שוין אויך אנגעהויבן מאכן פראבלעימען, זאגנדיג אז די מלמדים מוזן האבן א קאלידזש דעגרי. 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
כפי מיטב ידיעתי, איז דערמעשה געווען אביסל אנדעריש. דער אגודת ישראל האט געהאט מוסדות אין גאנץ פולין (גאליציא און רוסיש-פולין בכלל) מיט'ן נאמען 'חורב' וואס זיי האבען געהאט לימודי חול און מצליח געווען מיט קינדער. איך מיין אז פאקטיש דער עיקר הצלחה פונ'ם אגודה פאר'ן קריג איז געווען אין דער געביט (איך האב אמאל געליינט א דו"ח פון אגודה אקטיוויסטע'ן פון פאר'ן קריג וואס זיי באקלאגען אז מ'איז מפרסם כל מיני נערישע הצלחות פונ'ם אגודה, און דער איינציגסטע פאקטישער הצלחה איז באהאלטען). אפשר אין אונגאר'ן איז געווען אנדעריש, כ'ווייס נישט. אויך האב איך אמאל געזען א תשובה אין חבצלת השרון קעגען די מוסדות מיט לימודי חול, ווייל ענדעריש זאל מען גיין אין פאבליק סקול ווייל גזירה עבידא דבטלי, און נאכדעם וועלען מיר גיין אין חדר, אבער טאמער מ'מאכט חדרים מיט לימודי חול, וועט עס בלייבען מותר לדורות.
מיין אונגארישע עלטער באבע (פונ'ם שטאט מאטע-סאלקע) האט מיר פארציילט אז זי איז געגאנגען אין א גויישע שולע.
ייש"כ ליטוואק פאר די אינפארמאציע.
שמע מינה כדאמרן. אין הכי נמי, איך האב עס טאקע נאר געזאגט מכח השערה.
וויפיל ישיבות פין חורב האט די אגודה געהאט?
שמע מינה כדאמרן. אין הכי נמי, איך האב עס טאקע נאר געזאגט מכח השערה.
וויפיל ישיבות פין חורב האט די אגודה געהאט?
איך האב געמיינט די מיידלעך זענען בכלל נישט געגאנגען אין סקול.
אפשר רוב מנין, אבער רוב בנין זיכער נישט. דאס אליינס אז דער חפץ חיים און דער בעלזער רב האבען מיטגעשטימט מאכט אלע קלענערער רבנים\סאנזער אייניקלאך פאר נישט וויכטיג.
איך מיין אז שרה שנירר האט אנגעהויבען מיט א קליין מיידלאך סקול און א סעמינאר צו מאכען לערערינ'ס צו קענען ארום גייען אין די שטעט און מחנך זיין נאך דער פאבליק-סקול, א שטייגער ווי די תלמוד תורה'ס אין אמעריקא נאך מיטאג.
איך וואלט נישט געברענגט קיין ראיות פון דער מצב אינדערהיים מיט גייען אין פאבליק-סקול, ווייל אין די קורצע יארען ווען מ'איז געגאנגען אין פאבליק-סקול, האט מען שווער געליטען פון א.ט.ד., און ממילא אז מ'קען ברענגען א ראיה פון דארט, איז עס א ראיה לסתור.

ליטוואק פון בודאפעסטדאס אליינס אז דער חפץ חיים און דער בעלזער רב האבען מיטגעשטימט מאכט אלע קלענערער רבנים\סאנזער אייניקלאך פאר נישט וויכטיג.
פע!
אדרבא @אנאנים ברענג אנדערע זאכען פונ'ם ח"ח און בעלזער רב. ביזדערווייל אזוי ווייס איך. שרה שנירר האט נישט געמאכט קיין מוסדות, זי האט געמאכט א סעמינאר אויסצולערנען מיידלאך צו ווערען טיטשער"ס אין שטעט, אזוי ווי חב"ד שלוחים. מ'האט נישט צוגעלאזט אז א מיידעל זאל צוריק גייען צו איהר אייגענע שטעטעל, זי האט געמוזט גייען צו א צווייטען שטעטעל. למעשה, זענען אלע ארויסגעגאנגען, ס'איז נישט געווען קיין מושב פון עלטערער מיידלאך אין קראקא.
דאס אז דו זאגסט אז מ'האט נישט אויסגעפיהרט, ווייס איך נישט וואס דו רעדסט. ווי האט מען נישט געקענט עפענען א בית יעקב ווען מ'האט געוואלט? און אפילו אז יא, מיינט עס נישט גארנישט. אז די פרייע האבען עס נישט געוואלט, און דער רב האט עס נישט געוואלט, איז נישט אזוי שווער צוריק צו האלטען א בית יעקב פון עפענען.
און דו @לית דין בר נש, ייש"כ פאר'ן 'פעך', אבער ביטער זיי מסביר. דו מיינסט אז דער קאלאשיצער רב איז א בר פלוגתא פונ'ם ח"ח ?!
כפי ידיעתי, די איינציגסטע וואס שרייבט דערוועגען להלכה, איז דער זקן אהרן (מגדולי פוסקי דורו, וואס מ'האט זיך געוואנדען צו איהם פון די גאנצע וועלט מיט שאלות) אין זיין תשובה וואס איך טרעף נישט יעצט.

I remember one of the bobbover sharie zions they have written up exactly what sura shnirrer did and were her schools was and what the mission was. its pretty clear. They also say that privately the bobover ruv HYD endorsed it
דער תשובה אין זקן אהרן איז ח"ב סי' ס"ו, עי"ש ותמצא הרבה נחת. דער תשובה איז געווידמעט צו איינער 'האלבערשטאם', אפשר גאר אן אייניקעל, און ער ברענגט אז די גדולי ישראל האבעו יא געהאלטען, און טויזענטער מיידלאך האבען נהנה געווען פון דעם, ווייס איך נישט וואס דו רעדסט אז ס'איז נישט געלונגען.
מ'קען זען דער תשובה דא
מ'קען זען דער תשובה דא
קוק אויך דא פאר די סך הכל פון מיידלאך אין בית יעקב אין תרפ"ט און וויפיל מוסדות ס'איז דעמאלס געווען. נישט ממש ווי בית רחל אין וומסב"ג.
ליטוואק פון בודאפעסטאון דו @לית דין בר נש, ייש"כ פאר'ן 'פעך', אבער ביטער זיי מסביר. דו מיינסט אז דער קאלאשיצער רב איז א בר פלוגתא פונ'ם ח"ח ?!
זיכער האלט איך אזוי און אודאי אויף א אידישקייט השקפה שאלה!!!
כאכאכאכא, האסט עפעס א מקור צו דיין 'וודאות'? אדער סתם אזוי שמעקט עס דיר צו גלויבען?
ווען זי איז געווען ביים בעלזא'ר רב נעמען א הסכמה האט ער איר געזאגט: די וואס דארפן עס זאל עס העלפן און די וואס נישט זאל עס נישט קאליע מאכן. כך שמעתי פון דעם ראב"ד ירושלים הגה"צ ר' משה שטערנבוך שליט"א. והוסיף אז דאס איז געווען די שטימונג ביי כמעט אלע גדולי ישראל, אפילו די וואס האבן איר אפיציעל געשטיצט און געבעקט.
היסטאריע פון מוסדות החינוך אינעם אלטער היים
עס איז אינטרעסאנט, כ'האב קיינמאל נישט געטראכט אז די מתנגדים פין שרה שנירר זענען געוועהן מתנגדים אפילו אין ליכט אז מען האט זיי געצווינגען צו גיין אין גוי'עשע שולע. ד.ה. אזוי, התינח ווען די מיידלעך זענען געוועהן געוואוינט צו ווערען אויפגעצויגען אהן קיין שופ עדיוקעישען, נאר די מאמע האט זיי אויסגלערענט צו מאכען ברכות און חלות, נו, האבען כאטש די מיידלעך נישט געהאט קיין שום וויסען אז עס איז דא עפעס,, און זענען נארטורלעך געבליבען אידען. אבער אז מען נעמט מיידלעך אין מען לערנט זיי אלעס וועגען יאשקע דורך ערפארענע מלמדים, איז אפילו מיט א אידישע חינוך דארף מען רחמים זיי זאלען וועהלען צו בלייבען אידען, קל וחומר אויב מען גיבט זיי נישט קיין שום אידישע חינוך וועלען זיי נאטורלעך נישט בלייבען קיין שומרי תורה ומצוות..
איז די שאלה, זענען די גדולים פין יענער דור געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט?
וואס זאגט עס אויף אלע זייערע שיטות? אולי בנוגע ציוניזים זענען זיי אויך אזוי פארקרומט?
איז די שאלה, זענען די גדולים פין יענער דור געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט?
וואס זאגט עס אויף אלע זייערע שיטות? אולי בנוגע ציוניזים זענען זיי אויך אזוי פארקרומט?
למעשה האט שרה שנירר (שענירער, אויף אונגאריש/אידיש) קיינמאל נישט חתונה געהאט. ווייסט איינער די אמת'ע סיבה פאר דעים?
בכלל איז אינטרעסאנט צו באמערקן. אז די מענטשן וועלכע זענען געוועהן זייער שטארק איבערגעגעיבן פאר עפעס א פראיעקט האבן קיינמאל נישט חתונה געהאט. אזוי ווי דר. וואלאך. דער מייסד פונ'ם שערי צדק שפיטאל אין ירושלים. און אויך ליליען וואלד. די אידישע עלטערע מיידל וועלכע איז געוועין א נוירס און זי האט געגרינדעט די ארגאניזאציע "וויזיטינג נוירסעס". מיט דעים האט זי אפגעראטעוועט די לעיבנס פון א סאך אידישע משפחות, פון דער אמאליגער אלטער אידישער איסט סייד, אין מאנהעטן. וועלכע האבן געלעיבט אין גרויס דחקות און אן די מינימאלסטע סאניטארע און געזונטהייטס באדינגונגען. זי און אירע נוירסעס האבן אויסגעלערנט די איינוואוינערס פון די טענעמענטס וויאזוי זיך צו האלטן בנקיות, און געזינט...!

[ציטאט אראפגענומען]
יא. אבער די חקירה איז, וועלכע איז דער עיקר. צו דער פראיעקט פאר וועלכן מ'געט זיך אוועק דאס גאנצע לעיבן און אויך די טשענס צו חתונה האבן און האבן קינדער. אדער פארקערט. ווייל א מענטש זעהט איין אז ער וועט ממילא נישט קענען חתונה האבן און געבוירן קינדער, גיט ער זיך אינגאצן אוועק פאר דעיםן פראיעקט... ❓
berlbalagulehלמעשה האט שרה שנירר (שענירער, אויף אונגאריש/אידיש) קיינמאל נישט חתונה געהאט. ווייסט איינער די אמת'ע סיבה פאר דעים?
זי האט יא ואכמ''ל.
איך אויךberlbalagulehלמעשה האט שרה שנירר (שענירער, אויף אונגאריש/אידיש) קיינמאל נישט חתונה געהאט. ווייסט איינער די אמת'ע סיבה פאר דעים?
זי האט יא ואכמ''ל.
ואיפה כן מקומו להאריך?! ווייל לויט מיין אינפארמאציע האט זי קיינמאל נישט חתונה געהאט. ודו"ק... 😕
מפני כבודה לא אאריך אבל זה ידוע ליודעים.
א פשוטע גוגל איז מגלה אז זי האט חתונה געהאט מיט איינער אבער זי האט נישט געהאט קיין קינדער.
וואס איךאויך פראבירט דא מגלה צו זיין מיט זיין מכסה זיין איז פארהוילען.
וואס איךאויך פראבירט דא מגלה צו זיין מיט זיין מכסה זיין איז פארהוילען.
זעהסטו אז גוגל ווייסט אויך נישט אלעס.
א האלבע שקר איז ערגער ווי דעם גאנצן אמת.
וועמען איז אינטרעסאנט איהר פערזענליכע לעבען לגבי די רעיון פון בית יעקב? יא, זי איז א היסטארישע פיגורי"ן וואס ס'איז אינטרעסאנט צו וויסען די געשיכטע, אבער ס'מאכט קיין שום חילוק נישט לגבי די רעיון זעלבסט.
מ'קען אויך ניצען די סאטמארער שפראך דא - היינט זעט שוין איעדע אז די קלארע אמת'ער בליק פון שרה שנירר איז געווען גערעכט און די אלע בנש"קלעך האבען טועה געווען!
מ'קען אויך ניצען די סאטמארער שפראך דא - היינט זעט שוין איעדע אז די קלארע אמת'ער בליק פון שרה שנירר איז געווען גערעכט און די אלע בנש"קלעך האבען טועה געווען!