☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ברעקינג! בית מילק שייעק פאראקוויי- נתחלק

ברעקינג! בית מילק שייעק פאראקוויי- נתחלק

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7247

צוקלאפטע הושענא » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 6:24 pm

· #225700
ברעקינג! בית מילק שייעק פאראקוויי- נתחלק
אזוי וי אין אלע גרויסע חסידי אומת העוילם גוילעם וואס צוטיילען זיך אויף שטיקער ווען דער רבי גייט אריין אין דער ערד אין אזוי וי סאיז געשעהן אין אלע ריזיגע חצרות הקוידעא״ש סאטמר, באבוב, צאנז, ויזניץ, גור, בעלזא, זוויהעל, אשלג, תולדות אהרן אין תוחדות שמואל יענקל, קרעטשניף-סיגעט, סלונים-סלאנים, שומרי אמונים, פסו אמונים, ביאלה, ראדזין, אין לעצטענס אויך אין חצר הקודש די ריזיגע חסידות לבית בעלעד שנתחלקה איז יעצט געשעהן די זעלבע פאר בית מילקשייעק פאראקוויי

די הערצער זענען צעשמעטערט אין די גלידערען פארגליווערט חיל ורעדה יאחזון ווען עס קומט אריין אין די נייעס אז דער בית שמגדלים בו תורה ותפילה די צענטער פון חסד לבית מילק שייק פאראקוויי איז נתחלק געווארען אין אונזערע הערצער זענען צוטיילט געווארען אויף שברי שברים גדול כים שברנו אוי מי ירפא לנו
וי סאיז שוין ברייט באקאנט כידוע ווען סאיז נתבקש געווארען בישיבה של קאווע דער הייליגער רבן של ישראל ממילקשייעק זכותו יגל אלינו מיט א קנאפע 2 יאר צוריק אין מיר האבן געמיינט אז דער זין גייט מארגען נישט שיינען, אבער דער רבש״ע האט מקדים געוועהן די רפואה למקא אין סאיז נתגלה געווארען דער אור בהיר בשחקים דער שר התורא אין צדיק נשגב רבינו הקדוש ממילק שייעק שליט״א בנו בכורו אין ממשיך דרכו וואס איז אריינגעטאנצען אין הייליגען טאטענס שטיוועל אין זיך אנגעפאנצערט מיטן טאטענס טיליפ אין זילבערנעם שטעקען וואס דערמיט איז ער מחולל פראות אין פלאות
וואס סאיז יעצט געשעהן איז אז דער יונגערער זוהן פון רבינו הקדוש, ה״ה כ״ק הגה״צ אבד״ק אייז קרים -(פראנטש ואנילה)פלטבוש מאכט אויף א נייע ביהמ״ד אין באניצט זיפ מיטן נאמען ״מילק שייעק״ וואס געהרט צום ברידער זיינעם אין גייט מאכען שבת פאר זיך אין וירב בבית מילק שייעק תאנייה ואנייה
דער נייער רבי ממילק שייעק פלטבוש (מלפנים אבדק״ק אייז קרים) איז ברייט באקאנט אלץ א דולה ומושקע פון בארות רבותינו הקדושים ממישקאלץ ומילק שייעק זיינע צדקות בהצנע לכת זענען ברייט באקאנט ( ער האט מיט אפאר יאר צוריק מנדב געוועהן אפאר סידורים מיט א גאלדענעם סטעמפ דערויף לרגל עפעס א שבתון פאר די חסידי העיר הנידחת דסקוירא - סקוירא )אין אזוי אויך זיין פע מאפיק מארגעללייעס איז דאך ידוע לכל (ווער עס שטייט אויף פרי פארטאגס פאר 12 אזייגער מיטאג אין קומט אן געניג פרי אין מקווה איידער מפלאשט אראפ די וואסער...)
דער נייער רבי זאגט אז דער סיבה פון די התחלקות איז בהיות אז דער גרויסע חסידות ומלכות לבית בעלעד האט זיך צוטיילט איז נישט דא קיין סיבה אז מלכות מילק שייעק זאל בלייבען גאנץ ער טענה׳ט אז אויב דער בעלעד׳ער רבי שליט״א איז געגאנגען מאכען שבת פאר זיך אין מיט גענומען 100 ארגינעלע חסידים פון זיין טאטען חוץ די הונדערטע הייגענע וואס זענען צוגעקומען אדאנק די נייעס לבית בעלעד וואס זענען נתפרסם דא אין שטיבל, אויב אזוי קען אויך דער אייז קרימער רב נתחלק ווערען פון מילק שייעק אין מאכען שבת פאר זיך אין זיכער וועט דאס אנגיין מיטן פילען סוקסעס
דער רבי שליט״א פון מילק שייעק פלטבוש וואס איז נתחלק געווארען זיכט א שרייבער אויף ק״ש נאך וואס זיין זוהן קען נישט שרייבען אזוי גוט וי דער בעלעד׳ערס זוהן אין דער רבי זעלבסט קען אויך נישט מאכען דעם דשאב פון זיין קאלעגער דער וועלט שרייבער דער בעלעדער רב וואס שרייבט אין שטיבל צוזאמען מיט זוהן זיינעם גוט באצטלט פאר א פאסיגער קאנדידאט

דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 10:22 am

· #225791
ס'געפעלט מיר ווי די שרייבסט אז די חלוקה בבית מילק שעיק איז "אזויווי" אנדערע חסידות'ן ווען אין פאקט איז די באבוב און סאטמאר חלוקה בלויז א משל כטיפה מן הים פון וואס קומט פאר אין מילק שעיק.

כ'על געבן אפאר דוגמאות, וואס איז שוין ביז דערווייל פארגעקומען.

7 צייטונגען זענען געעפענט געווארן

בתי מדרשים אין אלע פיפטי סטעיטס פאר ביידע קהילות

מ'האט אויפגענומען באזינדערע בתי דינים של שבעים ואחד וואס יעדער בי"ד וועט דן זיין אויף אנדערע נושאים צב"ש וואסערע קאליר בעקיטשעס די רבי'ס מעגן גיין, וויפול מופתים מ'מעג מאכן, צו מ'דארף זיך ריפן אדמור מ'מילק שעיק אדער ד'מילק שעיק, אא"וו.

מ'האט זיך אויסגענומען אז די די"ת מיז נעמען לכה"פ ביז שנת תתלר"ג

מ'האט אריינגעגעבן א מאושען צום אמעריקאנער סופרים קורט אז די פלעטבושער פארטרעט נישט די ארגינעלע מילק שעיקער חסידות (מ'האט עס אריינגעשווערצט ציזאמען מיט די מאושן וואס נטרונה האט געשיקט אז די ציונים פארטרעטן נישט וויליאמסבורג). לעומת זה האט די פלעטבושער פארלאנגט פון די אינטערנאציאנאלער געריכט און האג ארויפצושטעלן א רייזע פארבאט אויפ'ן פארראקאוועיר.

די פלעטבושער האט מייסד געווען חבורות אז די בני הקהילה זאלן וויסן וואס צו לערנען. זיבן אין אכציג חבורות בסך הכל כ"י בכל מקצועות התורה. א חידוש עצום איז געווען די חבורה בספרי רבותינו לבית מילקשייק ווי מ'וועט לערנען דריי ווערטער א וואך - ס'האבן זיך שוין אנגעשלאסן 54,625 חסידים. (פארשטייט זיך אז די פארראקאוועיר רבי האט תיכף ומיד ארינטערגעריסן דעם אויפטי)
די פארראקאוועיר האט איינגעשטעלט תקנות לטובת חסידיו. צב"ש יער מיז זיך איינשרייבן אויף איינע פון די פארומ'ס און דערציילן מופתים פון רבי'ן, אויך בעניני תפילה, מ'זאל פראבירן צו דאווענען דריי מאל א טאג (ביי שחרית, ווער עס האט די מעגליכקייט זאל אנטון טלית ותפילין).

כלל ישראל ווארט מיט שפאנונג צו זעהן וואס ס'עט זיך אויסלאזן פון די מחלוקת אבער פון אינטער די קאליסין הער איך אז די ס'קוקט הייסע צייטן