☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ערליכע אידן זענען מענטשליך

ערליכע אידן זענען מענטשליך

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7263

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:46 pm

· #225962
ערליכע אידן זענען מענטשליך
ערליכקייט און מענטשליכקייט איז איינס. מענטשליכקייט איז קיינמאל קיין סתירה צו ערליכקייט. דער וואס מיינט אז בלית ברירה מוז ער זיין אוממענטשליך כדי צו קענען בלייבן ערליך, ווייסט נישט וואס ערליכקייט מיינט. ליידער ליידער הערט מען היינט און מען זעהט אסאך א. ג. ערליכע אידן און אפילו משפיעים ומנהיגים וואס פירן זיך אויף אוממענטשליך בשם רעליגיע און ערליכקייט. איך ווילך דא מקדיש זיין אן אשכל צו צייגן ווי ריכטיגע ערליכע אידן האבן זיך ווייטער אויפגעפירט מענטשליך, אפילו ביי פעלער וואס לפי קט שכלם פון מאנכע האט עס אויסגעזעהן ווי עס איז א קאמאפראמיס אויף ערליכקייט.

דא האט איר פון די 'עיתון בשבע' פון ראש השנה. הצדיק רבי אריה לוין ז"ל פון ירושלים האט ארויסגעוואקט פון שול מוצאי יום כיפור באלד נאך נעילה. א יעדער איינער דא קען זיך פארשטעלן די געהויבענע געפילן פון קדושה וואס מען פילט מוצאי יום כיפור, און די געוואלדיגע קבלות וואס מען האט זיך פארגענומען אין דעם פארגאנגענע פיר און צוואנציג שעה צו זיין ערליך און פיין, ספעציעל אזא צדיק ווי רבי אריה לוין. ווען רבי אריה האט ארויסגעוואקט פון שול איז צוגעגאנגען א שיינע פרוי מיט אויפגעדעקטע האר און געזאגט אז זי וויל עפעס אדורך רעדן מיט אים. רבי אריה איז געגאנגען צום זייט און געשמועסט מיט איר פאר אפאר מינוט. ער האט די גאנצע צייט גערעדט בסבר פנים, קוקענדיג אויף איר מיט רעספעקט די גאנצע צייט.

דאס איז נישט קיין גרויסע גדולה, אדרבא, עס איז א דבר פשוט. אבער ליידער בימינו פירן זיך זייער אסאך חרדים און "ערליכע אידן" נישט אויף אזוי, וממילא דארף מען זיך כסדר דערנאנען אז זיין מענטשליך איז זיין ערליך. אגב, עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.

.
10702216_792755164081189_8289038729187164691_n.jpg

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:53 pm

· #225966
איך בין אפאר מאל געווען ביי די ראכמיסטריווקא און סקולענע רביים מיט קוויטלעך. זיי האבן ביידע געקוקט מיין ווייב אין די אויגן ווען זי האט גערעדט מיט זיי.

דולה ומשקה » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:09 pm

· #225980
הוגה א גרויסע דאנק פאר אונז (מיר פרעזענטליך) מזכה זיין דערמיט.
איך קלער אלעמאל ווען איך לייען אזוינס אז דאס איז געוועהן אמאל, אבער איז נאך היינט דא אזעלעכע אנשים חשובים?
דער משל מיט סקולען און ראחמיסטריווקא איז נישט קיין פארגלייך, ווייל זיצען דאך ביי זיך אינדערהיים וכו', וואלט דען אזא פרוי דען געקענט צו זיי אויף דער גאס?
איך האב געהערט ענדליך אזוינס איבער מהר"ש מבאבוב, אויב איז ער געשטאנען ביי א רויט לייט און פונקט איז אויך געוועהן א פרוי (גויטע) וואס האט איהם געגעבען א גריס האט ער צוריק געשאקעלט מיטן קאפ (מיינסטענס אין פלארידע).

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:24 pm

· #226011
די וואס קוקען נישט איז נישט אלץ חסרון אין מענטשליכקייט, סאיז פשוט איינער וואס איז נישט געוואוינט צי זען נשים, דאס מינדערסטע קוק ברענגט ארויס דאס ערגסטע.

ודי למבין » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:55 pm

· #226014
איך, א ערליכע יוד, בין אמאל געווען אויף א פארוויילונגס ארט. איך האב געדארפט אפאר קוואדערס פאר א מיטער און האבענדיג נאר א דאלער בין איך צוגעגאנגען צו איינס פון די קענטינס וועלכע זענען געווען דארט. איך האב דעפרעגט דער ארבעטארין דארט אויב זי קען מיך אויפטוישן א דאלער פאר פיר קוואדערס. האט זי מיך גיזאגט אז אמתדיג דארף זי עס נישט טון און איר ארבייט געבער לאזט איר עס נישט טון, אבער וויבאלד "you are the first of your people that look at me when talking to me" וועט זי עס טון פאר מיך פון איר אייגן געלט.

ממני ילמדו וכן יעשו

כוכב » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:13 pm

· #226016
הוגה
עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.



מקור ביטע?

אחד העם » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:36 pm

· #226028
הוגה א געוואלדיקע רעיון, זאל דער אשכול דינען אלס א מוסר ספר, פאר אונזערע פרומע קאטשעלאפניקעס.
אבער איך מיין לעניות דעתי איז הרב הצדיק רבי ארי' לווין נישט דער דוגמה, מיינענדיג, רבי ארי'ס אהבה און הערכה און ערליכקייט במצוות אהבת ישראל איז ער דאך געווען א יחיד בדורות, סקומט פאר ווי איינער זאל ווען מאכען א אשכול אז אלע ערליכע יידן זענען געווען קנאים און ער וועט ברענגען א אויסשניט פון דער ייד מיט א מעשה פון סטמר רב...

אחד העם » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:43 pm

· #226029
כוכב
הוגה
עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.



מקור ביטע?

עידי ראי, פאר מיין באבען האט דער סטמר געגעבן א בענקל און די הענט, וואס ווילסטו אז געלבמאן זאל עס שרייבען...

אפטעמיסט » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 8:16 pm

· #226032
אחד העם
הוגה א געוואלדיקע רעיון, זאל דער אשכול דינען אלס א מוסר ספר, פאר אונזערע פרומע קאטשעלאפניקעס.
אבער איך מיין לעניות דעתי איז הרב הצדיק רבי ארי' לווין נישט דער דוגמה, מיינענדיג, רבי ארי'ס אהבה און הערכה און ערליכקייט במצוות אהבת ישראל איז ער דאך געווען א יחיד בדורות, סקומט פאר ווי איינער זאל ווען מאכען א אשכול אז אלע ערליכע יידן זענען געווען קנאים און ער וועט ברענגען א אויסשניט פון דער ייד מיט א מעשה פון סטמר רב...

בכלל קומט די מעשה פונעם מאדערן-ארטאדאקסישער צייטונג "בשבע", שווער צו זאגן אז מ'קען פון זיי ארויסנעמען א הוראה לדורות אויף אזא האקעלע נושא.
איז אדערווייל בלייבט אז אן ערליכער איד פירט זיך ח"ו נישט מענטשליך, ביז הוגה וועט ברענגן שטערקערע ראיות לדבריו.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 8:20 pm

· #226033
אויב דארף מען מאכן א אכשול צו זאגן אז ערליכע אידן קענען אמאל אויך זיין מענטשליך, וואס זאגט דאס וועגן ערליכע אידן בכלל?

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:16 pm

· #226051
דער קעפל וואלט געדארפט זיין פארקערט, מענטשליכע אידן זענען ערליך.

דריידל » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:59 pm

· #226067
כוכב
הוגה
עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.



מקור ביטע?


חכם וואס די ביסט. ער שרייבט דאך אז ס'איז באקאנט כדי נישט צו דארפן ברענגן א מקור...

דער אמת איז אז איך האב אויך געהערט פון מיינע עלטערן און זיידע-באבע ערשט האנטיגע מעשיות וויאזוי פארצייטישע ערליכע אידן זענען זיך באגאנגען מיט פרעמדע פרויען. מיין מאמע דערציילט אז אלץ מיידל זענען אסאך רבנים איינגעשטאנען ביי זיי אינדערהיים און מ'איז אלץ געזעצן צוזאמען און פארברענגט ביי די שבת סעודות. ס'איז אויך באקאנט ווי ר' משה פיינשטיין ז"ל פלעגט גריסן פרויען אין גאס.

אויסגערוט » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:20 pm

· #226076
דריידל
ס'איז אויך באקאנט ווי ר' משה פיינשטיין ז"ל פלעגט גריסן פרויען אין גאס.

ברענגסט א ראיה?? ר' משה אידאך געווען א ליטוואק!!! 😃

דריידל » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:23 pm

· #226104
דער פותח האשכול האט דאך געברענגט דער ערשטער משל פון ר' ארי' לוי וואס איז געווען א ליטוואק, נאכדערצו א תלמוד פון רב קוק.

לית דין בר נש » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:50 pm

· #226117
אמאל גיהערט פון איינעם א סיפור אויף ר' יענקלע איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף דעם.
ער איז אמאל שבת ארויסגעקומען פון שוהל און גיזעהן א אידענע ווארטן אינדרויסן פרעגט ער איר אויב זי ווארט אויף איר מאן? זאגט זי יא
איז ער צריק אריין אין ביהמ"ד און געזאגט פאר דער איד אז זיין ווייב ווארט פאר אים אינדרויסן
פרעגט אים דער איד ווי ווייסט איר אז עס איז מיין ווייב?
זאגט אים ר' יענקעלע וואס זאל איך טוהן? יעך ווייס!!!

petergrifin » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:43 am

· #226129
אז מען זעהט אײנמאל װײסט מען שוין װער ס׳איז. יעצט װילאנג מען קוקט נישט נאכאמאל איז אלס כשר.

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:49 am

· #226134
כל שרוח הבריות נוחה הימנו רוח המקום נוחה הימנו.... האב איך עפעס מפספס געווען?

אחד העם » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:42 am

· #226144
אפטעמיסט
אחד העם
הוגה א געוואלדיקע רעיון, זאל דער אשכול דינען אלס א מוסר ספר, פאר אונזערע פרומע קאטשעלאפניקעס.
אבער איך מיין לעניות דעתי איז הרב הצדיק רבי ארי' לווין נישט דער דוגמה, מיינענדיג, רבי ארי'ס אהבה און הערכה און ערליכקייט במצוות אהבת ישראל איז ער דאך געווען א יחיד בדורות, סקומט פאר ווי איינער זאל ווען מאכען א אשכול אז אלע ערליכע יידן זענען געווען קנאים און ער וועט ברענגען א אויסשניט פון דער ייד מיט א מעשה פון סטמר רב...

בכלל קומט די מעשה פונעם מאדערן-ארטאדאקסישער צייטונג "בשבע", שווער צו זאגן אז מ'קען פון זיי ארויסנעמען א הוראה לדורות אויף אזא האקעלע נושא.
איז אדערווייל בלייבט אז אן ערליכער איד פירט זיך ח"ו נישט מענטשליך, ביז הוגה וועט ברענגן שטערקערע ראיות לדבריו.

איך האב מיין הנחה אויף רבי ארי' גענומען סיי פון די ספר איש צדיק היה, און סיי פןן אביסעל שמועסן מיט יידן וואס האבען אים געקענט און פון אים איז דא האקעלערע מעשית ווי רעדן מיט אביסעל אויפגעדעקטע האר, וואס דאס נעמט נישט אוועק פון נשמת יהודי וואס דאס איז געווען זיין עקרון, און פארוואס האלסטו אז עס איז נישט הוראה לדורות? און פארוואס די אלע נערישע פרומקייטען פון אונזערע קאטשעלאפניקעס איז יא הוראה לדורות?

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:57 am

· #226153
כוכב
הוגה
עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.



מקור ביטע?

דא האסטו דעם רעבין'ס שמירת עיניים..
📎 36589.jpg

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:28 am

· #226177
דא איז מיינס.

אחד העם » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 4:49 pm

· #226814
מיינסט צו זאגען אז ווען די דרימלסט האסטו אויך פארמאכטע אויגען, א חידוש...
@הוגה צו א גוטער אשכול לאז עס נישט ווערן פארוואסערט

ראש הישיבה » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 6:37 pm

· #226872
מען האט זיך צופלאקערט אויף די שמירת עינים.
אבער מען קען ניצן אנדערע משלים:

ווי דער באדיטשובער האט געגעבן צו עסן פאר יתומים הארט פאר כל נדרי.

אדער העלפן א פרוי שלעפן א פעקל אהיים.
איך וועל פארציילן א מעשה רב וואס מיט מיר הקטן איז געשעהן.
אז איך בין געווען אין א גראסערי, פארנט פון מיר איז געווען א עלטערע פרוי וואס האט יעצט באצאלט און איך זעה אז דרייט זיך ארום. איך פרעג איר אויב זי דארפט עפעס הילף? האט זי מיר געזאגט אז זי איר טאכטער דארף איר נעמען אהיים מיטן קאר, אבער זי גייט ערשט קומען אין א האלבע שעה, ממילא זיכט זי א רייד.
האב איך איר געאפערט די רייד, און אהיים געדרייווט און אריין גענומען די באקסעס אין איר הויז.

פאר מיר איז עס געווען מסירת נפש. ווייל די גראסערי האט זייער א פרומער קליענטעל, און עס איז נישט אהנגענומען צו טוהן א טובה פאר א פרוי.

גראף » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 8:42 pm

· #226924
בין איך ארויס געקומען מיט מײן װײב פון די עליװעיטער און א פרוי האט פרובירט ארויס צו גײן פון די עליװעיטער מיט א דאבעל קערידז.
בקיצור האב אזוי אינסטינקװלי געהאלטן די טיר אפען, בקיצור אהײם קומענדיג איז מײן װײב אינגאנצען באמאכט. פרעג איך איר װאס
איז יעצט געשען? אײ דאנט קנאו. איך מײן ס׳איז נישט געװען א נארמאלע זאך אפען צי האלטן די טיר פאר א צװײטע פרוי...
בין איך טאקע א לאו לײף?

שרייבער » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 11:06 am

· #227673
אויסדריקליך נישט, זייער א שיינע זאך
איך וועל דיר זאגן נאך מער, איך זע אפילו דא אין קרית יואל גענוג מאל ביי שארטקאוטס ווי ס'איז דא סטעפס און א ווייבעלע מוטשעט זיך, זיי כאפן דעם קעריזש און העלפן עס ארויפטראגן

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:01 pm

· #229128
אינעם "מאמענט" פון סוכות, איז באשריבן דאס לעבן פונעם ירושלימ'ער רב שליט"א, הגאון ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א.
בתוך הדברים ברענגט ער דאס פאלגענדע:

.
📎 ערליך.jpg

אחד העם » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:27 pm

· #229167
איך וויל נישט זיין סתם שוימיג, קען מיר איינער מסביר אזא הוא אמינא בכלל, איינער קען מיר זאגען ביי וועלכע פרומען רבין זיי האבן זיך געלערנט אזאנע קראנקע משוגעתן, פרויען גיין צום דיין איז אלס געווען, האט עני גדול אדער פרומער פארצייטישער חסיד געהאט א בעיה מיט דעם,

ברסלבער » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:32 pm

· #229170
אחד העם
איך וויל נישט זיין סתם שוימיג, קען מיר איינער מסביר אזא הוא אמינא בכלל, איינער קען מיר זאגען ביי וועלכע פרומען רבין זיי האבן זיך געלערנט אזאנע קראנקע משוגעתן, פרויען גיין צום דיין איז אלס געווען, האט עני גדול אדער פרומער פארצייטישער חסיד געהאט א בעיה מיט דעם,

איינע פון די שטרעקסטע געווער וואס די פרומע האבן אין די הענט איז "מסורה", מען טאר זיך אוועקרירן קיין סוס כל שהוא. אבער פארשטייט זיך אז ווען עס קומט למשל צו אזא פאל ווען אונז זעמיר פרומער ווי די פריערדיגע, דא וועלן זיי דאס נישט נוצן.
אגב, אין באר משה איז דא א תשובה וואס ער האקט קעגן די נייע מנהג אז די מענער גייען צום דיין, ער טענה'ט אז דאס ברענגט גרויסע מכשולות ווייל דער מאן קען נישט אזוי גוט איבערזאגן די שאלה וואס די ווייב האט אים געזאגט, און דעריבער דארף מען זעהן אז נאר די פרויען זאלן אליין גיין פרעגן ביים דיין שאלות נשים.

הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:00 pm

· #230269
וויזניצער רבי פון בני ברק, רבי ישראל, האט אויפן וועג צו שול געזעהן א קליין קינד שטיין ביים קארנער ווארטנדיג אז איינער זאל אים ארבערפירן די גאס. די רבי האט אים אנגעכאפט ביי די האנט און האט אים ארבערגעפירט די גאס.

ליינט דא.

אחד העם » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:54 pm

· #230288
יעצט געהערט פון אן עלטערער מאדערן יידל, וואס זיין משפחה זענען נישט רעליגיעז, ער מאיזה סיבה האט זיך מקשר געווען און ברסלב, קען גוט חסידות, און 1960 איז ער בדרך לא דרך אנגעקומען צו צעהלימער קעמפ, און דארט האבן די בחורים געשפילט בעסקיט באלל, און דער צעהלימער רב ז"ל, פלעגט שטיין און זיך צוקוקען מיט א שמייכעל וויזאוי די בחורים שפילן זיך...

און נאך זאגט ער מיר אז איינמאל איז דער וואס האט אים געברענגט אינעם קעמפ געזאגט אז דער רב איז נישט צופרידן מיט דיין טשופ, איז אומר ועושה זיך געגאנגען אפשערן כרצון הרב, און עד היום שער ער זיך נאר אזוי, און הייבט מיר אויף זיין קעיפ און ווייזט מיר, ער זאגט מיר ער האט עס געמיזט טוהן for this nice men...

בתוך הדברים זאגט ער מיר אז די מערכה פינעם טשערנאבליר קעגן ברסלב איז געווען ווייל דער טשערנאבליר האט זיך געפירט עושעריש און רבי נחמן האט געזאגט אז א רבי דארף אלעס געבן און נישט האלטען פאר זיך, און דער טשערנאבליר איז געגאנגען און מערכה קעגן אים, an you see, זאגט ער אז די אלע רבי האבען אלעס געגבן פאר אנדערע די ססאטמער האט אלעס געגעבן דער באבעבור האט אלכס אוועק געגבן, די ליבאוויטשער האט אלעס אוועק געגבן, און מאדנע איז וואס ער זאגט מיר אז טאקע וועגן דעם איז דער סאטמאר רב געווען דבוק און תורת מוהרן און נישט און טשערנאביל, ודבריו תמיהין

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:47 pm

· #230429
שמעקעדיג
אינעם "מאמענט" פון סוכות, איז באשריבן דאס לעבן פונעם ירושלימ'ער רב שליט"א, הגאון ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א.
בתוך הדברים ברענגט ער דאס פאלגענדע:

.

דער "משפחה" מעגעזין, אין די פסח אויסגאבע האט גיברענגט די זעלבע מעשה, בשם דעם ירושלימ'ער רב שליט"א, וואו ער ברענגט מער ארויס די נקודה. אז דער רב, הגאב"ד האט געזאגט, אז א דיין וועלכער קען נישט רעדן צו א פרוי וואס קומט פרעיגן א שאלה, פא"פ, באלאנגט נישט אין הוראה...!

איחוד פעלד » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 5:06 pm

· #230437
אחד העם
יעצט געהערט פון אן עלטערער מאדערן יידל, וואס זיין משפחה זענען נישט רעליגיעז, ער מאיזה סיבה האט זיך מקשר געווען און ברסלב, קען גוט חסידות, און 1960 איז ער בדרך לא דרך אנגעקומען צו צעהלימער קעמפ, און דארט האבן די בחורים געשפילט בעסקיט באלל, און דער צעהלימער רב ז"ל, פלעגט שטיין און זיך צוקוקען מיט א שמייכעל וויזאוי די בחורים שפילן זיך...

און נאך זאגט ער מיר אז איינמאל איז דער וואס האט אים געברענגט אינעם קעמפ געזאגט אז דער רב איז נישט צופרידן מיט דיין טשופ, איז אומר ועושה זיך געגאנגען אפשערן כרצון הרב, און עד היום שער ער זיך נאר אזוי, און הייבט מיר אויף זיין קעיפ און ווייזט מיר, ער זאגט מיר ער האט עס געמיזט טוהן for this nice men...

בתוך הדברים זאגט ער מיר אז די מערכה פינעם טשערנאבליר קעגן ברסלב איז געווען ווייל דער טשערנאבליר האט זיך געפירט עושעריש און רבי נחמן האט געזאגט אז א רבי דארף אלעס געבן און נישט האלטען פאר זיך, און דער טשערנאבליר איז געגאנגען און מערכה קעגן אים, an you see, זאגט ער אז די אלע רבי האבען אלעס געגבן פאר אנדערע די ססאטמער האט אלעס געגעבן דער באבעבור האט אלכס אוועק געגבן, די ליבאוויטשער האט אלעס אוועק געגבן, און מאדנע איז וואס ער זאגט מיר אז טאקע וועגן דעם איז דער סאטמאר רב געווען דבוק און תורת מוהרן און נישט און טשערנאביל, ודבריו תמיהין



ווען טששערנאבעל וואלט געהאט א תורה.....

העלא » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 5:27 pm

· #230440
אין שולחן ערוך ווערט דאך גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט קוקן?

חכם עתיק » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:43 am

· #231662
העלא
אין שולחן ערוך ווערט דאך גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט קוקן?



זעהן מעגן מען. קוקן נישט.

כמה פעמים געזעהן ביי עטליכע צדיקים, וואס האבן נישט אראפגעלייגט די אויגן אבער דאך נישט געקוקט

הירשל ציג » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:00 pm

· #231668
טעפל
כוכב
הוגה
עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.



מקור ביטע?

דא האסטו דעם רעבין'ס שמירת עיניים..


לדעתי.... איז נישט קיין ראיה פון דיעזען בילד, ווייל דא רעדט זיך פון א חופה, וואס א דבר שבקדושה טאר מען נישט זאגען קעגן שערות וכדומה. און אפשר האט ער געהאלטען אז די כיסוי ראש דארט האט נישט געטויגט