☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרישע אנשיקעניש קינדער 'לויפן נאך' צדקה אויף די גאסן

פרישע אנשיקעניש קינדער 'לויפן נאך' צדקה אויף די גאסן

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7295

בשבילי! » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 7:50 pm

· #226893
פרישע אנשיקעניש קינדער 'לויפן נאך' צדקה אויף די גאסן
מ'קען זיך שוין נישט באהאלטן, אין ביהמ''ד דארף מען צדקה, שוין גיי איך אין א אומבאוויסטע ביהמ''ד ווי זיי קומען נישט אן. ביי חתונות קומען זיי אן אינמיטן עסן די פלייש און לייגן טעראר. (פארוואס קומען זיי נישט ביים טאנצן?)
יעצט קען מען שוין אויפן גאס אויך נישט גיין מיט מנוחה, אויף אלע עקן ווארטן אפ קינדער מיידלעך ווי אינגלעך, אנטלויפסט פון איין קארנער ווארט שוין אפ א סטאדע ביים אנדערן קארנער. ס'קוקט אויס ווי קינדער שפילן קעטש מיט עלטערע אידן. וואו מ'איז מוזטו ארויסזאגן דעם מצב אז סארי איך האב נישט קיין געלט, און לאז מיר דאווענען/עסן די זופ/וואקן רואיג אויפן שטראסע. איז נאך דא ערגעץ ווי מקען לעבן פריוואט? גייען מיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט.

פליקער » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 8:40 pm

· #226923
איך האב היינט געמאכט א שלעכטען דריי און אריין געפאלן און א גרעסערע שיל, עס איז געוועין דארט פיל מער שנארערס ווי דאווענערס, אויב איז עס נישט געניג געוועין, די איבריגע מתפללים האבן אלע ארויס געשלעפט ביזעם פישקעס, און געמאכט א רעידל, איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען גייט נאך און שיל, עשרת ימי תשובה איז שוין צו לאנג..

קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 9:15 pm

· #226932
ב"ה אז מיינע קינדער טוהן נישט דאס, א דאנק די חינוך וואס זיי באקומען אין חדר - אנטשולדיג - א דאנק די חינוך וואס זיי באקומען אינדערהיים.