☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » נו, דער יחץ איז געלונגען?

נו, דער יחץ איז געלונגען?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7258

ציבעלע-קיגל » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 8:50 pm

· #225861
נו, דער יחץ איז געלונגען?
ווי אזוי איז געגאנגען די תקיעות? האט ער גוט געבלאזען?
ביי אונז דער ערשטער טאג איז געווען אביסעל פראבלאמאטיש אבער דער צווייטער טאג האט מען געטוישט בעל תקיעה צו א אינגערמאנטשיקעל און עס האט געקלינגען. שוין לאנג נישט געהערט אזא שיינע שופר בלאזען זייער שיין און הויעך. זייער א פאורפאל שופר מיט א תקיעה גדולה כמעט צוויי מינוט

רויטע וואנצעס » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 9:41 pm

· #225868
אונזער בעל תוקע האט זיך סומך געווען אויף לבוד ביים בלאזן תקיעה גדולה.

ידען » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 9:56 pm

· #225872
כמעט 2 מינוט תקיעה גדולה?

מן הסתם כמעט א מינוט

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 10:25 pm

· #225873
[ציטאט אראפגענומען]

ראשעקאאל: א גוטן מוצאי שבת און א גוטן מוצאי יו"ט און א גמר חתימה טובה. האסט אפשר געדאוונט אין ס--- ביהמ"ד אויף 5-- סטריעט, און די תקיעות וואס דער רבי שליט"א האט געבלאזן איז געגאנגען געשמירט, ב"ה. אבער די "מאה קולות" וואס ר' י--- האט געבלאזן איז טאקע געוועין מאה קולות. אלעס נאר נישט קיין קול שופר. קולות פון קיען, שעפסעלעך, אפילו פערד. ער האטציך שטארק געמוטשעט און ס'איז גארנישט ארויסגעקומען. איך האב פארלאזט דעם ביהמ"ד אינמיטן זיינע מאה קולות. .. 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 10:30 pm

· #225874
רויטע וואנצעס
אונזער בעל תוקע האט זיך סומך געווען אויף לבוד ביים בלאזן תקיעה גדולה.

ס'איז אינטרעסאנט אז ביי מיין רבי'ן שליט"א גייען אלע תקיעות געשמירט, בליעה"ר. אבער ביי תקיעה גדולה מאכט ער א סאך הכנות. ער דרייט דעם שופר אויף אלע זייטן. ציעט אריין א טיעפן אטעם. קוקט אריין אין ספר הקדוש מכוון צו זיין די ריכטיגע כוונות. און די תקיעה גדולה קומט אייביג ארויס א סאך קורצער ווי א געוויינליכע תקיעה... 😕 😂 🙄 😛 😳 😢 😞 😉 😮

לית דין בר נש » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 1:29 am

· #225905
ווער האט דיר גיבעטן חתונה צו האבן מיט א רעביצין? האב חתונה מיט א ווייב וועסטו נישט האבן קיין מאה קולות!

ליפא » מיטוואך אפריל 12, 2017 10:55 pm

· #368482
,