☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווי געשמאק איז צו צאפן א צווייטנס בלוט???

ווי געשמאק איז צו צאפן א צווייטנס בלוט???

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7283

געדיכטע » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:52 am

· #226526
ווי געשמאק איז צו צאפן א צווייטנס בלוט???
אויפגעשטאנען בינעך גאר פרי פארטאגס, געוואשן די ידים און זיך אנגעטון כהלכה, נאכער אנגעשווענקט ס'פנים און די פיאות מסדר געוועזן.
גיי איך אזוי אראפ די שטיגן און נאך מיר וואקט מיין שכן בערל אויך נאך אזוי האלב אויסגעדראשן...
אנקומענדיג אונטן אויפמאכנדיג די טיר איז מיר אן אייז קאלטער ווינט אריינגעדרינגען אין די ביינער אזש ביז די מארך...
די דינע שניי וואס איז געפאלן האט אנגעמאכט א גליטש אז דער אויבערשטער זאל אפהיטן.
אויפן אנדערע זייט גאס זע איך ווי שמערל שפאצירט אזוי מיט פאמעליכע טריט אז ער זאל נישט כאפן א גליטש אבער וואופס.... סיז געלונגען אבער אזוי כמו שכתוב, ס'קאפעלוטש איז געפלויגן אויף רעכטס און די גלעזער אויף אונטן זיין קאוט האצעך צו אלע צרות אויפגעריסן די קנעפ און ס'רעקל איז אים געווארן שמוציג...
שטיי איך מיר אזוי און איך דערזע מיר שמייכלען פון זיינע צרות, וואס גייט פאר מיט מיר? אבער צו מיין ווינדער זע איך ווי מיין חבר בערל אויך ער שמייכלט דערפון.

***

אין מקוה אין די הייסע בור דערהערט זיך שווערע הויכע קרעכצערייען, און מען איז זיך מטהר אויפן בעפארשטייענדן טאג.
ביים אנטון אנטוויקלט זיך א שטיקל שמועס מיטן חבר דערנעבן און די סאבדשעקט איז-יענקל'ס שלום בית, משה'ס שיינע קאר אין די מין טיים ווען ער האט נישט אויפן טאג טעגליכן, חיימ'ס בעל בית אין דשאס וואס צאלט אים נישט וכו' וכו' מען בארעדט די גאנצע וועלט.
און דערנאך קען מען זיך שטעלן דאווענען....

***

איך שפאנציר מיר אזוי אריין אינדערהיים מיט א פרייליכן גוטמארגן, אבער צו מיין אטריסטונג האט די ב"ב א ליסט וואס דארף ווערן איינגעקויפט, א ברירה האבעך דען, געגאנגען אין גראסעריי.
איך ריכט מיינע טריט צום פרידשידער און איך זע דארט שטיין זרח דער פארמער מיט זיינע אייער וואס ער זאמלט אן פון זיינע טשיקנס און ברענגט עס צום םארקויף אין אונזער לאקאלן געשעפט.
ווען פלוצלינג אן קיין פריערדיגע ווארנונג האט זיך א גרויסע דאזען אייער איבערגעדרייט און געלע און אראנדשע קאלירן האבן באצירט דעם ארום.
און ווייטער שטיי איך און איך שמייכל...

***

וואס איז די מוראדיגע הנאה צו טרינקען יענעמס בלוט מיט אזא זאפטיגקייט???

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:25 pm

· #226556
איך וואלט געזאגט אז נישט אלעמאל האט עס דוקא מיט רשעות. אסאך מאל לויפט יענער נאך זיין היט אדער א אנדערע מאדנע מצב, און מענטשן לאכן פאר זיי טראכטן וואס יענער גייט אדורך. ס'איז א אינסטינקט. נארמאלע מענטשן הערן זייער שנעל אויף צו לאכן נאך אפאר סקונדעס, ווען מ'כאפט זיך אז ס'פאסט נישט.

זיגמונד פרויד » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:29 pm

· #226608
Freud writes extensively about this. He calls it Sadism (and masochism).

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:44 pm

· #226611
זיגמונד פרויד
Freud writes extensively about this. He calls it Sadism (and masochism).

דאכט זיך אז masochism איז self inflicting pain

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 7:45 pm

· #226616
געהערט אמאל אז די שמייכל אין אזא פאל איז צו ווייזען אז יענער איז דיין פריינט, ווארום ביי א פיינט שטייט דאך מקרא מלא: בנפול אויבך אל תשמח

לאליפאפ » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:02 pm

· #226618
אמאל געווען א לאאאאנגן אשכול דערויף.. אפשר פאר צוויי יאר צוריק, אויב איינער קען לינקן וועט מען דאנקבאר זיין.