☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » גינעס וועלט רעקארדס

גינעס וועלט רעקארדס

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #727

יידל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:15 am

· #15274
גינעס וועלט רעקארדס
די גינעס וועלט רעקארדסזענען ברייט באקאנט פאר זייער משוגעת פון אפירזוכן און דאקומענטירן די וועלט'ס רעקארדס. די גרעסטע, די קלענסטע, די העכסטע, די ווייטסטע עד אין סוף. א יעדעס יאר ווערן נייע צעדרייטע רעקארדס באשאפן און רעקארדירט.

לאמיר איבערגיין אפאר מאדנע און אינטערעסאנטע רעקארדס פון דעם יאר.

[list][*]מערסטע לייקס אויף פעיסבוק[/*:m][/list:u]
די מערסטע לייקס אויף א פעיסבוק אייטעם איז 1,045,272 לייקס. די אייטעם? מארק צוקערבערג'ס אנאנס אז ער האט חתונה געהאט. פאר ווער עס ווייסט נישט, מארק צוקערבערג איז דער גרינגער און בעל הבית פון פעיסבוק.

[list][*]די טייערסטע בורגער[/*:m][/list:u]
די טייערסטע בורגער איז דא צו באקומען אין - ווי דען? - ניו יארק סיטי אין א רעסטוראנט מיטן נאמען סערענדיפיטי 3. די האמבורגער קאסט $295.00. אט איז א בילד:

Made from white truffle butter-infused Japanese Wagyu beef, the burger is topped with James Montgomery cheddar cheese, black truffles and a fried quail egg.

It is served on a gold-dusted campagna roll spread with white truffle butter, and the roll is topped with a blini, creme fraiche and caviar.

[list][*]דער מענטש מיט די לענגסטע נאז אויף די וועלט[/*:m][/list:u]
א מענטש פון טורקיי מיטן נאמען מעהמעט אזיורעק פארמאגט א נאז אין די לענג פון 3.46 אינטשעס.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:20 am

· #15279
יידל
דער מענטש מיט די לענגסטע נאז אויף די וועלט

אויך די ברייטסטע? 😉

יידל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:22 am

· #15282
שמואל הלוי
יידל
דער מענטש מיט די לענגסטע נאז אויף די וועלט

אויך די ברייטסטע? 😉

אויף דעם איז נאך נישטא קיין רעקארד... איר קענט נאך זיין דער ערשטער... 😛

לעמיל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:49 am

· #15292
איז דא עפעס רעקארדס אויף היימישע אידען?

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:22 pm

· #15309
לעמיל
איז דא עפעס רעקעדס אויף היימישע אידען?

מה זאת?

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:23 pm

· #15310
יידל
שמואל הלוי
יידל
דער מענטש מיט די לענגסטע נאז אויף די וועלט

אויך די ברייטסטע? 😉

אויף דעם איז נאך נישטא קיין רעקארד... איר קענט נאך זיין דער ערשטער... 😛

ס'איז דאך אבער נישט בידי...
וחוץ מזה איך וויל דאך נישט נתגלה ווערן אלזא וועל איך מוזן זוכן א צווייטע זאך צו שאפן א רעקארד. 😉

לעמיל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:28 pm

· #15313
שמואל הלוי
יידל
שמואל הלוי
יידל
דער מענטש מיט די לענגסטע נאז אויף די וועלט

אויך די ברייטסטע? 😉

אויף דעם איז נאך נישטא קיין רעקארד... איר קענט נאך זיין דער ערשטער... 😛

ס'איז דאך אבער נישט בידי...
וחוץ מזה איך וויל דאך נישט נתגלה ווערן אלזא וועל איך מוזן זוכן א צווייטע זאך צו שאפן א רעקארד. 😉

לייג אריין א רעקארד אז די ביסט די ערשטע אונגעקימען צו חבר ותיק אין קאווע שטיבעל 😂 😂 😂

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:33 pm

· #15316
ווייטער א גילוי פראבלעם 🙄

לעמיל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:37 pm

· #15319
מ'מיז געבען די עכטע נאמען? האסט שוין פראבירט?

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:39 pm

· #15320
לעמיל
מ'מיז געבען די עכטע נאמען? האסט שוין פראבירט?

איך האב נישט פרובירט, אבער דאס איז זיכער אז מ'דארף איינגעבן די עכטע נאמען און אפילו מער פון דעם (זיי גייען זייער שטרענג נאך זיכער צו מאכן אז טאקע דער דאזיגער מענטש האט געבראכן א רעקארד).

ידען » דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:40 pm

· #15333
יידל
דער מענטש מיט די לענגסטע נאז אויף די וועלט

ער איז א איד? 😁