☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הרב פינטו, שניידט אראפ די בארד!

הרב פינטו, שניידט אראפ די בארד!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7209

בר דעת » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:47 pm

· #224344
הרב פינטו, שניידט אראפ די בארד!
דער גרויסער רב און באבא הרב יאשיהו פינטו וועלכער האט אויפגעשיינט אפאר יאר צוריק אלס א מעגא סעלבעריטי מיט טויזנטער חסידים, רוב פון זיי פאפולערע מענטשן, טייקאנס און פאליטיקאנטן, איז געוען פארמישט אין אסאך אומלעגאלע אקטיוויטעטן. דער רב האט אייביג פייערדיג געלייקנט אז ער זאל האבן געגעבן שוחד צו פאליציי אויספארשער, האט געזאגט ברבים אז ער האט קיינמאל נישט געגעבן שוחד, און אויב חלילה וואלט ער געגעבן שוחד נעמט ער שוין אראפ זיין בארד! זיך אייסערנדיג אז ער איז ריין, און א רב קען נישט זיין א קארופטירטער מענטש וואס געט כאבאר צו צושטערן אן אויספארשונג.
יעצט, האט הרב פינטו מודה געווען און געשריבן א פליע בארגן אז ער האט געגעבן שוחד און וועט דינען אלס עדות פון די רעגירונג קעגן די פאליציי וואס האבן באקומען שוחד.
יעצט ווארט מען מיט שפאנונג אויב דער רב וועט האלטן ווארט און שניידן דאס בארד, אזוויפיל כבוד און ערנסטקייט מעג נאך אזא מאכטפולער רב ארויסווייזן

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:52 pm

· #224345
דאס קעפל איז אביסל פארפיריש עס וואל ליבערשט געדארפט זיין הרב פינטו גייט אראפ שניידן די בארד! אדער, גייט הרב פינטו אראפשניידן די בארד?

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:54 pm

· #224347
בענדזשאמין פרענקלין
דאס קעפל איז אביסל פארפיריש עס וואל ליבערשט געדארפט זיין הרב פינטו גייט אראפ שניידן די בארד! אדער, גייט הרב פינטו אראפשניידן די בארד?



ס'פעלט א קאמא.

הרב פינטו, שניידט אראפ די בארד!

היימישער ליטוואק » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:55 pm

· #224348
בענדזשאמין פרענקלין
דאס קעפל איז אביסל פארפיריש עס וואל ליבערשט געדארפט זיין הרב פינטו גייט אראפ שניידן די בארד! אדער, גייט הרב פינטו אראפשניידן די בארד?

אדער, הרב פינטו: שניידט אראפ אייער בארד!

חבקוק הנביא » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:58 pm

· #224350
כ'ווייס נישט וואס די מעשה איז דארט געווען, אבער לאמיר זיך נישט נער'ן מודה זיין עפעס אין א פלי בארגעין איז נישט קיין ראיה אז ס'איז טאקע אמת, ס'איז נאר א ראיה אז ס'האט זיך ענדרעש געלוינט צי אזוי זאגען, אפגעזעהן וואס די אמת איז,

יואב » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:59 pm

· #224351
היימישער ליטוואק
בענדזשאמין פרענקלין
דאס קעפל איז אביסל פארפיריש עס וואל ליבערשט געדארפט זיין הרב פינטו גייט אראפ שניידן די בארד! אדער, גייט הרב פינטו אראפשניידן די בארד?

אדער, הרב פינטו: שניידט אראפ אייער בארד!

ניין. דאן וואלט דאס באדייט, אז הרב פינטו בעט דעם עולם אראפצושניידן די בארד.

אפטעמיסט » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:59 pm

· #224353
אדער, "הרב פינטו, וואס א חילוק וואס די קעפל איז. די עיקר איז אז איר שניידט אפ אייער בארד."

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:03 pm

· #224434
אדרבה, זאל ער בלייבען מיט די בארד און זאלן אלע וויסען אז אפילו א רב קען אזאנס טוהן און נישט האבען קיין נארישע אמונת חכמים.

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 5, 2015 12:35 pm

· #287130
יעצט אז דער פאליציי הויפט, אפרים ברכה, האט מקיים זיין סטראשע, פון זיך נעמען דעם טויט.. דארף הרב פינטו טאקע שניידן די בארד.
<a class="postlink" href="http://www.haaretz.co.il/magazine/1.2625198">http://www.haaretz.co.il/magazine/1.2625198</a>