סעם העריס איז אין שנה ראשונה...
זאג אים ס'וועט דורכגיין...
זאג אים ס'וועט דורכגיין...
מאטיפארוואס דארף ספיריטואלע מאמענטן מאכן אן אטעאיסט תשובה טון. אפילו אזאלכע אפיקורסים ווי לארענס קרויס און ריטשארד דואקינס האבן אויך ספיריטואלע מאמענטן
אפטעמיסטאיך כאפ נישט וואס גענוי האט אזוי צעשאקעלט דעם שערמער. מיין אייפאד האט זיך אויך גענומען ארבעטן נאכן אריינפאלן אין וואסער און נישט ארבעטן פאר א ירח ימים. נו, מ'האט שוין געהערט אזאנס. מה כל הרעש? וואס פונקט איז אזוי מאדנע און אומגלויבלעך דא אז ס'האט "דערשיטערט און צעשאקלט זיין סקעפטיציזם"?
יאיראפטעמיסטאיך כאפ נישט וואס גענוי האט אזוי צעשאקעלט דעם שערמער. מיין אייפאד האט זיך אויך גענומען ארבעטן נאכן אריינפאלן אין וואסער און נישט ארבעטן פאר א ירח ימים. נו, מ'האט שוין געהערט אזאנס. מה כל הרעש? וואס פונקט איז אזוי מאדנע און אומגלויבלעך דא אז ס'האט "דערשיטערט און צעשאקלט זיין סקעפטיציזם"?
מילא, אז פון א שטיקל שטויב איז געווארן אן איינשטיין, אז פילאזאפן מוטשען זיך פון וואו מאראל קומט*, אז ביליאנען געלעקסיס און שטערנס ווערן געבוירן און שטארבן, אז מאשינען פון פלייש און בלוט קענען טראכטן און פילאזאפירן, פרעגן און ענטפערן, פילן און פארשטיין, דאס איז דאך אזוי פשוט. ממש ער קען נישט פארשטיין דעם נארישן רעליגיעזן מאן וואס די קשיות מוטשען אים אפילו. אבער אז מען רירט אן זיינע פערזענליכע הרגשים, דאס איז שוין גאנץ עפעס אנדערש.
איחוד פעלדבכלל דארף מען אים מעורר זיין, אז לויט דער דברי יואל טאר מען נישט גלייבען אז הקב"ה מאכט א נס דורך א דבר האסור. און היות דער ראדיא איז טמא, איז מען א כופר אויב מען גלייבט אז דאס איז א נס.