☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » א קאפ פארדרייענדע חקירה

א קאפ פארדרייענדע חקירה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7286

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:18 pm

· #226636
א קאפ פארדרייענדע חקירה
כאכאכאכאכאכאכאכאכאכאכא.
כאכאכאכאכאכאכאכאכאכאכא.
כאכאכאכאכאכאכאכאכאכאכא.

אוי איימסארי, א אשכול קען נישט געעפענט ווערן אזוי, מ'דארף עפעס זאגן. שוין, אלטס תקנות המקום וועל איך צאמציען די שטום בענדער, שארפן די צוביסענע נעגל, און שרייבן.

די זאך איז אזוי, באמת קומט די אשכול אין די וויסנשאפט אפטיילונג, אבער איך מיין די קלוגע וועלן עס נישט תופס זיין. לייג איך עס אין שמייכעל, אבער ס'גארנישט קיין געלעכטער.

לאמיר צוגיין צום ענין: איך האב א חקירה, צו א מענטש קען פארשווענדן צייט. ד"ה צייט איז בעצם א מציאות וואס איז אפהענגיק פונעם מענטש (ונבנתה העיר און פארוואס? וועלן מיר באלד קומען זאגן אז נישט. הערטס ענק איין חברה, מאטי האלט זעכער ווי מיר) איז ווי קען זיין דער מענטש זאל עס פארשווענדן?

לאמיך צונעמען די חקירה אויף קליינע טעלערלעך, אז די וואס זענען אויף א דעת דייעט זאלן קענען באגרייפן די עמקות:

צד א':
צו זאג איך אז נאר א זאך וואס האט א שוויות און מ'קען עס האלטן איז שייך צו פארשווענדן, ממילא קען מען צייט נישט פארשווענדן, אדער

צד ב':
צייט איז די מציאות, ד"ה די באלאן אין וואס דער מענטש לעבט און ער קען זיך נישט פון איר טיילן, ממילא איז שייך צו זאגן אז ער פארשווענדעט זיין אייגענע אטמאספערע.

איי, וועסטו קראצן די לעצטע אומגעפליקטע איינצעלנע בארד הארעלעך, און פרעגן למאי נפקא מינא פראפעסער?

די נפקא מינא איז אזוי: אויב זאג איך אז מ'קען פארשווענדן צייט, האסטו נאר פארוואס פארשווענדעט דיין טייערע צייט מיט'ן לייענען דעם אשכול. אויב זאג איך אבער אז צייט לאזט זיך נישט פארשווענדן, מוז מען זאגן אז בעצם האסטו דא נישט פארשווענדעט דיין צייט, די צייט האט פארשווענדעט דיין מציאות מיט דעם וואס ער האט דיר פארלוירן אין א מצב פון טויטע מח אקטיוועטי.

לית דין בר נש » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:34 pm

· #226644
איך מיין דאס איז נאך אזא גוטע חקירה ווי אויב די מעגסט אריין שפייען אין מיין קאווע! עס ברענגט מיר כאטש נישט צו ברעכן!

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:00 pm

· #226667
מען פארשווענדט נישט צייט, מען פארשווענדט זיך אליין. פארשווענדן צייט איז סתם אזא אויסדרוק. אזוי ווי שמוציג מאכן די נשמה.

פליקער » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 12:12 am

· #226689
ליינענדיג די חקירה איז מיר פארענטפערט געווארן א הארבע שאלה, צי פארשווענד איך טייערע צייט דא?

היימישער ליטוואק » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 12:27 am

· #226692
קודם א גראמאטישע באמערקונג, "אומאפהענגיק אינעם" נישט "אפהענגיק פונעם", ועיין בספר הקדוש "היהודי" דף א' עמוד א' ודו"ק.
פושט זיין די חקירה, דוכט זיך אז די ראיה וועט זיין פון דאס וואס ראובן קעננישט פארשווענדן שמעוןס צייט, איז דאך מוכרח אז ווען ער פארשווענדערט יא איז דאך דאס פונקט זיין צייט וואס ער פארשווענדערט, (ועוד, אין אדם אוסר דשא"ש), איז דאך מוכרח ווי צד ב'.
וראיה מלשון רמב"ם הלכות תשובה אלו השוגים בהבלי הזמן ושוגים כל שנתם בהבל וריק.

בשבילי! » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 12:37 am

· #226694
ר' יעקב מילער פלעגט אסאך צייט פארברענגען איבער דעם ענין פון צייט פארברענגען ער פלעגט זאגן: ס'דא אידן וואס זיצן אפ טעג און נעכט און בטלן אפ זייער צייט, צייט איז א טייערע זאך, צייט קומט נישט צוריק. צייט איז עפעס וואס איינמאל ס'איז אוועקגעגאנגען איז פארטיג צייט איז נישט עפעס וואס מ'קען צוריקברענגען. וויאזוי איז עס אז אידן קענען אזוי אוועקווארפן אזא טייערע זאך ווי צייט? צייט איז ווערד געלט ווי מ'זאגט טיים איז מאני. צייט איז ביי מיר גאר טייער, איך האלט עס טייער און זאג אן אין מיין שטוב אז חלילה נישט אפברענגען צייט, צייט צייט צייט איז אזא בריאה וואס איינמאל ס'נישטא איז דערנאך, קענסט נישט צוריקלויפן.
צייט דארף מען טייער האלטן, איך פארברענג קיינמאל נישט קיין צייט, צייט איז נישט שאצבאר. צייט צייט צייט, ער רעדט נאך אפשר יעצט הרב מיארמע זאל געזונט זיין.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 1:48 am

· #226703
פליקער
ליינענדיג די חקירה איז מיר פארענטפערט געווארן א הארבע שאלה, צי פארשווענד איך טייערע צייט דא?


ליידער פארשווענטסטו נישט גענוג די צייט דא. מיר ווארטן מיט דארשט אויף דיין נעקסטע ארטיקל.