☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » wow א קליפ פון אידן תרצ''ד ראש השנה אין נ.י. שול און תשליך

wow א קליפ פון אידן תרצ''ד ראש השנה אין נ.י. שול און תשליך

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7256

לעמיל » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 3:36 pm

· #225845
wow א קליפ פון אידן תרצ''ד ראש השנה אין נ.י. שול און תשליך
א קליפ פון 1933 אידן ראש השנה אין נ.י. ווארפן ברויט אין וואסער און דאווענט. אויך זעט מען מענטשן האנדלן וואנדלען אויף די גאסן. א גוט געבענטשט יאר אלע אידן.

גנדי » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:23 am

· #225932
Wow.

האט איר באמערקט די שטריימעל איד וואס שאקעלט זיך דארט ביי תשליך?

הערשי » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:13 pm

· #225982
מסתמא נישט קיין שטריימל. כידוע איז רביה"ק מסאטמאר געווען דער ערשטער אין אמעריקע צו גיין א שטריימל אין גאס.

פארוואס? » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 4:48 pm

· #226008
הערשי
מסתמא נישט קיין שטריימל. כידוע איז רביה"ק מסאטמאר געווען דער ערשטער אין אמעריקע צו גיין א שטריימל אין גאס.

פארוואס ״מסתמא״?
אוי וויי. הערשי, איך זעה אז דיין אמונה פאנגט אן אביסל צו שוואך ווערן. עס איז זיכער נישט קיין שטריימל.

ידען » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:09 pm

· #226010
נישט קיין שטריימעל און נישט קיין אידען..

ביי אידען איז מען ביי תשליך אפגעטיילט.....
מענער עקסטער און פרויען עקסטער.

ברעט מענינג » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:27 pm

· #226012
ידען
נישט קיין שטריימעל און נישט קיין אידען..

ביי אידען איז מען ביי תשליך אפגעטיילט.....
מענער עקסטער און פרויען עקסטער.

די יודישקייט איז ליידער געווען שוואך, ביז די רבי איז געקימען אויף אמעריקע.
און דער מענטש האט יא א שטריימעל נישט קיין היט

יאסל ראקאווער » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:50 pm

· #226023
אינטערעסאנטע נוסח התפילה
criticalpast האט אסאך יידישע קליפס, שקויעך @לעמיל פאר די לינק

דא איז דא א קליפ מענייני דיומא, מיט סאונד

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:02 pm

· #226025
געוואלדיג!
אין די אלע קליפס זעהט מען שוואך אן יונגערע מענטשען. ווארשיינדלעך שוין פארכאפט אינעם שמאלץ טאפ.

גנדי » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:43 pm

· #226030
איז מעגליך אז די קליפ אין שול איז staged?

שמערל » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:51 pm

· #226250
מיר איז אינטרעסאנט אז אין שוהל זיצן די פרויען אינטער די מענער אנע שום מחיצה, דאכט זיך אז אין קיין שום ארטאדאקסישע שוהל היינט פירט מען זיך נישט אזוי.

פליקער » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:39 pm

· #226262
איך האלט אז די קליפ איז פאלש

ווייל דו וועסט הערן דארט מי בקיטו ומי לא בקיטו וד"פ

אויך מישן זיי אויס סליחות מיט ראש השנה

אויך בלאזן זיי שופר ווי די גרעסטע עם הארצים וואלט נישט איינגעפאלן

אויך אז זיי זאגן ונתנה תוקף זיצעדיג

יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:39 am

· #226404
אזוי האט עס ליידער אויסגעזעהן ביז סאטמאר רב איז געקומען קיין אמעריקע...
אויב דו גלייבסט מיר נישט פרעג סיי וועלכע סאטמארע חסיד!

קרעמער1 » זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:21 pm

· #229267
פליקער
איך האלט אז די קליפ איז פאלש

ווייל דו וועסט הערן דארט מי בקיטו ומי לא בקיטו וד"פ

אויך מישן זיי אויס סליחות מיט ראש השנה

אויך בלאזן זיי שופר ווי די גרעסטע עם הארצים וואלט נישט איינגעפאלן

אויך אז זיי זאגן ונתנה תוקף זיצעדיג

נאך סיבות פארוואס ס'איז מעגליך א שפיל:
ס'זעהט אויס ווי דער שאקלדיגער יוד\בעל תפלה\בעל תוקע קוקט אזוי זייטיג צו די קעמרע
אויך דאכט זיך מיר ווי ער זאגט: קול השם על המים
ביים סוף זעהט מען די זיצענדע יודן אונטער'ן זינגעדיגן בקיטו\בראש השנה יכתבון שמייכלען זיך אונטער

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:17 pm

· #231751
הערשי
מסתמא נישט קיין שטריימל. כידוע איז רביה"ק מסאטמאר געווען דער ערשטער אין אמעריקע צו גיין א שטריימל אין גאס.


גראדע איז דאס נישט אמת... ער איז נישט געווען דער ערשטער.
איך פארשטיי פארוואס מען האט אזוי אריינגעבאקען ווייל מען האט געדארפט מאכען זיכער אז די פראפאגאנדע מאשין פארט גוט. פונקט אזוי ווי מען האט געזאגט אז אויב נישט סאקמערער רבי וואלטען נישט געווען קיין אידן אין אמעריקא.