☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס קומט פאר אין קרעטשניף סיגעט?

וואס קומט פאר אין קרעטשניף סיגעט?

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7269

חקרן » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:34 am

· #226126
וואס קומט פאר אין קרעטשניף סיגעט?
האלבע שמועות האבן זיך דערטראגן צו מיינע אויערן, אז דער קרעטשניף סיגעטער רבי, האט זיך עפעס צושלאגן מיט די גבאים און עפעס איז דארט שמח...

ווייסט איינער מער פרטים דערוועגן?

משה פיטות » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:29 pm

· #226357
[ציטאט אראפגענומען]


No secrets in public

דריידל » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:38 am

· #245593
נישט צום גלייבן. כ'האב לעצטענס געהערט פון צוויי בארא פארקע אידן וואס זענען געווען ביי ר' זיידל מיט א קוויטל און זאגן אז ער זעהט באהאלטענע זאכן און א קוויטל.

איך קען פארזעהן אז ביז עטליכע יאר וועלן זיך שלענגלן רייעס מענטשן ווארטענדיג אים צו ווינטשן לשנה טובה

קאך_לעפל » זונטאג יאנואר 4, 2015 2:29 pm

· #245694
ביי מיין זיידל קען מען שפירן א טעם אין שבת קודש........
(קרעדיט מהרצ''ה מקרעשניף זי''ע)

אהבת ישראל » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:06 am

· #245891
טעם שבת
נעבעך לויט דעם ציבור ביי זיין טיש זעט אויס איינס פין דע צויי 1) אז סעיז נעבעך נישטא מער קיין יודען וואס ווילען פילען א טעם אין שבת רח"ל 2) אדער מהרצ"ה מקרעטשניף זצ"ל האט דעם סטעטמענט קיינמאל נישט געזאגט

אהבת ישראל » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:22 am

· #245895
פארדריי דיר דיין קאפ
איך האב לעצטענס גהערט פין עטליכע וויליאמסבורגער מענטשען וואס זענען אריין צים דאבשינער... שפעטיווקער ...זאבליטובער רבי אין אלע פין זיי האבען געפראוועט בשיינפרלכע רוה"ק....וומ"ס פאליס גרייט זיך מיט א פארגערסעטען קראפט פין פאלצייאנטען צי האלטען קאנטראל ביי זייער לשנה טובה געזאגאכץ....דריידל !!! מען זאגט נאך פין פריערדיגע קלוגע יודען א שפריך ווארט " מאך דיך משוגע ! וועסטו מיינען אז די מאכסט מיך !!!! אויב זענט איר באמת א גוטער פריינד אדער חסיד פונם קרעטשניף סיגוט רבין שליט"א האב רחמנות אויף אים אין טוט אים נישט אויס דע הויזען דא ברבים אין פאבליק....עס איז עכט נישט שיין אין נישט מענטשליך...ענדערש זייט אייך מטריח אין גייט מיט א קוויטעל אין גיט אים אפאר דולר אין גייט מחזק זיין זיינע הייליגע תפילות אי טישען (אין אפשר וועט איר פילען א טעם אין שבת ) אין זייט מקרב אנדערע יודען אויך צי טהון אזוי..דאס איז עכט א מצוות עשה דאורייתא פין והחזקת בו.....

דולה ומשקה » מאנטאג יאנואר 5, 2015 10:53 am

· #245922
איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין קרעטשניף, אבער ער איז נישט דער ערשטע רבי וואס האט פארשיקט זיין גבאי (אדער זיך צוקריגט וכו'), כבר היה לעולמים.

באבוב לפנים (48) האט פארשיקט זיין ערשטע גבי מיטן נאמען האלבערשטאם
ברך משה מסאטמאר האט פארשיקט זיין גבאי פרייליך
סערעט וויזשניץ רבי האט זיך צוקריקט מיט זיין גבאי הימעל
סאטמאר מהר"א האט געהאט א גבאי וויינשטאק וואס איז אריבער צו כבוד קדושת מהרז"ל
בעלזא רב האט פארשיקט הרב האלבערשטאם און דער היינטיגע חבר הכנסת האט איבערגענומען יענעמס פלאץ, אזוי אויך האט ער פארשיקט נאמן ביתו יענקעל בראננער.
תולדות אברהם יצחק האט אויך פארשיקט זיין ערשטע גבאי שמו שכחתי כעת
אדמו"ר מבית חיים יהושע האט אויך פארשיקט זיין נאהנסטע און געטרייע גבאי מיטן נאמען בריננער.
און אין טאהש איז געוועהן אסאך א גרעסערע מהומה ציווישען די גבאים און שטוב מענטשען.

שמן זית » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:01 am

· #245924
איך פלעג פון מאל צו מאל אריינפאלן ביי אים צו א טיש, קיין טעם שבת האב איך נישט זוכה געווען צו שפירן דארט....

(הגם, פון זיין אויפירונג איז משמע אז ער פערזענליך פילט יא א טעם שבת.... אדערווייז איז ער משוגע...)

שמן זית » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:05 am

· #245925
קיין גבאי האב איך קיינמאל נישט זוכה געווען צו זעהן פון אים. קען זיין די גבאי קומט נישט צום טיש?

וואס יא, איך געדענק אז יעדע פאר וואכן האר ער געהאט א אנדערע הויז בחור.

א איד » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:27 pm

· #245960
ר׳ זיידל קרעטשניפער איז א א גוטן קוויטל ליינער, זיין פראבלעם איז נאר, אז ער איז א נאדבורנע אייניקל, וואס איינמאל איינער קומט אריין צו עם, איז ער שוין מחויב מיטצוהאלטן אלע תפילות, טישן וכדו׳ און עס איז נישט געמאכט פאר יעדן.
איך למשל האב עם זייער ליב אבער נאר פאר איינמאל און פיר וואכן לפחות, אבער ווען איך בין אנגעקומען פיר וואכן שפעטער, האט ער שוין געבלאזן אויף מיר.
וואס זאל איך טוהן?

שמן זית » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:38 pm

· #245964
איך פלעג גיין צו זיינע מלוה מלכה'ס יעדע וואך מיט אפאר חברים, מ'פלעגט דארט זייער שיין פארברענגען מיט אים.

זינט איך האב אויפגעהערט גיין, פאל איך אריין צום טיש יעדע פאר וואכן, ער נעמט מיר זייער שיין אויף, אן קיין צייכן אז ער איז ברוגז פאר'ן קומען זעלטן.

דריידל » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:51 pm

· #245970
אהבת ישראל
נעבעך לויט דעם ציבור ביי זיין טיש זעט אויס איינס פין דע צויי 1) אז סעיז נעבעך נישטא מער קיין יודען וואס ווילען פילען א טעם אין שבת רח"ל 2) אדער מהרצ"ה מקרעטשניף זצ"ל האט דעם סטעטמענט קיינמאל נישט געזאגט


אדער
3) מהרצ"ה האט עס יא געזאגט און האט גערעדט שטותים

דריידל » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:54 pm

· #245974
שמן זית
איך פלעג גיין צו זיינע מלוה מלכה'ס יעדע וואך מיט אפאר חברים, מ'פלעגט דארט זייער שיין פארברענגען מיט אים.

זינט איך האב אויפגעהערט גיין, פאל איך אריין צום טיש יעדע פאר וואכן, ער נעמט מיר זייער שיין אויף, אן קיין צייכן אז ער איז ברוגז פאר'ן קומען זעלטן.


ווייס איך שוין ווער די ביסט ווייל כ'האב אמאל אריינגעקוקט און געזעהן בלויז איין מענטש זיצט ביים טיש....

שמן זית » מאנטאג יאנואר 5, 2015 1:10 pm

· #245979
אפס... ס'איז נישט געווען מיך.
פונקט יענע וואך, האב איך אויפ'ן וועג צום טיש באשלאסן, משום סיבה לא סיבה, זיך צו פארקירעווען צום טיש פון פאפא רבי...

#נאכאמזל...

א פארטיגע "השגחה פרטית" מעשה פאר די מעלות...

א איד » מאנטאג יאנואר 5, 2015 1:34 pm

· #245994
שמן זית
איך פלעג גיין צו זיינע מלוה מלכה'ס יעדע וואך מיט אפאר חברים, מ'פלעגט דארט זייער שיין פארברענגען מיט אים.

זינט איך האב אויפגעהערט גיין, פאל איך אריין צום טיש יעדע פאר וואכן, ער נעמט מיר זייער שיין אויף, אן קיין צייכן אז ער איז ברוגז פאר'ן קומען זעלטן.


איך האב אויך א שטיקל שעבוד מבית אבותי ורבותי, מסתם דו נישט

אהבת ישראל » מאנטאג יאנואר 5, 2015 7:04 pm

· #246082
עפ"ל
אדער
3) מהרצ"ה האט עס יא געזאגט און האט גערעדט שטותים ???????...דריידל ??? דו האסט אפשר געלערנט אין זעלבען חדר פין מהרצ"ה מקרעטשניף זי"ע ???. הזהרו בגחלתן ער איז געווען א קדוש וטהור א יוד מיט מסירות נפש פאר השי"ת ..גיי פרעג יודען וואס זענען געווען מיט אים אין באככנוואלד אין אויך אין אוושוויץ...וואספארע געהרגעטע שלעק ער האט געכאפט פארען לייגען תפילין דארט פאר זיך אין אויך פאר אנדערע...פאר די עפנעסט דיין מויל אויף אים גיי אין אין מקווה אין טוה שוין תשובה...אין שיק מפייס זיין אויף זיין ציון

דריידל » מאנטאג יאנואר 5, 2015 10:15 pm

· #246118
איך ברויך קיינעם נישט פרעגן ווייל אלץ בחור האב איך אליינס מיגעהאלטן זיינע תפילות און טישן.

איך ווייס נישט קיין שום שלעכטס אויף מהרצ"ה אבער וואס איך ווייס יא איז אז ער האט געהאט א ברייטע שפראך, און נישט אלעס וואס ער האט געזאגט דארף מען נעמען פאר פעיס וועליא. דאס איז אבער נישט קיין סתירה צו ערליכקייט און אפילו צו די מסירות נפש מעשיות וואס די ברענגסט.

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:02 pm

· #246353
מהרצ"ה האט אמאל זיך אנגערופן אז ער פארשטייט נישט פארוואס סאטמאר רב זי"ע האט געזאגט נשתכח תורת הבעש"ט.
האט איהם גענטפערט איינע פון זיינע ידידים,
רבי וויפיל אידן זענען געווען נעכטן ביים טיש אפשר 10 אפשר 15, איז ער דען נישט גערעכט געווען?
האט איהם מהרצ"ה גענטפערט אויב סאטמאר רב האט דאס געמיינט דעמאלטס נשתכח לגמרי ממש...

א איד » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:37 pm

· #246516
איך האב זוכה געווען צו כאפן א פראסק פון מהרצ"ה פארן נישט זינגען הויעך מיט א ברען בשעתן טיש

ישמעאל הכהן » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:40 pm

· #246518
פון דיין אוועטער קוקט אויס אז דער פראסק האט געלאנדעט אויפן לינקן באק, יא?

א איד » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:48 pm

· #246523
ס'איז געלונגען ביי גבורה שבנצח אויפן רוקען

הדד בן בדד » מיטוואך יאנואר 7, 2015 1:20 am

· #246550
אקעי, דער אשכול איז שוין אויך פארפארען אינגאנצן

שמן זית » מיטוואך יאנואר 28, 2015 1:18 pm

· #250651
וואס דארט גייט פאר ווייס איך נישט, אבער איין זאך ווייס איך, לויט ווי איך קען האדמו"ר, אז אויב איז אמת אז ער האט ווידיאס פון אים, דארף עס צו זיין עפעס מער ווי סתם זייער אינטערסאנט.....

איז איך וועל זיי לאזן זיך אויסהארגענען, און איך וועל ווארטן מיט שפאנונג אויף די צוגעזאגטע ווידיאס.....

מעקס » מיטוואך פעברואר 4, 2015 8:40 pm

· #251790
איך פלעג אלס יונג בחור אסאך גיין צו רעב זיידל פרייטאג צונאכטס מיט מיינע חברים, אינז פלעג מיר אפזיצען ביי עם ביז דריי פיר פארטאגס, עס שמייכעלט מיר יעצט ווי דער פלעגט טאנצען ווי א קליין קינד מיט די לאפעס אינדערהייעך, איך האב אויך ליב געהאט זיין אווערנייט קיגעל, דע הויז בחור זיינע פלעגט עס אפיציעל אריינברענגען פעלענדיג א שטיקל, גיטע צייטן געווען. 🙂

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:00 pm

· #253197
מהרצ"ה האט מיר געזאגט זאכן וועגן מיר וואס א נברא האט נישט געוואוסט. איך בין נישט קיין גרויסע מאמין אין רעביס, אבער עפעס א כח האט ער געהאט.

צדיק נסתר » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:02 pm

· #266768
ווער איז דאס?

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:13 pm

· #266778
די באבע מיט אייגענע האר?

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:53 pm

· #266858
נישט געוואוסט אז אינעם ריבניצער ביסטו אויך נישט פארגלייבט 😂 😂 😂

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 17, 2015 2:12 am

· #266953
אבער ווער איז דאס טאקע?

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 12:42 am

· #323192

ליפא » מאנטאג מאי 23, 2016 12:15 pm

· #334150
📎 IMG_20160523_121346.jpg

בן אדם » מאנטאג מאי 23, 2016 9:21 pm

· #334259
האט נישט קיין היסב בעט?

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 24, 2016 12:29 pm

· #334343
נעבעך, ער דארף עטענשאן

אוהב ספרים » דינסטאג מאי 24, 2016 8:20 pm

· #334419
[ציטאט אראפגענומען]


און אזוי אויכעט אלע אדמורי בית נדבורנא

ציבעלע-קיגל » מיטוואך מאי 25, 2016 9:36 am

· #334495
איך האב געמיינט אז נאר דער סקווערער טוהט ווייל די "טאטע" האט אזוי געטוהן?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 25, 2016 11:01 am

· #334508
Re: וואס קומט פאר אין קרעטשניף סיגעט?
ס'איז דא מער ווי איין מענטש אין דער וועלט וואס דארף אטענטשען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אינטערסאנטער » מיטוואך מאי 25, 2016 11:35 am

· #334513
ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז דא מער ווי איין מענטש אין דער וועלט וואס דארף אטענטשען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


ובכללם גם ליטוואק פון בודאפעסט