☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס וויליאמסבורג איז all about

וואס וויליאמסבורג איז all about

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7309

סענס סטריט » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:20 pm

· #227414
וואס וויליאמסבורג איז all about
איך וויל דא מיטיילען א מעשה וואס גייט מיר נישט אין קאפ אריין, פארגע דאנערשטאג שלש עשרה מידות נאכן זיך מיטשען מיט מיין סוכה א שטיקל צייט בין איך געגאנגען צו מיין פענסטער מיך אביסל אויסבלאזען אין איך האב ארויסגענימען מיין טעלעפאן אין וואס מיינט עטץ האב איך געטין? איך האב אנגעפאנגאן צר זיכען א folding bed פאר מיין סוכה, איך האב געזיכט היפש לאנג אפילו מער ווי א שעה
אין פליצלינג באקום איך א פאן קאלל פין א פרוי זי פאנגט אן צי שרייען קולות אויף מיר אז היתכן ס'איז שלש עשרה מידות אין איך שטיי שוין ביי מיין פענסטער בערך צוויי שעה אין אנשטאט גיין אין בית המדרש זיך אויסצובעטען שפיל איך מיט מיין טעלעפאן,
איך בין געווען אין שאק!
איך האב איר געפרעגט, "ווער זענט איר, אין וואס ווילט איר פין מיין לעבן האבן"
זי האט איבערגעזאגט די זעלבע אין אראפגעלייגט,
איך האב נישט געוויסט צי איך לעב צי נישט, וואס פאר א חוצפה האט א פרוי וואס איך האב נישט קיין אנונג ווער זי איז אריינצוקיקען אין מיין פענסטער אין מיך אנקאלען אין אנשרייען?
ערשטענסט לאמיר זאגען אז איך האב מיך פלעין געשפילט ווי איז מותר אריינצוקיקען אין יענעמס פענסטער? אין לאמיר שוין זאגען אז זי האט בטעות געזען אדער איך האב אביסל ארויסגעשועקט מיין קאפ וואס איז מיט דן זיין יענעם לכף זכות??? אין ביי דעם פאל האב איך טאקע געזוכט א בעט פאר מיין סוכה!
ממש ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין, איך האב שוין נישט קיין פרייועסי ביי מיר אינדערהיים אויך נישט?
אין לאמיר זאגען אז איך האב יא עפעס געטין wrong ווער האט איר געפרעגט? איך האב עפעס געטין אויפן גאס? עס איז דאך ביי מיר אינדערהיים!!! איז זי דען מיין חבר פין ישיבה?? ז'איז א פרעמדע ( פאריקטע ) פרוי צי מיר!!!
ווער האט איר געשטעלט אלץ פאליסמאן ( פאליספרוי ) אריינצוקיקען אין יענעמס הויז אין אנקאלען מיט א מוסר דרשה?
איך קען סאך מער מאריך זיין אבער הזמן קצר.
איך וויל הערען וואס די עולם זאגט זי אזא מעשה חוצפה, אין וואס איך זאל טין אין אזא situation זי האט מיך געקאלט פין א סעללפאן, וויאזוי איך קען אויסגעפינען ווער זי איז?

איחוד פעלד » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:26 pm

· #227416
נעקסט טיים זאג זי, מסכים איך גיי פארדיר אין ביסמעדרעש, און וואס קענסט די טוהן פארמיר?

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:53 pm

· #227423
סאיז אן אפטע ערשיינונג פרויען זאגן פאר פרויען און מענער פאר מענער. פרויען פאר מענער אדער פארקערט איז מסתמא א פרענק אדער א חזיר.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:10 pm

· #227456
עס איז מסתמא געווען דער בת קול פון הר חורב...
אלענפאלס, דאס איז א פאררוקטע פרוי, ביטע שמיר נאך נישט אן גאנץ וויליאמסבורג מיט דעם פעינט,
לאך זיך אויס, לך אכול בשמחה את לחמך כי כבר רצה אלקים כו'

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:27 pm

· #227458
שמעקעדיג: ייש"כ. אזא ברכה צו באקימען א טאג נאך יום הק', (ווען איך ליין די הודעה). ס'האט זיך שוין באלד געלוינט די עגמת נפש פון ווערן אנגעשייגעצט פון עפעס א צודרייט באשעפעניש. נאר דו ביסט הינדערט פראצענט גערעכט. חוץ פון דעים ווייס איך עטליכע מעשיות פון אינוועיזשן אף פרייוועסי בעיר הק' וויליאמסבורג יצ"ו. און מסתמא איז אויך די זעלבע אויף געוויסע בלאקס אין בארא פארק יצ"ו. וואו אלעס איז איין טשולנט, און מענטשן? ווייסן נישט קיין גבולים. און מ'קריכט יענעם אין די קישקעס. וואס בעיני ראיתי (אבזערווירט). נאר ס'פאסט נישט ארויסצושרייבן דא. ענדערש אין "מאחורי". ווען איך האב געזעען ווי נאנט א טייל הייזער זענען געבויט איינס צום אנדערן, אז דער פארטש פון איין הויז איז ממש אינטשעס אוועק פון זיין שכן'ס קאך, (קיטשען, בלע"ז) איז מיר איינגעפאלן אז ווען איין שכן זיצט אויף זיין פארטש קען ער זעהן וואספארא שניטצל זיין שכן עסט ביי זיך אין קאך... 🙄 !

איך אויך » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:32 pm

· #227460
און וואספארא שניצל עסט ער טאקע?

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:44 pm

· #227464
אהעממ.. פון וואו האט זי דיין טעלעפאן נומער?

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:45 pm

· #227466
איך אויך
און וואספארא שניצל עסט ער טאקע?

אז איך וועל אריינקוקן צו דיר אין קאך (אפשר עסטו אין דיינינג רום, לא אמרתי.) וועל איך דייר קענען זאגן וועלכע שניטצל דו עסט... 😂 !

איך אויך » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:47 pm

· #227467
בינעך אבעל נישט אין ווילי.

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:47 pm

· #227468
לעיקוואד
אהעממ.. פון וואו האט זי דיין טעלעפאן נומער?


מ'האט ביי איר גענומען די צניעות קלייד פאר'ן שפיטאל ביים לעצטן געבורט.

סענס סטריט » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:59 pm

· #227471
לעיקוואד
אהעממ.. פון וואו האט זי דיין טעלעפאן נומער?

איך ווייס נישט. מסתמא האט זי געקיקט אין די business directory. זי האט געדארפט אויסחשבנען פינקלעך ווי איך וואוין.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 5, 2014 3:17 pm

· #227479
סענס סטריט
לעיקוואד
אהעממ.. פון וואו האט זי דיין טעלעפאן נומער?

איך ווייס נישט. מסתמא האט זי געקיקט אין די business directory. זי האט געדארפט אויסחשבנען פינקלעך ווי איך וואוין.

אין די ביזנעס דיירעקטארי שטייט נישט קיין סעללפאונס...!

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 5, 2014 3:21 pm

· #227481
ווער זאגט זי האט גערופן צו זיין סעל? זי האט גערופן די היים נומער!

מאטי » זונטאג אקטאבער 5, 2014 3:25 pm

· #227482
דאכט זיך מיר, נישט די סעל און נישט די היים..

חכם עתיק » זונטאג אקטאבער 5, 2014 3:51 pm

· #227486
נולד מאוחר
סאיז אן אפטע ערשיינונג פרויען זאגן פאר פרויען און מענער פאר מענער. פרויען פאר מענער אדער פארקערט איז מסתמא א פרענק אדער א חזיר.


לאו דוקא. מיר האבן זוכה געווען צו כאפן א מי שפרע פון א שכנ'טע אמאל פארן טראגן מיטן עירוב.

איך האב מיך נישט נישט מוחל געווען עד היום (אפילו דעם יום כיפור..) פארן נישט צוריק ענטפערן..

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 5, 2014 3:53 pm

· #227487
שמעקעדיג
ווער זאגט זי האט גערופן צו זיין סעל? זי האט גערופן די היים נומער!

אויב שוין ברעכן דעם קאפ און חקר'נען, איז שוין בעסער צו ארבעטן אויף א תוס', אדער א שווערן "קצות". אבער לענייננו, איז משמע פון זיינע ווערטער אז ער רעדט פונ'ם סעללפאון. ווייל ער שרייבט בתוה"ד אז די הייליגע אידענע האט עים אנגשריגן אז ער שפילט זיך מיט זיין פאון. און מיט א פשוט'ן היים פאון שפילט מען זיך נישט. (דיבר הכתוב בהווה.). ועוד י"ל. אז אויף א האום פאון איז דא א קלארע קאללער איי.די. מיט'ן נאמען. משא"כ אויף א סעלל פאון איז נאר דא א פאון נאמעבער. חוץ פון די קאנטאקטס וואס מ'האט אריינגעלייגט. כנלענ"ד. ופשוט.... 😠 ...!

סענס סטריט » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:33 pm

· #227539
זי האט געריפען פין איר סעל צי מיין היים פאון.. אין זי האט געזען ווי איך שפיל מיט מיין סעל

איך אויך » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:39 pm

· #227543
געב אונז ארויס איר צעל נומער און מער וועט זי דיך נישט באלעסטיגן.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:49 pm

· #227549
סענס סטריט
זי האט געריפען פין איר סעל צי מיין היים פאון.. אין זי האט געזען ווי איך שפיל מיט מיין סעל

אה. דאס איז שוין א חזיר'טע. אפילו פאר ווילי באגי איז עס טו מאטש...!

מאטי » זונטאג אקטאבער 5, 2014 7:18 pm

· #227557
אויף דעם האט דאך שוין דער רמב"ם געשריבן זייער הארב "נשים המ'סעל'סלין....

טיטאניק » זונטאג אקטאבער 5, 2014 7:35 pm

· #227560
שמעקעדיג

דאס איז א פאררוקטע פרוי, ביטע שמיר נאך נישט אן גאנץ וויליאמסבורג מיט דעם פעינט,
לאך זיך אויס, לך אכול בשמחה את לחמך כי כבר רצה אלקים כו'

גם אנכי מצטרף
אין וויליאמסבורג שרייען נאר מענער בעיקר שבת קודש ווען מען האלט פאר די קידושא רבתי און די מאגען קוטשעט פאר אביסל ווייכע הערינג און פארהארטעוועטע גאלע

דריידל » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 8:05 am

· #227653
מ'דערציילט אז עפעס א יענטע אין וויליאמסבורג איז געווען נייגעריג וואס טיט זיך ביים שכן, האט ער גענומען א קוק ער (שפאקטיוו) און אריינגעקוקט ביים שכן אינדערהיים, זעט ער ווי די שכן שטייט מיט א קוקער און קוקט אריין ביי אים

ציבעלע-קיגל » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 10:05 am

· #227667
וויליאמסבורג איז געבויט אויף רשעות, רציחה קנאה און שנאה. און אויף צוויי זייער וויכטיגע פונקט... אייןס איז... אז מען דארף אלץ אריין קריכען וואס מער און יענעם געשעפטען. און צווייטענס... אז... איך מעג... און די טארסט נישט...

למשל אויב איינער זעהט איינער אין א טיאטער וועט איעדער גלייבען די מעשה און קיינער וועט נישט פרעגען... וואס האסטו געטוהן דארט? דער עיקר איז אז מען האט געכאפט א פעטען פיש וואס מען קען איהם גוט בארעדען.

לגבי וואס זי קוקט אריין צו דיר און זעהט איך האב געהערט פון א ידיד נישט לאנג צוריק אז זיין ווייב האט באקומען א טעלעפאן קאל אז היתכן ווען איהר מאן נעמט א שאוער קומט ער ארויס נישט צניאות דיג. פרעגט זי קודם פון ווי ווייסטו ? און נאך דעם זייט ווען איז דאס דיינע ביזנעס. ענפערט זי אז זי זיצט אויפן פארטש מיט איהרע קינדער און ווען זיי קוקען אריין וויל זי נישט אז איהרע קינדער זאהלען זעהן נישט איידעלע זאכען

מאטי » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 10:23 am

· #227668
דו מאכסט חוזק פון א ציבור פארן גלייבן טיאטער מעשה'ס ווען תוך כדי דיבור פארציילסטו אויך עפעס א מעשה וואס פארלאנגט דער עולם זאל סתם אזוי גלייבן.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 11:08 am

· #227674
מאטי
דו מאכסט חוזק פון א ציבור פארן גלייבן טיאטער מעשה'ס ווען תוך כדי דיבור פארציילסטו אויך עפעס א מעשה וואס פארלאנגט דער עולם זאל סתם אזוי גלייבן.


איז לאז זיין א דזשאוק... אבער "דאס" איז וויליאמסבארג. אזוי ווי דער מעשה מיט די וואס האט אריין געקוקט צום שכן און געזהען ווי יענער קוקט גאר אריין צו איהם. א מעשה וואס זאגט קלאר... וואס וויליאמסבורג איז.

איש עברי » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 11:46 am

· #227684
לדעתי איז עס נישט א פראבלעם וואס האט מיט די געאגראפישע גרעניצן פון וויליאמסבורג, א גרויס חלק וויליאמסבורגע פרויען האבן נאך כמעט קיינמאל נישט אנגערופן יונגעלייט אויס'מוסרן פארוואס זיי שפילן מיט די סעלפאון שלשה עשרה מדות.
די זעלבע מעשיות וועט מען הערן אין מאה שערים און אין בני ברק און ווי אימער עס הערשט א רוח פון פאנאטיזם און עקסטרעמיזם, אין בארא פארק וואלט אויך געקענט פאסירן אזא מעשה, נאר דארט איז דא ווייניגער פון די סארט פודעמענטאליסטן.
וויליאמסבורג איז א זיסע מולטיקולטעראלע שטאט וואס ליידער איז דא דארט א שטארקע כח פון טעראר און רשעות מצד א מיעוט וואס האט די פאסיווע שטיצע פון א גרעסערע מיעוט, און די רוב שטאט האסט זיי ביטערליך.