וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • סוכות תשע"ה
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7305
וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • סוכות תשע"ה
יעדע האלב יאהר, פסח און סוכות צוגלייך, קומען די אויסגאבעס ביים חרדישן ציבור ארויס מיט ריזיגע העווי-דוטי אויסגאבעס און ביילאגעס, ווער עס ווייסט אביסל מער פרטים וואס עס איז ערווארטעט אין די אידיש/ענגליש/היברו מארקעט איז מכובד דא צו מעלדן.
(קרעדיט: אבי גערעדט)
די ערשטע סוכות אויסגאבע איז שוין ארויסגעקומען מיטוואך, דער יתד נאמן.
די שטערן איז שוין ארויס געקומען פאר יו״ט
סע שטייט דארט ״פארגרעסערטע אויסגאבע״ ווייל סע האט זעקס מער זייטען
וואס מאכט בעיקר שווערער אין וואג די יום טוב'דיגע אויסגאבעס איז די איבערפלייץ פון עדווערטייזמענט'ס און די קרית יואל'ע חתנים וואס פארהערן זיך גאנץ הלכות שבת.
אין אייוועלט שרייבט איינער אז מאמענט גייט האבן א קאנטרווערשל דעקל.
ידעןדי שטערן איז שוין ארויס געקומען פאר יו״ט
סע שטייט דארט ״פארגרעסערטע אויסגאבע״ ווייל סע האט זעקס מער זייטען
בעסער ווי דער בליץ וואס מאכט זיך בכלל נישט וויסענדיג פון די ימים טובים און לייגט נישט צו אפילו איין פעידש
די ענגלישע אויסגאבעס וועלן זיין מארגן אין די געשעפטן ( מ'הערט אז עמי גייט האבן עפעס א אויפרייס )
אויף בחדרי חרדים פלעגט זיין פאר יעדע פסח-סוכות א אשכול ווי מ'פלעגט אפדעיטן וואס די היברו מאגאזינען גייען האבן אויף די ימים טובים, אבער לעצטנס איז שטיל דערוועגן
אבי גערעדטדי ענגלישע אויסגאבעס וועלן זיין מארגן אין די געשעפטן ( מ'הערט אז עמי גייט האבן עפעס א אויפרייס )
עמי גייט שרייבן איבער דעם דירות קריזיס, ווי זיי האבן שוין געשריבן. כ'ווייס נישט צו דאס גייט זיין דער אויפרייס פון וואס דו רעדסט.
בין איך דער איינציגסטער וואס שפירט אז עס איז שוין טו מאטש אף עי גוד טינג? ווער דארף אזא פארפלייצונג פון לייען מאטעריאל אויף יו"ט? איז דען אפילו פאראן צייט אלעס אדורכצוליינען? איינער ענדיגט די אלע פארגרעסערטע אויסגאבעס?
די יאר איז דא 2 מאל 3 טעג יו"ט.
אבי גערעדטדי ענגלישע אויסגאבעס וועלן זיין מארגן אין די געשעפטן ( מ'הערט אז עמי גייט האבן עפעס א אויפרייס )
עמי שוין אין די געשעפטן, דיק ווי א קובץ מפרשים; זיי שרייבן אז זיי האבן 670+ זייטן
לייק איז פאר די קובץ מפרשים...
מאמענט טוויט...


וואו איז דער פארשפראכענער "קאנטראווערשעל" דעקל?
אפשר איז קאנטערווערסיאל אז זיי האבן די צווויי דם שונאים ווייס און שטערנבוך אינטערוויוס אין איין אויסגאבע
בשבילי!אין אייוועלט שרייבט איינער אז מאמענט גייט האבן א קאנטרווערשל דעקל.
אה ב''ה מ'קען שוין אפעטעמען.
די עמי קאסט 5.50, משפחה 6.50. פאר די וואס קוקן נישט די פרייזן.
פון אן אינסיידער אין דער איד הערעך אז ס'קומט א זאפטיג גרויסע קעפל אויפ'ן פראנט זייט אבאוו די פאלד מיט א נאכפאלגענדע ברייטער ארטיקל וועגן גיוס (אדער חפירות, נישט געהערט קלאר) מיט א טוץ עקסקלוסיווע בילדער ווי ציונישע פאליציי אינדעזעויקיוויזידעזיקיווזן זיך אויף די ערליכע נקויי הדעת אינגעלייט מיט פולע מאס רשעות. די בילדער, זאגט ער, וועלן קומען באזונדער אין איד מיט א פלעסטיק אזוי אז מ'זאל עס נישט קענען דורכבליקן אין געשעפעט.
אינדעזעויקיוויזידעזיקיווזן
👍 👍
איך ליין יעצט די ערשטע ארטיקל אין די דירות ביילאגע אינעם מאמענט, פארוואס האט ער נישט צוגלייגט א קלארע מאפע פון וויליאמסבורג והגלילות? איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס ער רעדט.
די המודיע יו''ט פרייז איז $4 אנשטאט $3. פאר די וואס קוקן נישט.
אנדערש ווי די אידישע צייטונגען וואס האבן נישט די חוצפה צו הייבן יו''ט אויסגאבע פרייזן טוט המודיע וואס זיי ווילן.
ווייסט אפשר עימצער צו דער המודיע איז אראפ מיט א דאלאר אויף זייער לעצט וואכעדיגע אויסגעדארטן יום כיפור מאגערן צייטונג?!?!
סארא העזה!
"דער איד" האט צוגענומען אפאר פונט... ער איז דיק געווארן
מ גפני"דער איד" האט צוגענומען אפאר פונט... ער איז דיק געווארן
נאר ער? אדער די צייטונג אין המודיע אויך
געזען דעם איד אין סטאר מ'דארף האבן א היילא אןיפצוהייבן. ס'דא א באזונדער אפטיילונג עפעס ''שמועסן'' מיט אינטערוויןס, דאס איז חוץ די סוכות ביילאגע. זעט אויס ווי ס'דא וואס צו ליינען דארט
גארנישט אנדערש פין א געווענטליכע יו''ט אויסגאבע פין די היימישע צייטונגען
ראשעקאאל: ייש"כ פאר צושטעלן די אלע הערליכע פיקטשערס פון די הויפט בלאט פון אלע יו"ט אויסגאבעס. נעקסט טיים איך גיי אדורעך א סטאר און איך זעה א יונגערמאן וואס בלעטערט אדורך אלע צייטונגען און מאגאזינען וועל איך וויסן ווער דאס איז... 🙂
ווער ס'קוקט גוט קען באמערקן ביי די "דורות". די ביטאון העדה, ביי דעם בילד פון גאב"ד. אז ס'איז "טראנס-פאוזד". איבערגעדרייט, בלע"ז. די "משפחה", און אנדערע ארץ ישראל'דיגע מאגאזינען טוען דאס א סאך. לויט ווי ס'קומט בעסער אויס אויפ'ן קאווער.
איך האב א זא "משוגעת", צו קוקן אויף א יעדן פיקטשער אויב ס'איז איבערגעדרייט. למשל דא. דער גאב"ד שליט"א גייט דען מיט א בעקישע געקנעפלט פון לינקס אויף רעכטס?!...!