☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די גוטע זאכן פון שנת תשע"ד

די גוטע זאכן פון שנת תשע"ד

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7234

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:22 pm

· #225304
די גוטע זאכן פון שנת תשע"ד
דער סדר העולם איז צוקוקן אביסל נעגאטיוו אויפן עבר, און מיט אסאך האפענונג אויפן עתיד. תחל שנה וקללותיה, החל שנה וברכותיה. לאמיר אבער נישט פארגעסן אז די יעצטיגע תחל, איז געווען פאריאר'ס החל, און אפרישעיטען די גוטע זאכן וואס זענען נשפע געווארן דורך די זיס האניג ראש השנה תשע"ד.

וזה החלי:

ר' יעקב עסטרייכער אנטלאפן סוקסעספול פון באליוויע.

נייע שטעטל געגרינדעט אין בלומינבורג, ניו יארק.

ריונועל באריכטעט א ריז'גען הייב און קודני נדבות.

היימישער אינגערמאן גראדירט פון ישיבה אינעווירסעטי מיט הויכע צייכונגען.

לעצטע בחור פון אסירי יאפאן, באפרייט פון ישראלי תפיסה.

אויסגערוט » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:49 pm

· #225307
עזרת נשים צו הייבען דער ניווא פון צניעות ביים בארא פארקער ציבור

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:50 pm

· #225308
באבובע דין תורה געענדיגט.

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:56 pm

· #225309
כמיין אז דאס איז אויך א גאנץ פאזיטיווע נייעס, מ'האלט ערענסט ביים פארהאנדלן אז מזאל אויפהערן גראבן אין בית שמש.

אפטעמיסט » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:58 pm

· #225310
אשכולות אויפוועקער עפענט א ניק

נאר„פרייליך רעזיגנירט

כינוס כלל ישראל אין וויליאמסבורג

צימערמאן ארעסטירט

אויסגערוט » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:02 pm

· #225312
אפשר באלאנגט דא די אלכסנדר/בעלעד מחלוקות

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:41 pm

· #225324
קינד געראטעוועט פון גאראזש געיט אין ווילאמסבורג.

חרדישע ציבור באגריסט נייע אויסגאבע מאמענט.

וועלט עקאנאמיע אויפן וועג ארויף.

אייז באקעט זשאלענזש נעמט איין די וועלט; 100 מיליאן נתנדב געווארן פאר עי. על. עס. ריסורטש און סופארט.

נייע בעלזע געגענט אין לעיקוואד. 150 דירות ווערן געבויעט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:38 am

· #225388
קאווע שטיבל
קאווע בלעטער

שבת אחים

גבאים פראגראם

מערסטע לייקס אויף א אשכול

הכתרת @אנאנים

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:50 am

· #225392
מעסיגע פירערשאפט נעמט איבער אין איראן,

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:44 am

· #225416
קאווע טרינקער
באבובע דין תורה געענדיגט.

איך ווייס נישט צו דאס איז אזוי גוט!!

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 10:12 am

· #225433
רויטע וואנצעס
קאווע בלעטער

שבת אחים

גבאים פראגראם

מערסטע לייקס אויף א אשכול

הכתרת קעלנער

moti107 טוישט זיך צו "מאטי"

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:04 pm

· #225505
גרינדונג פון די הייליגע ארגאניזאציע נטרונא. לאזן הערן "עדס" אויף די טמא,נע ראדיא. און אין די חשוב'ע, וועלט בארימטע צייטונג, דער ניו יארק טיימס. אויפ צו קלערן פאר די חסידי אומות העולם פון די אראבישע וועלט און אלע חשוב'ע און וואוילע גויים אז אינז ערליכע אידן זענען קעיגן די מדינה הטמאה. און אינז האמיר נישט קיין חלק דערין. 😂 🙄 🙄 😂 🙄 😈 😠 😳 😢 😮

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:24 pm

· #225511
berlbalaguleh
גרינדונג פון די הייליגע ארגאניזאציע נטרונא. לאזן הערן "עדס" אויף די טמא,נע ראדיא. און אין די חשוב'ע, וועלט בארימטע צייטונג, דער ניו יארק טיימס. אויפ צו קלערן פאר די חסידי אומות העולם פון די אראבישע וועלט און אלע חשוב'ע און וואוילע גויים אז אינז ערליכע אידן זענען קעיגן די מדינה הטמאה. און אינז האמיר נישט קיין חלק דערין. 😂 🙄 🙄 😂 🙄 😈 😠 😳 😢 😮

ר' בערל זעהט אן התחדשות אין אן אלטער אנגאניזאציע,

ר' בערל האט פארשפרייט 67,291 סמייליס אויף קאווע שטיבל אין תשע''ד, זייענדיג מזכה 1,462 אידן 31,527 מאל מיט שמחה,

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:58 pm

· #225580
ר' ישראל קאפקע שליט"א: יישר כח. דאס איז א סטאטיסטיק וואס מ'קען זיך מיטנעמען צום יום הדין. לגבי די התחדשות פון די אלטע ארגאניזאציע וואס הייסט נטרונא.וויל איך נאר אזויפיל זאגן. הלוואי זאל טאקע מקוים ווערן דער ציל פון די גרינדערס פון נטרונא. זיי מיינען דאך זיכער גוט.. די אייבישטער זאלל העלפן אז אידן זאללן טאקע ניצול ווערן פון די ידי עשיו וישמעאל דורך זייערע פעולות. איך וועל זיין גליקליכער פון דעם רייכסטן לאטערי געווינער, ווען איך וועל הערן אז די אנטיסעמיטן האבן זיך צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, ח"ו פאר א איד אין זכות פון די אויפקלערונגען... 😕 😎 😂 😂 😂 😛 😳 😢 😞 😉 😮

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 9:49 pm

· #225740
תשע"ד וועט געדענקט ווערן אלס דער געשמאקסטער זומער מיום עמדי על דעתי. אזעלכע זומער וועטערס פאסט גארנישט פאר ניו יארק. חוץ די 2 לעצטע וואכן וועלכע איז געווען ברוטאל הייס/יומיד.

לית דין בר נש » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:16 am

· #225758
זאג נאר די גידענקסט שוין נישט די זומער פון תשי"ג? אוי איז יענץ גיוועהן געשמאקע וועטערס און אפילו די לעצטע צוויי וואכן איז גיוועהן פיין לופטיג!

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:58 am

· #225763
בעסטע זאך פון תשע"ד: ס'נאר דא 4 טעג סליחות.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:18 pm

· #225812
לית דין בר נש
זאג נאר די גידענקסט שוין נישט די זומער פון תשי"ג? אוי איז יענץ גיוועהן געשמאקע וועטערס און אפילו די לעצטע צוויי וואכן איז גיוועהן פיין לופטיג!

זאג נאר, ר' ל.ד.ב.נ. שליט"א. אפשר געדענקסטו וועלכע ברענד פעמפערס דיין מאמע האט געקויפט אין יאר תשי"ג, ביי שטערן באטשי אין גראסערי. די מיט א הכשר אדער אן. די גוי'אישע?!... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

אויליגער » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:37 pm

· #225957
גראדע איז די מחלה פון האבן א הכשר אויף יעדע זאך ווי

פעמפערס
בעבי ווייפס
בעקעלעך
וכו. וכו.

א נייע זאך וואס גייט אריין און איסור פון חדש אסור מן מעוררים

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:46 pm

· #225961
נאך א גוטע זאך פון תשע"ד - די פרייזן פון געז איז דראסטיש רעדוצירט געווארן, נאך יארן לאנג זיין ביי ארום $4.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:00 pm

· #225967
אויליגער
גראדע איז די מחלה פון האבן א הכשר אויף יעדע זאך ווי

פעמפערס
בעבי ווייפס
בעקעלעך
וכו. וכו.

א נייע זאך וואס גייט אריין און איסור פון חדש אסור מן מעוררים

ניין: דאס לערנט מען ארויס פון פסוק "אסר בשביל שתתעשר". זאלסט אלעס אסר'ן, כדי דו זאלסט קענען רייך ווערן, פון צו שטעלן די זעלבע זאך. נאר יענעמ'ס איז אסור און טריפה.
כדוגמת: באר מיים/מים חיים
דער איד/צייטונג/בלאט
חוסטער לאקשן/איצקאוויטץ (ע"ה(
סאראטאגא/מים חיים
שטערן-שפאקטיוו/בלאט-איד
קליינ'ס אייזקרים/מהדרין
לאנג איילענד ווייטץ/אריזאנא ווייטץ
ועוד הרשימה ארוכה. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😢 😞 😉 😮

petergrifin » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:08 pm

· #225976
berlbalaguleh
לית דין בר נש
זאג נאר די גידענקסט שוין נישט די זומער פון תשי"ג? אוי איז יענץ גיוועהן געשמאקע וועטערס און אפילו די לעצטע צוויי וואכן איז גיוועהן פיין לופטיג!

זאג נאר, ר' ל.ד.ב.נ. שליט"א. אפשר געדענקסטו וועלכע ברענד פעמפערס דיין מאמע האט געקויפט אין יאר תשי"ג, ביי שטערן באטשי אין גראסערי. די מיט א הכשר אדער אן. די גוי'אישע?!... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮


דאכסט זיך מיר (כ׳גדענק נישט 😉) אז אין תשי״ג האט מען נאך גענוצט דײפערס.

אלעס איז גיט » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:25 pm

· #225988
פיר טאג סליחות
דאס אז ע"ס איז דא נאר פיר טעג סליחות דאס איז געווען פאריאר אויך

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:57 pm

· #225996
[ציטאט אראפגענומען]

ווינדלען איז דייפערס. אדער, "חיתולים". אויף די שפה הטמאה אשר בדו הציונים, ימ"ש מליבם הטמא, רח"ל מהאי דעתא... 😂 😂 😂 😂 🙄 😂 😈 🙄 😠 😳 😢 😞 😉 😮

היימישער ליטוואק » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:03 pm

· #226042
כיפת ברזל - גראטוועט טויזנדער יידן פון טויט און שאדן!

אויסגערוט » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:04 pm

· #226043
סידאך געווען א ריזיגער פלאפ פאר ווער סע'ווייסט!!!

ישראל קאפקע » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:26 pm

· #226052
אויסגערוט
סידאך געווען א ריזיגער פלאפ פאר ווער סע'ווייסט!!!

How so?
נישט אפילו איין איד (דאכט זיך) געהרגט געווארן פון א ראקעט, פארוואס די אייזערנער קופאל איז געמאכט געווארן,
די עטליכע וואס זענען געהרגט געווארן -אינדרויסן פון עזה- זענען געטראפן געווארן פון מארטאר פייער (עפעס ענליך צו וואס א טאנק שיסט, משא'כ ראקעטן וואס פליען ארויף און ווייטשטרעקיג,)

אויסגערוט » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:51 pm

· #226060
און וואס וועסטו זאגן וועגן די אלע פריערדיגע צייטן ווען סאיז נאכנישט געווען און ס'קיינער נישט געשטארבען. נאר סאיז אומסאפיסטיקירט און סאיז דא דארט אסאך ליידיגע שטחים.
עס איז געווען שטודיעס וואס האבן געוויזען אז סאיז היבש אויפגעבלאזן

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:20 pm

· #226101
ישראל קאפקע
אויסגערוט
סידאך געווען א ריזיגער פלאפ פאר ווער סע'ווייסט!!!

How so?
נישט אפילו איין איד (דאכט זיך) געהרגט געווארן פון א ראקעט, פארוואס די אייזערנער קופאל איז געמאכט געווארן,
די עטליכע וואס זענען געהרגט געווארן -אינדרויסן פון עזה- זענען געטראפן געווארן פון מארטאר פייער (עפעס ענליך צו וואס א טאנק שיסט, משא'כ ראקעטן וואס פליען ארויף און ווייטשטרעקיג,)

נו, דאס איז דאך די טענה פון די אנשי נטרונא ונטורי חרתא, אז פון די אידן איז ליידער נישט געהרג'עט געווארן א סאך. משא"כ פון די אומשולדיגע פאלעסטינער מאמעס און קינדער אין עזה זענען נעבעך געהרג'ט געווארן טויזנטער דורך די טמא'נא מדינת ישראל זעלנער פונ'ם טמא'נעם (כבר אמרנו) צה"ל וועלכע האבן נעבעך געהרג'ט אומשולדיגע ציווילע פאלעסטינער...ווייי..וויי..וויי... אוי, מה היה לנו. געהעריג התגרות באומות, כדברי הבלאט שיחיה... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

ישראל קאפקע » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:33 pm

· #226109
אה! שכוח ר' בערל
פארן קלאר מאכן דאס ענין, כ'האב שוין כמעט פארגעסן דאס וואס דו האסט איבערגעחזרט הונדערטער מאלן פאראיאר,
כ'האב זיך געזארגט אז אין יאר תשע''ה וועט דאס ענין ווערן אביסל פארגעסן, NOT SO!! Thanks צו ר'בערל!
berlbalaguleh
ישראל קאפקע
אויסגערוט
סידאך געווען א ריזיגער פלאפ פאר ווער סע'ווייסט!!!

How so?
נישט אפילו איין איד (דאכט זיך) געהרגט געווארן פון א ראקעט, פארוואס די אייזערנער קופאל איז געמאכט געווארן,
די עטליכע וואס זענען געהרגט געווארן -אינדרויסן פון עזה- זענען געטראפן געווארן פון מארטאר פייער (עפעס ענליך צו וואס א טאנק שיסט, משא'כ ראקעטן וואס פליען ארויף און ווייטשטרעקיג,)

נו, דאס איז דאך די טענה פון די אנשי נטרונא ונטורי חרתא, אז פון די אידן איז ליידער נישט געהרג'עט געווארן א סאך. משא"כ פון די אומשולדיגע פאלעסטינער מאמעס און קינדער אין עזה זענען נעבעך געהרג'ט געווארן טויזנטער דורך די טמא'נא מדינת ישראל זעלנער פונ'ם טמא'נעם (כבר אמרנו) צה"ל וועלכע האבן נעבעך געהרג'ט אומשולדיגע ציווילע פאלעסטינער...ווייי..וויי..וויי... אוי, מה היה לנו. געהעריג התגרות באומות, כדברי הבלאט שיחיה... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:48 pm

· #226115
גראדע יעצט איז פארהאן א חידוש אין ר' בערל'ס תגובה, נעמליך דאס שטעלן דריי לאכעדיגע פנימ'ער ברצף אחת איז אן אומר הבא מן החדש וואס גיבט צו פארשטיין בעסער דעם גאנצן ענין און איז ווערד צו באגריסן. 😂 😂 😂 😂 😂 😃 😃 😃 😃 😃 🙂 🙂 🙂 🙂 🙂 😉 😉 😉 😉 😉

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:59 am

· #226138
תשובה לר' ישראל קאפקע ובחדא מאכטע... 😂 לר' יאיר לפיד שיחיו עמו"ש, אמן.: פארוואס האביך זיך איצטער דערמאנט ווייל ר' ישראל שליט"א איז געווען פון די וועלכע זענען אריין בעובי הקורה אויפצו ווייזן אז די טמא'נע ציונים, ימ"ש, שר"י עפ"ל, אראנדז"ש, וכו' זענען גיווען די וועלכע האבן געהרג'ט וכו' וכו'... 🙄 😂 🙄 😂 😎 😞 😮
און מהאי טאמע האביך גענוצט דריי שמייכל'דיגע סמייליס, ווייל דער גאנצער סאבדזשעקט איז אזוי אבסורד אז ס'קומט גאר צו לאכן... וויאזוי געוויסע קעפ קענען זיין אזוי שטארק פארדרייט ארויפגעשרויפט אויף אידישע גופים... 😕 😎 😂 😂 😂 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:24 am

· #226140
berlbalaguleh
תשובה לר' ישראל קאפקע ובחדא מאכטע... 😂 לר' יאיר לפיד שיחיו עמו"ש, אמן.: פארוואס האביך זיך איצטער דערמאנט ווייל ר' ישראל שליט"א איז געווען פון די וועלכע זענען אריין בעובי הקורה אויפצו ווייזן אז די טמא'נע ציונים, ימ"ש, שר"י עפ"ל, אראנדז"ש, וכו' זענען גיווען די וועלכע האבן געהרג'ט וכו' וכו'... 🙄 😂 🙄 😂 😎 😞 😮
און מהאי טאמע האביך גענוצט דריי שמייכל'דיגע סמייליס, ווייל דער גאנצער סאבדזשעקט איז אזוי אבסורד אז ס'קומט גאר צו לאכן... וויאזוי געוויסע קעפ קענען זיין אזוי שטארק פארדרייט ארויפגעשרויפט אויף אידישע גופים... 😕 😎 😂 😂 😂 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

רעקארד געבראכן! זעקס אין איין צי!!!

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:53 am

· #226142
בערל דא האסטו סמייליס פאר די נעקסטע טויזענט יאר. נישט זיך שטופן, ס'דא גענוג פאר יעדעם.