שבת עפפ וועט ערשיינען בקרוב
קומענדיג פאברואר איז ערווארטעט ארויסצוקומען א נייעם עפפ וואס וועט ערמעגליכן זיך צו באנוצן מיטן סמארטפאון אום שבת, די עפפ ווערט אויסגעארבעט פון טעכניקער און צוזאמענהאנג מיט פוסקי הלכה, אז דאס זאל זיין אויסגעארבעט צו לעזן אלע הלכהדיגע שאלות וואס איז נוגע בשעת'ן זיך באנוצן מיטן פאון אום שבת, איינע פון די מיטלן מיט וואס זיי באנוצן זיך לדוגמא, איז גרם מלאכה, ס'וועט ענטהאלטן א דילעי סיסטעם, ווי באקאנט איז א גרם מלאכה מותר, הגם שיש לדון בזה, ס'קען זיין אז זיי זענען אויך מצרף די סברא אז ס'איז נישטא קיין דאורייתאדיגע הבערה.
לגבי טעקסט אז ס'זאל נישט הייסן קיין כתב המתקיים וועט זיך אטאמאטיש דאס אפצומעקן יעדע קורצע וויילע, ס'וועט זיין אן אינדיקעטאר אויפן סקרין ווען מ'קען עס איינפלאגן צו ריטשארדזשן וואס דעמאלטס וועט עס בלייבן אויסגעשאלטערט פון עלעקטריציטעט ביז א וויילע שפעטער, און נאך פילע הלכהדיגע לעזונגן.<a class="postlink" href="http://www.shabbosapp.com">http://www.shabbosapp.com</a>