☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » א קינד פון צעהן וואס מאכט נאס

א קינד פון צעהן וואס מאכט נאס

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7296

הרב_שלום » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 10:37 pm

· #226960
א קינד פון צעהן וואס מאכט נאס
מיין שוועסטער האט א קינד פון צעהן יאהר וואס מאכט נאס אין בעט

איינער קען איהר ביטע העלפן

חזקיהו המלך » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 11:17 pm

· #226968
ס'איז נארמאל א נירען פראבלעם, א שוואכקייט פין די נירען, Herbs וואס העלפט פאר די נירען קען העלפען פאר דעם אויך, ווי למשל Parsly, Juniper Berries, ועוד,

פרוביר מיר צי קאנטאקטען אין אישי, וועל איך דיר פרובירען צי געבען אינפארמאציע,

yatzmachp » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 11:31 pm

· #226969
שטותים, ס׳איז געווענליך נישט קיין נירן פראבלעם. די פראבלעם קען זיין א פסיכילאגישער פראבלעם אדער פיזישע פראבלעם. די בעסטע פלאץ אנציהייבן איז ביים קינדער דאקטאר.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 11:35 pm

· #226970
ער האט נישט געוואלט דאס זאגן ווייל דער דאקטאר קען נאך ח"ו איינשפריצן וואקסינען..

ווי יצמח זאגט, יעדער דאקטאר קען געבן א טוץ מיט ווירקזאמע עצות.

BAL TSHIVA » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 11:37 pm

· #226971
עס איז דא א דאקטאר אין long island וואס איז זייער successful מיט העלפן קינדער מיט די סארט פראבלעמען אויך קינדער וואס פארשמירן די תחתונים, אין נעמט אלע אינשורענס איך וועל ארויפלייגן זיין אינפא as soon as I can get it

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 12:04 am

· #226977
די בעסטע עצה (אקעי איינע פון די בעסטע) איז נישט טרינקן פאר'ן גיין שלאפן, און אויסרעכנען בערך ווי טיף אריין אין שלאף עס פאסירט. די עלטערן זאלן נעמען די קינד אין בית הכסא פאר די זמן, מיט די צייט ווען די קינד'ס גוף ווערן געוואוינט אז ס'דארף ארויסגיין אויף א קאנטרעלירטע אופן. עפ"ר העלפט די פשוטע התנהגות נאך א שטיק צייט, חוץ אויב ס'איז דא א טיפערע מעדיקעל אדער פיסכעלאגישע פראבלעם.

א געזונטע דייעט העלפט אויך גאר שטארק פאר איינמאכן. אסאך צוקער מיט ווייסע מעהל אין די דייעט קען גורם זיין א קאנדידא-פאנגעל-יוסט אינפעקשען וואס איז גורם איינצומאכן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 12:31 am

· #226984
הרב_שלום
מיין שוועסטער האט א קינד פון צעהן יאהר וואס מאכט נאס אין בעט

איינער קען איהר ביטע העלפן

יא, איינער קען איר העלפן. איר קינדער דאקטער. כ'גלייב נישט אז ער האט דא א ניק.

BAL TSHIVA » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 10:16 am

· #227051
<a class="postlink" href="http://doctordaum.com">http://doctordaum.com</a>

דבילה » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 11:39 am

· #227081
אבי געהאקט א טשייניק. ס'נישט קיין נירן און נישט קיין וויטאמינען. די געווענליכע אנגענומענע מהלך ביי דאקטוירים איז אז נאס מאכן באנאכט פאר קליינע קינדער קומט פון א דילעי אין דעוועלאפמענט ביי די חלק אין מח וואס טוט פראדוצירן א הארמאון אפצוהאלטן די פראדוקציע פון השתנה בשעת דער מענטש שלאפט. די עצות אויף דעם קענען זיין פארשידענע. אדער ווארטסטו אויס די צוויי דריי יאר געדולדיג אן דעמעדזשען דיין קינד פסיכאלאגיש מיט באשולדיגונגען וכדו'. אדער גיבסטו עם א סינטעטישע הארמאון (דיין געעווענלכע פידיאטרישען - נישט קיין מלאכים פון יענער עק וועלט). אדער טרענירסט דו דיין קינד אויף צו שטיין אין מיטן די נאכט גיין קטנ'ען. ('שטייטזיך נאך וואס דו אליין ביזט א מתגבר כארי צו זאגן תיקון לאה טאג איין און נאכט אויס.)

פאר מער אינפארמאציע קוקט דא:
<a class="postlink" href="http://www.ncbi.nlm.nih.gov/pubmedhealth/PMH0002523/#adam_001556.disease.treatment">http://www.ncbi.nlm.nih.gov/pubmedhealt ... .treatment</a>

נקוט האי כללא. פרעג דיין דאקטער און לאזט די כישוף מאכערס רייך ווערן אויף א צווייטנס רוקן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 12:17 pm

· #227099
איך צו צוריק, ס'זעהט מיר אויס דוקטורים פארמאגן יא ניקס דא.

@דבילה