☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » איך האס די מענטשהייט

איך האס די מענטשהייט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7219

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:38 pm

· #224696
איך האס די מענטשהייט
איך האס די מענטשהייט,
איך ליב איהרע אינדווידואלן,
איך קען איהר נישט דערליידן,
איך לעב זייערע ליידן.

די זעלבע ריחות - אנדערע תוצאות,
אייניגע מוחות - אנדערע נפשות.

אן איבערמאכונג פון א צווייטן,
אפשר נאר א שאטן,
האט שוין איינער אמאל באטרעטן דעם באדן?

די מענטשהייט - מסקנות,
אינדווידואלן - הוי אמינא'ס,
די מענטשהייט שטעלט זיך נישט צוזאם פון אינדווידואלן,
אינדווידואלן שטעלן צוזאם די מענטשהייט.

די מענטשהייט איז פארלוירן,
בשבילי נברא העולם.

יואב » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:01 pm

· #224706
👍 ריזיג!

יאיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:11 pm

· #224722
I love humanity, I hate humans ~ Albert Einstein

פליקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 4:58 pm

· #224797
humanity loves, Humans Hate

אפטעמיסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 5:08 pm

· #224802
ווי קען מען ליבן, אזא גרויליגער יקום, וואו מ'מערדערט א קינד, צוליב'ן זיידען נחום.
פארשאלטן דעם טאג, שוין בעסער דעם מוות, ווען בנים ימותו, צוליב חטאי האבות.
ווילי ווילי, בושה תכסה פניכם, וואס איז מצדיק, שאכלתם בשר בניכם.
א אידישע מאמע, וויינט נעבעך ביטער , און הערצער פון שטיין, באשולדיגן גאר דעם מוטער.