☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » איך זוך א נוסח

איך זוך א נוסח

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7238
בלאט: 1 2

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:36 pm

· #225526
איך זוך א נוסח
העלא אלע חברים

איך וויל געבן א מתנה פאר א חבר מיינער וואס הייסט אהרן און זיין ווייב הייסט מרים. איך קלער אז אזוי ווי ביידע זענען פיר אותיות וואלט געווען שיין אויב די ערשטע אות פון די שורה איז זיין נאמען און די לעצטע אירס.
אלזא דארף איך א נוסח של ארבעה שורות.

א דאנק פון פאראויס.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:48 pm

· #225528
וועלכע שפראך, און פאר בערך וועלכע סיבה?

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:51 pm

· #225529
און וויפיל ווילסטו צאלן?

פישלע העררינג » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:54 pm

· #225531
א הרן שקול כנגד כול מ

ה וא הגבר וכנגדו העז ר

ר ב טוב וטוב עד בל ד י

נ חת ושמחה עד עול מ

גנדי » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:00 pm

· #225533
אין לנו מילים
הודות והודי' ויתפאר
רון ושיר מכובדי
נסיים עם ברכות מרובים

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:01 pm

· #225534
אביסל אנדערש :

אהרן להגיד שבחו אוהב שלום
הכן הנני לזולת בסיוע ועז ר
רון שיר ושבחות עדי בלי די
נחת ירווה מלוא חפניים

היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:08 pm

· #225535
אל חבירי היקר אהרן, ולזו' מרס. מרים
הרי זה בכי יותן לידיד נעורים וחבר
רגשי לבבי החמות בזה אביע, לרע כאח לי
נזכה כולנו להיכתב בספר חיים טובים

אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:47 pm

· #225544
א יך אויך איז מיי נעי מ

ה על איך געבן פא ר

ר' אהרן און זיין פרו י

נ אדיר א מתנת חנ ם

אחד העם » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 6:15 pm

· #225547
אל נפשי צמוד, על ליבי כחותם
הנה האהוב, לי לכבוד ולפאר
רם ונשגב, ברכות לך ישגר לשי
נר למשחינו תאיר, בקרב ימים

זאלסט מעלדן ביטע וועלכע ביסט בוחר.
כוויל פארשטיין, ווער זאגט דיין חבר קוקט נישט אויף ק"ש? אפשר שיקסטו'ס גאר פאר א חבר פון ק"ש?!, איך בין דיין חבר, און די פזמון וועל איך מיר אליינס מאכען... אבער שיק שוין....

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 6:56 pm

· #225551
פשיהא! הלואי זאל איך און איר אלע אייביג געהאלפן ווערן אזוי שנעל מיט אלעס וואס מען דארף.

שפתיים ,לשה''ק איז לכאורה בעסער פאר דברי שבח וברכה. איך וויל זיי געבן א מתנה אלס הכרת הטוב.


כ'קלער צו קויפן א גרויסע ברייטע רבישע מעסער און דערויף איינקריצן 'החותך חיים לכל חי' אדער 'מחיי החיים הוא יתן אל' און דערנאך איינע פון די פארגעשלאגנע נוסחאות (זאל איך מאכן א אנקעטע?)

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 6:57 pm

· #225552
כוכב'ל ,פארוואס האסטו זיך בארעכנט צו געבן בחינם?

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 7:25 pm

· #225556
טאלאנט פארמעסט אלול תשע"ד אין פראגרעס.

כוכב געבט בחינם נאר די ערשטע מאל פאר אדווערטייזמענט. נעקסטיים וועט נישט איבערבלייבן גענוג געלט פאר די מתנה.

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 7:30 pm

· #225560
אלס גבאי פון אזא ברייטפארצווייגטע שטיבל זענט איר דאך זיכער רגיל בנוסחאות און מי שברך'ס סאו לאמיר הערן וואס איר האט פארצושלאגן.

שפתים ישק » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:03 pm

· #225569
א -ל חי יחתוך לכם חיים ארוכי מ

ה רווחה והרחבה בכל ענין ודב ר

ר יש שתא סימנא מילתא למזל י

נ פשות וחסרונן למלא משאלות מ

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:11 pm

· #225571
wow די עולם דא ווארפט זיך מיט טאלאנטען
דא א טיש ערגעץ ווי איך קען זיך באהאלטען אונטער?

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:19 pm

· #225573
א'הרן רודף שלום - מרים רודפת חסדי'ם.

ה'חותך חיים ואושר - ישלם אתכם ביוש'ר.

ר'אש השנה ה'תשע"ה - ישפיע ברכות עד בלי ד'י.

נ'דבת ליבכם על ליבי תמידים - יישר חילא טייערע ידידי'ם.

הערשי » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:13 pm

· #225582
אהרן פרעה לשמצה בקמיהם
הלה ואביה ירוק בפניה תסגר
ראה לפניכם היום את הקללה אנכי
נותן, שונא מתנות יחיה, יאריך ימים

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 11:22 pm

· #225598
הערשי, לויט דיין נוסח, געוואלד, אהרן און מרים זענען דאך ברודער/שוועסטער...

אחד העם » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 12:50 am

· #225610
אשא רוחי, אשפוך נפשי, אל אהובים
החיים לכם, ה' יחתוך, הטוב בל יחסר
רק טוב, רב ברכות, רחמי ומזוני רוויחי
נעימת החסד,נימי הרחמים, נהיה נחלתכם

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:33 am

· #225616
א'הרן ה'שלום ר'ודף מ'אוהבי'ם
ה'לוא, גם-בנו דיב'ר
ר'אש בשנה חי וקיים יחתוך לכם ח'י
נ'פלאת עלי אהבתכם מאהבת נשי'ם

נ"א נ'עמתם לי מאוד, ידידכם אוהבכ'ם... (חתום בשם)

או נ'צח ולעולמי'ם אכי'ר חסד'י שניכ'ם.

(דאס געשעט ווען מ'פראבירט אריינצושטופן פסוקים וואס קומען נישט אריין און ר"ת אין יעדע שורה, אין אנדערע ווערטער, איך טויג אויף כפרות)

איך אויך » דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:12 pm

· #247725
העלאו אמיגאס
עטץ האטס מיר אזוי שיין געהאלפן די פריערדיגע מאל און איך וויל אייך נאכאמאל בעטן פאר א נוסח.

א באקאנטע מיינע איז לעצטענס אדורך א טראגעדיע ל''ע און איך וויל עם עפעס קויפן וואס זאל עם אביסל מחזק זיין.

זיין נאמען איז אלימלך אדער אלימלך הכהן ,ווער עס קען טראכטן פון א פאסיגע נוסח זאל ביטע ארויפלייגן. א ייש''כ פון פאראויס.

ירח בן יומו » דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:23 pm

· #247728
ווי אזוי הייסט זיין ווייב? (אויב ער האט נאך\שוין איינס).

איך אויך » דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:27 pm

· #247729
ער האט ב''ה א ווייב אבער איך ווייס נישט איר נאמען. איך קען עס אויסגעפינן אבער לכאורה פאסט נישט איך זאל אינקלאדן איר נאמען ווען אונז קענען זיך בכלל נישט.

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:01 pm

· #247759
.

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:15 pm

· #247766
א נוכי עמו בצרה
ל ב יודע נפשו מרה
י' לי לא אירא
מ ה' יבוא הטוב ולא הרע
ל עולם יראה הטוב במהרה
כ ל ימי חייך בתפארה

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:22 pm

· #247768
א נו לי-ה ולך עינינו
ל עולם לא תאנף בנו
י יום ולילה אתה אתנו
מ מך הכל ומידך נתנו
ל ך אני הושיעני
כ ל ימי לך קיוויני
ה' לי לא עזבתני
כ וכבי שמים העתירו בעדנו
ה אמונה תשאר חקוק בליבנו
נ ראה מהרה ביאת משיח צדקינו
אמן

איש האמת » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 10:43 am

· #250786
האט איינער אפשר א שיינע נוסח און באזוץ צו שיקען אן אתרוג פושקע לכבוד חמשה עשר בשבט?
שכויח, א ון לשון הקודש ביטע.

לית דין בר נש » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 10:54 am

· #250788
אנטשולדיגט אבער עס איז קעגן די תקנות

איש האמת » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 11:22 am

· #250791
פליז האט איינער עפס פאר מיר, איך בעט זיך בתחנונים בריצוי ובפיוס, גרויסע שכויח.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 11:22 am

· #250792
לית דין בר נש
אנטשולדיגט אבער עס איז קעגן די תקנות

וואס עפעס? זאל זיך יעדער העלפן איינעם דעם צווייטען, ויתמלא הבור מחולייתו.

לית דין בר נש » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 11:45 am

· #250796
איך האב מורא פישל האסט מיר נישט פארשטאנען עס איז נישט קעגן די תקנות צו בעטן הילף פון א צווייטן
איך רעד וועגן קויפן א אתרוג פושקע חמשה עשר בשבט

איש האמת » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 10:01 pm

· #251010
שכויח לית דין בר נש פארן אוועקציען דער שמועס, אבער איך זוך נאך אלץ מיט לעכט א שיינע נוסח וואס כ'קען שיקען פארן יחתן אתרוג פושקע לכבוד חמשה עשר בשבט.
פליז העלפטס מיר ארויס, עטס זעהטס נישט ווי שיין איך בעט? פליז קען אויף קומען מיט עפעס תוכנדיג רייך זיס און שיין, העלאו? העלאו? פליז פליז? שכויח, איי לאוו יו אלל.

פישלע העררינג » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 11:18 pm

· #251029
א ילן אילן אברכך בזא ת

ת ב"ן ובר ממך לא ימו ש

ר ב טוב וברכות לשוב ע

ג פ"ן ומשאלותיך אמן סל ה

@איש האמת

(אפשר קומט עס נישט נאך דיינע סטאנדארטן פון "תוכן, רייך, זיס, שיין", אבער ס'איז בחינם.)

כוכב » מאנטאג פעברואר 2, 2015 8:58 am

· #251261
פ ינו יביע רב ברכות ותהלות
ר ון שיר ושבח בקול רנן וגילת
י ום זה מכובד בראש השנה לאלנות

ע דיו לגאון ולתפארת חתן כליל המעלות
ץ לך נאה מופלא ומופלג ארי שבחבורות

ה שירה הזאת ענתה לעד בהמון ברכות
ד ורות ישרים מבורכים לרוות רב נחת
ר ווח וששון ובמידה טובה ימלא משאלות

איש האמת » מאנטאג פעברואר 2, 2015 10:57 am

· #251279
עמעזינג. כוכב'ל. רילי אפרישיעט. ביוטופול. גארדשעס.
און א גרויסע הארציגע שכויח פאר פישעלע פארן עס געבן דו ריכטיגע שטופ. און שיינע גלאנץ.
וזכרון אחד עולה לכאן ולכאן. צווישען דו ביידע נוסחאות האמיר א ביטופול נוסח צו שיקען. מלא טעם מלא חן.

סמבטיון » מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:27 pm

· #254177
א גוטן חברים וידידים!

מיין טאכטער האט א סידור פלעי, איך דארף אריינשטעלען א ברכה א ווינטש פאר מיין טאכטער וואס זי וועט שטענדיג זעהן ווען זי דאווענט אין דעם סידור, איינער קען מיר דא העלפען שרייבן אפאר הארציגע נישט "צי טיעפע" שורות וואס זאל רעדען צי איהר הארץ אין מח?

פישלע העררינג » דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:59 am

· #254188
צו מיין טייערע טאכטער'ל,

וואס אימער דיין באגער,

צום סידור'ל טוה דיך א קער,

ה' וועט דיינע קיינע תפילות הערן,

און דיינע בקשות וועלן צום גוטן ערפילט ווערן.

*

בעט פון דיין ריינע הערצעלע,

א טרער פון אויג טוה א שווערצעלע,

א גליקלעך לעבן אויף א גאלדענע טעצעלע,

ביז מיר וועלן קעגן משיח'ן גיין מיט א טענצעלע!

סמבטיון » דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:25 am

· #254220
פישעלע, איך האב נישט די פאסיגע ווערטער דיר צי דאנקען.... יא סעיווד מיי דעי..

לית דין בר נש » דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:27 am

· #254221
סמבטיון אז די האסט נישט די ריכטגע ווערטער געב א קוועטש מיטן מויז אויפן לינקע זייט פון פישעלע'ס תגובה

סמבטיון » זונטאג מערץ 1, 2015 12:08 pm

· #256394
אז מעגעבט א פינגער וויל מען א האנט...

חברה ווער קען מיר צישטעלען א שיין פאר שורות פאר מיין אניווערסערי? הארציג אין זיס..

פישלע העררינג » זונטאג מערץ 1, 2015 12:28 pm

· #256400
סמבטיון
אז מעגעבט א פינגער וויל מען א האנט...

חברה ווער קען מיר צישטעלען א שיין פאר שורות פאר מיין אניווערסערי? הארציג אין זיס..


ס 'קומט מיך צו לאכן

מ 'קען פון די קאווע חברה חוזק מאכן

ב עטן יעדע שני וחמישי פריי אן אפצאהל

"ט וה מיך א טובה'לע און באצאלען וועל איך נול"

י עדע זאך האט א גבול

ו וילסט עפעס דאן באקומסטו א ביל

נ ישט קיין חילוק צו דורך פעי פאל, עמזעאן, אדער גוגעל.

סמבטיון » זונטאג מערץ 1, 2015 12:37 pm

· #256402
גלייב מיר פישעלע אז די מאכסט מיר א שיינס צאל איך דיר וויפיהל די בעטסט.
די ביזט ריזיג............

פישלע העררינג » זונטאג מערץ 1, 2015 12:42 pm

· #256406
סמבטיון
גלייב מיר פישעלע אז די מאכסט מיר א שיינס צאל איך דיר וויפיהל די בעטסט.
די ביזט ריזיג............

וויאזוי הייסט דיין פלונית? און וויפיהל יאר איז שוין צום גוטען? ווילסט עס טיף? אויבערפלעכליך? זאפטיג? טרוקען? פיוט'יש? אידיש? ענגליש?

סמבטיון » זונטאג מערץ 1, 2015 12:51 pm

· #256412
זאפטיג , יודיש , טיעף. 9 יאהר צום גיטען!

פישלע העררינג » זונטאג מערץ 1, 2015 1:01 pm

· #256417
סמבטיון
זאפטיג , יודיש , טיעף. 9 יאהר צום גיטען!

געבסט איר עפעס א מתנה?

סמבטיון » זונטאג מערץ 1, 2015 1:05 pm

· #256418
אין אישי אריין

איך אויך » זונטאג מערץ 1, 2015 1:59 pm

· #256435
גאנץ א ביליגע מתנה..

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 2:02 pm

· #322634
איינער האט מיר געבעטן א נוסח פאר א איד א מחזיק תורה, ער טענה'עט אז כ'בין נישט מיט אלעמען ["צו גוט" בלשון סגי נהור], לייג איך עס אהער, זאל עס כאטש בלייבן לדראון עולם אויף אונזער סערווער.

------------

נודה ונברך את אבינו רועינו, עובד את קונו במסירות, לא ישבית ברית מלך עולם, מלח איקרי מזון, מחזיק ידי רבנן, ואיהו גופיה מינייהו, אי לאו האי - כמה יוס"ף איכא בשוקא, שוק הימין אשר הונף והורם למנה, אל אבינו שוכן מעונה,

הרה"ח צבי יוסף ****** שליט"א

צ'ב"י, חמיד ורגיג דילאון בלעותא,

ב'רכותינו בכן תקבל בחדוותא,

י'עלה קולינו הערב באשוותא,

י'וס"ף ה' לו כן בשבועתא,

ו'יברך אותו כאשר אמר, בכפילותא,

ס'עד לתומכו – אמינו היקרה, ספרא דצניעותא,

פ'יה בחכמה, אבא יסד ברתא, תגא דמלכותא.

הקרן לו קיימת, מניח מעותיו בקרן הצב"י, קרנו תרום בכבוד תורה, כבוד חכמים ינחלו, ומנחליאל במות, על במתי הצלחתו ידרוך, עד פורה ידרוך באדום, במלך מלך לישראל.

מברכים מקרב ולב,

סקרן » דינסטאג פעברואר 7, 2017 2:59 pm

· #362212
האט איינער א נוסח איך שיק צו א ידיד וואס געט כעלט צו א מוסד ווי איך בין איינגעשטעלט צום זון'ס אויפריף איך וויל לייגן ביי א מתנה
ייש"כ

curious » מיטוואך פעברואר 22, 2017 12:43 pm

· #363573
I want to write a thank you letter to Ezras Nushim in Hebrew for helping me (willing to pay) if you can do this please contact me.

Sorry for writing in English I don't have a Yiddish keyboard.
בלאט: 1 2