יום כיפור אין בורו פארק
איך דארף זיין דעם יו"כ אין ב.פ. ווייסט איינער וואו איז דא א גוטע ב'טעם'טע בית המדרש, גוטע בעלי תפילה, דאוונט אין צייט, און א גוטע בעל קורא?
קען זיין נוסח ספרד אדער אשכנז. דער עיקר א גוטע דאוונען און נישט סתם שלעפן מיט נגונים וכדומה.
א גוטע דרשה פאר כל נדרי/נעילה איז אוי א +
לכתחלה זאל אויך האבן א עזרת נשים.
מיט דאנק פאראויס
ה.ל.
בעלעד (נישט דולה'ס רבי) זיי דאווענען אין רענאסאנס האלל אבער דארט מוז מען קויפן א זיץ (ביי די מענער עכ"פ)
וואס זענן די הויפט מעלות דארט?
כמה $$ איז א זיץ?
היימישער ליטוואקוואס זענן די הויפט מעלות דארט?
כמה $$ איז א זיץ?
אין די נייע בעלעד דאווענט חזן בלומבערג!
היימישער ליטוואקוואס זענן די הויפט מעלות דארט?
כמה $$ איז א זיץ?
א גוטע ב'טעם'טע בית המדרש
גוטע בעלי תפילה
ר'שלמה איז באקאנט אלס הערליכע הארציגער בעל תפילה.
אזוי אויך רוב אנדערע תנאים וואס דו האסט געשטעלט.
א זיץ גלייב איך קאסט ארום 250 פאר ר"ה און יו"כ (טאמער איז נאך דא אוועילעבעל)
[ציטאט אראפגענומען]
ווען איז שחרית, עני איידיע?
היימישער ליטוואקאיך דארף זיין דעם יו"כ אין ב.פ. ווייסט איינער וואו איז דא א גוטע ב'טעם'טע בית המדרש, גוטע בעלי תפילה, דאוונט אין צייט, און א גוטע בעל קורא?
קען זיין נוסח ספרד אדער אשכנז. דער עיקר א גוטע דאוונען און נישט סתם שלעפן מיט נגונים וכדומה.
א גוטע דרשה פאר כל נדרי/נעילה איז אוי א +
לכתחלה זאל אויך האבן א עזרת נשים.
מיט דאנק פאראויס
ה.ל.
דאס ערשטע מאל איך הער אז א איד זוכט א בית מדרש מיט א גוטן בעל קורא נישט אום פרשת זכר.
לעצם הענין דער מחזור האט נישט גענוג פיוטים אנצופילן א גאנצע טאג דאווענען אן שלעפן אביסל מיט ניגונים. חוץ מזה די ניגונים רילעקסט אביסל די מח מען זאל קענען אנגיין ווייטער.
טעמפל בעט על, 15 קארנער 48. מ'שטעלט זיך 8:00, און פאזע נאך מוסף איז בערך האלב דריי. וועלט בארימטע חזן בנציון מיללער מיט'ן כאר האלט אונטער די עולם אבער די הויך פונקט זענען די ווארימע דיבורים פון ראביי שנאו, ווי ער אז מקרב לבן של ישראל לאבינו שבשמים. די עולם איז אן אמת'ע סנעפשאט פון בארא פארק פון אמאל, חסידים ליטוואקעס, אמעריקאניזירטע, און אידן פון אלע שיכטן און קרייזן טרעפן זיך אונטער איין דאך מיט איין מטרה, אויסבעטן א גוט יאר!
פלאץ איז דא בריוח, אבער כמובן, קענט איר אריינגיין אין ביורא אונטערן בית הכנסת און באצאלן א קארגע פיפציגע פאר א זיץ. בנוגע די בני בית, איז דא צוויי אפציעס. זי קען זיצן אונטן אויף די אנדערע זייט מחיצה אדער אויפ'ן גאלעריע. אזוי צו אזוי 'עט זי מן הסתם האבן א פיל באקוועמערע און מער דערהויבענע עקספיריענס ווי ביי הרב אלעזר הורוביץ'ן.
אדער טו וואס איך טו. אויף 46 צווישן 15 און 16 איז דא א בא'טעמ'טער טעמפל פון די רעפארם פראקציע פון יודישקייט. דאווענען נעמט נישט לאנג און סאיז אויך דא א קיבארד. פלאץ איז דא ברווח און מ'שטעלט אפילו צו קאפלעך מיט לייכטע איבערבייס. דער פראבלעם: איר קענט נאר קומען מיט א ווייסע קאר. אבער היינט מיט זיפ-קאר ברויך דאס נישט זיין קיין גרויסער פראבלעם.
דערמאנסט מיר פון דאס:
בארימטע ריפארם טעמפל ״בת קול״ וועט פארקויפן טשיס-סטיקס איינגעטינקן אין לארד (אויך וועט זיין צוגעשטעלט האניג פאר א זיס יאר)צו איבערבייסן ביים ״קאלנידריי״ צערמאניע מארגן נאכט געזינגען דורך אונזער בארימטע ״מיידלעך כאר״...
(עפעס אזא טוויט האב איך געזעהן נעכטן)
יין שרףדערמאנסט מיר פון דאס:
בארימטע ריפארם טעמפל ״בת קול״ וועט פארקויפן טשיס-סטיקס איינגעטינקן אין לארד (אויך וועט זיין צוגעשטעלט האניג פאר א זיס יאר)צו איבערבייסן ביים ״קאלנידריי״ צערמאניע מארגן נאכט געזינגען דורך אונזער בארימטע ״מיידלעך כאר״...
(עפעס אזא טוויט האב איך געזעהן נעכטן)
איר זענט קענטליך נישט קיין בארא פארקער תושבים. טעמפל בעט על איז אן ארטאדאקסישע שול למהדרין, דער ראביי אן ערענסטע ת"ח וירא שמים מרבים, און דער חזן, הגם ער קרעכטץ עטוואס ענדערש ווי דער רביזכיסעלחינו, איז ער א ווארימע חסיד'ישע בעל תפילה וואס דערקוויקט די הערצער. קומט און אנטדעקט אומאפהענגיקע ארטאדאקסישע אידישקייט מהו.
דבילהיין שרףדערמאנסט מיר פון דאס:

דבילה: אפטעמיסט האט נישט גערעדט וועיגן "טעמפל-בעט-על". ער האט גערעדט וועיגן אן עכטע רעפארם טעמפל. או.קעי. ס'איז נישט אזוי גרויס ווי א פוטבאאל פיעלד. אפשר אזוי גרויס ווי א ניוססטענד אין טיימס סקווער. (ד' אמות על ד' אמות קענמען נישט זאגן אויף א רעפארם טעמפל.). ס'איז דא א "מענארא" אינ פראנט...!
רב דבילה. פאר אייער אינפארמאציע בין איך גיט באקאנט מיט בית אל טעמפל. און btw האב איך גאצאלט די צוואנציגער אריינצוגיין דארט די א׳ סליחות.
די וויץ איז וועגן א טעמפל מיטן נאמען בת קול...!
נו היימישע, אונז וויל הערען די תוצאות, ווי האסטו למעשה געדאוונט? אין האסט הנאה געהאט?
אפטעמיסטאדער טו וואס איך טו. אויף 46 צווישן 15 און 16 איז דא א בא'טעמ'טער טעמפל פון די רעפארם פראקציע פון יודישקייט. דאווענען נעמט נישט לאנג און סאיז אויך דא א קיבארד. פלאץ איז דא ברווח און מ'שטעלט אפילו צו קאפלעך מיט לייכטע איבערבייס. דער פראבלעם: איר קענט נאר קומען מיט א ווייסע קאר. אבער היינט מיט זיפ-קאר ברויך דאס נישט זיין קיין גרויסער פראבלעם.
נישט אז עס איז א גרויסע נאפקע מינע, אבער איך מיין אז דו מאכסט א טעות דער טעמפל וואס דו ברענגסט דא איז נישט פון די רעפארם פראקציע נאר פון די פראגרעסיוו פראקציע...
קאווע טרינקערהיימישער ליטוואקוואס זענן די הויפט מעלות דארט?
כמה $$ איז א זיץ?
אין די נייע בעלעד דאווענט חזן בלומבערג!
חזן בלומבערג האט אראפגעלייגט א מעסיוו ארבייט. און נאכדערצו די זיצן זענען געווען בחנם.
אויף נעקסט יאר קען ער ארויסדינגן די ארמארי.