☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ווען רעליגיע לעבט אין עשיה אנשטאט אין מחשבה

ווען רעליגיע לעבט אין עשיה אנשטאט אין מחשבה

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7203

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:40 am

· #224252
ווען רעליגיע לעבט אין עשיה אנשטאט אין מחשבה
ס'איז א דבר פשוט פאר יעדעם אז רעליגיע איז מחשבה און הגיון. די געזעצן פון פארשידענע רעליגיעס זענען געווענדליך א תוצאה פון א פארשטאנד אין די טיהאלעזשי פון די ספעציפישע רעליגיע. אלע מצות אין די תורה זענען געבויעט אויף א טיפע פארשטאנד פון פסוקים אין נביאים וכתובים. די געדאנק אז מ'זאל טוען די אלע זאכן און לאזן די מחשבה - די עיקר פון רעליגיע אויף הפקר איז א חורבן.

די מיטל-אלטער איז געווען א שרעקליכע דוגמא פון אט די מענטעלאטי. די מאסן פון סתם מענטשן זענען געווארן צוגעצויגן צו רעליגיע דורך גרויסע רעליגיע מאוומענטס ווי קריסטליכקייט און איסלאם. די מאסן זענען אין גרויס טייל געווען פשוטע פויערן וואס האבן נישט פארשטאנען די מחשבה און די ציהל פון רעליגיע. זייער מחשבה איז געווען פארנומען מיט וועלטליכע נידרעקייטן. זייער רעליגיע האט נאר געלעבט אין עשיה, און זיי האבן עס גאר גענוצט אינטערצוהאלטן זייערע נארישע מחשבות פון שררה און תאוה.

די וועלט האט זיך זייער געטוישט ווען די מאסן איז געווארן ליטעריט און געווארן מער געלערנט. טייל געלערענטע מענטשן האבן געזעהן די שרעקליכע שאדן פון רעליגיע, און זענען אנטלאפן פון איר. צו ווייל זיי זענען בדעה געווען כופרים, אדער זיי האבן געהאלטן אז ס'איז פשוט נישט פראקטיש ווען רעליגיע לעבט אין עשיה, ווי עס ברענגט חרבנות. אנדערע געלערענטע האבן שטודירט רעליגיע און אביסל מחדש געווען אז ס'זאל זיין מער געפאסט פאר נייע צייטן.

רעליגיע איז אבער א זאך וואס לעבט נאך ביי אסאך מענטשן נאר במעשה. די רעליגיע האט נישט גערייניקט זייער הארץ און מחשבות פאר עבודת ה'. פארקערט זיי זענען מושחת במידות און תאוות, און אזוי ווי אין די מיטל -אלטער ניצן זיי רעליגיע אלס א מרכבה צו פירן זייערע נידריגקייט.

מ'זעט ביי איסלאם ווי קרימענאלן האבן איר געהייזשעקט פאר זייערע תאוה פאר מאכט. זיי זאגן אז די ציהל איז הייליג איסלאם. אבער מ'רעדט פון דער בודם און מ'מיינט די קלאץ. די תוצאה איז א שרעקליכע פונקט ווי אמאל.

ליידער לעבן מיר היימישע אידן אויך אין א ענדליכע מצב, כאטש ב"ה זייער ווייט פון אנדערע רעליגיעס, אבער מ'דארף עס זעהן פאר וואס ס'איז. די מחלוקת און שנאת חנם איבער שטותים איז ריין געלעבט, אן מחשבה פון רעליגיע. ס'איז א רעליגיע פון ריין עשיה וואס מ'ניצט אינטער צו שטיצן א דעת פון כבוד, שררה, און תאוה.

די תוצאה איז א חורבן.

פארוואס? » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:07 pm

· #224277
זייער ריכטיג און צו דער זאך.

עס בלייבט נאר צו פרעגן, איז עס טאקע אזוי, אז רעליגיע איז אימשולדיג ווען פארדארבענע מענטשן האבן זיך ארויפ געכאפט דערויף, אדער איז רעליגיע שולדיג אין נעמען גוטע מענטשן און זיי פארדארבן צו שלעכטע מענטשן, אז בשעת זיי טוהן שלעכטס, מיינען זיי אז זיי טוהן די ריכטיגסטע זאך.

ווען איך קוק די ווידיאוס פון אייסיס, קומט מיר צומאל ארויף א מחשבה זרה, קען זיין אז דער מערדער טראכט גארנישט קיין שלעכטע כוונות, אפשר טראכט ער אז דאס איז א תיקון פארן נפש פון זיין קרבן. אזוי ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות ס׳פלעגן טראכטן די שוטרים פון בי״ד, בשעת׳ן מקיים זיין די ארבע מיתות בי״ד.

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:38 pm

· #224307
ווען בי"ד האט מקיים געווען מיתת בית דין איז עס געווען א פראצעדור. די פראצעדור איז להבדיל פונקט ווי א קאורט אין טעקסעס הארגעט א רוצח. אייסיס איז נישט קיין פראצעדור פון ישרות. ס'איז א אנזייעניש פון טעראר. האבן זיי בודק געווען, גענומען עדות וכו' צו יענער איז טאקע א כופר לשיטתם?

דיין נקודה איז נאכאלץ א ברענעדיגע, צו רעליגיע מאכט מענטשען צו רוצחים. און די אמת איז אז ליידער יא, ווען דער מענטש איז א מושחת. און דאס איז טאקע געווען מיין נקודה. ווען א מושחת ניצט א רעליגיעזע רעיון אן די מחשבה און פראצעדור פון די רעליגיע, איז עס טעראר און מארד צו ערפילן זיין השחתה.

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:56 pm

· #224314
ווער זאגט אז רעליגיע איז דא בעיקר פאר מחשבה, אפשר איז דע עיקר מעשה.
די חובבת הלבבות פראביערט צי זאגן ווי דיר, איז ער טאקע גערעכט?

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:59 pm

· #224316
לאמיר קלאר מאכן, רעליגיע איז ריין מחשבה, די דרייצן אני מאמין'ס איז ריין מחשבה. אמונה איז מחשבה. די אלע מעשיות און פעולות איז נאר צו ווייזן און מחזק זיין די רעליגיע. זיי זענען שושבינין. אבער ווען די חתן און כלה זענען נישט דא, ווערט פון א חתונה א לויה, דער הויפט מחותן ליגט אין ארון.

Big Boy » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:24 pm

· #224325
רויטע וואנצעס


מ'זעט ביי איסלאם ווי קרימענאלן האבן איר געהייזשעקט פאר זייערע תאוה פאר מאכט. זיי זאגן אז די ציהל איז הייליג איסלאם. אבער מ'רעדט פון דער בודם און מ'מיינט די קלאץ. די תוצאה איז א שרעקליכע פונקט ווי אמאל..



Who says they hijacked Islam? Who says that ISIS only follows the Quran "bmachsuve" and not "bemaseh"? They do what the Quran tells them to do with Infidels and I'm sure they have very holly kavunes whie doing it

שבת אחים » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:29 pm

· #224328
פארוואס?
זייער ריכטיג און צו דער זאך.

עס בלייבט נאר צו פרעגן, איז עס טאקע אזוי, אז רעליגיע איז אימשולדיג ווען פארדארבענע מענטשן האבן זיך ארויפ געכאפט דערויף, אדער איז רעליגיע שולדיג אין נעמען גוטע מענטשן און זיי פארדארבן צו שלעכטע מענטשן, אז בשעת זיי טוהן שלעכטס, מיינען זיי אז זיי טוהן די ריכטיגסטע זאך.

ווען איך קוק די ווידיאוס פון אייסיס, קומט מיר צומאל ארויף א מחשבה זרה, קען זיין אז דער מערדער טראכט גארנישט קיין שלעכטע כוונות, אפשר טראכט ער אז דאס איז א תיקון פארן נפש פון זיין קרבן. אזוי ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות ס׳פלעגן טראכטן די שוטרים פון בי״ד, בשעת׳ן מקיים זיין די ארבע מיתות בי״ד.





“With or without religion, you would have good people doing good things and evil people doing evil things. But for good people to do evil things, that takes religion.”
― Steven Weinberg

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:35 pm

· #224333
נולד מאוחר
ווער זאגט אז רעליגיע איז דא בעיקר פאר מחשבה, אפשר איז דע עיקר מעשה.
די חובבת הלבבות פראביערט צי זאגן ווי דיר, איז ער טאקע גערעכט?

ר' נולד מאוחר: דער חובת הלבבות זאגט ענליך, אבער נישט דאס זעלבע וואס ר.וו. האט דא געזאגט. ער (חובת הלבבות) זאגט אז צו צוקומען צו אמונה דורך חקירה איז א געוואלדיגע מעלה. אבער ער טוט נישט אויסשליסן אז אמונה פשוטה, גלייבן אין באשעפער און זיין גרויסקייט, אן חקירה, איז נישט גוט. אבער ער האלט אויכעט אז די מעשים מוזן אויך זיין גוט... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

ישראל קאפקע » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:04 pm

· #224355
רויטע וואנצעס
לאמיר קלאר מאכן, רעליגיע איז ריין מחשבה, די דרייצן אני מאמין'ס איז ריין מחשבה. אמונה איז מחשבה. די אלע מעשיות און פעולות איז נאר צו ווייזן און מחזק זיין די רעליגיע. זיי זענען שושבינין. אבער ווען די חתן און כלה זענען נישט דא, ווערט פון א חתונה א לויה, דער הויפט מחותן ליגט אין ארון.

אמונה איז מחשבה, רעליגיע איז סיי אמונה און סיי עשיה (מצוות), אין אידישקייט איז עשיה א גלייכער חלק מיט מחשבה, אין קריסטנטום איז מחשבה/אמונה דער עיקר, און עשיה א זייטיגער טפל, איסלאם גלייך צו אידישקייט איז עשיה אויך א אינטעגראלער חלק, בודהיזם איז נאר מחשבה/אמונה,
ווי רעליגיע היינט צוטאגס ווייזט איז אמונה-עשיה פיל מער סוקסעספול,

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:34 pm

· #224386
אריגינעל איז אידישקייט בלויז געווען אין עשייה. איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך. מחשבה אין יהדות איז געווען א פיל שפעטערע היסטארישע אנטוויקלונג.

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:37 pm

· #224387
יאיר
איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך.

ואהבת את ה' אלקיך.

ישראל קאפקע » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:40 pm

· #224391
יאיר
אריגינעל איז אידישקייט בלויז געווען אין עשייה. איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך. מחשבה אין יהדות איז געווען א פיל שפעטערע היסטארישע אנטוויקלונג.

וואס הייסט, האלב עשרת הדברות!
אנוכי, לא יהיה לך, לא תשא, לא תחמוד,

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:46 pm

· #224392
ברסלבער
יאיר
איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך.

ואהבת את ה' אלקיך.

גאנץ פיין. אבער פון די גאנצע המשך הדברים איז ניכר אז דאס איז נישט עפעס א ציווי אז מ'זאל אין הארץ ליב האבן גאט, ס'איז א ציווי אז מען זאל ארויסווייזן די אהבה דורכ'ן באלאנגען צום באשעפער און טון וואס ער הייסט. פונקט ווי ווען די תורה זאגט "לא תקלל חירש ולפני עיוור לא תתן מכשול, ויראת מאלוהיך", איז דאס נישט דריי באזונדערע ציוויים, איינס נישט שעלטן א חרש, די צווייטע נישט שטרויכלען א בלינדן, און די דריטע אז מ'זאל ציטערן פאר פחד פון גאט, נאר ויראת מאלוהיך גייט ארויף אויף די פריערדיגע מצוות, אז דורכ'ן אויספירן די אלע מצוות ווייזט מען אז מ'האט יראת שמים.

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:51 pm

· #224394
ישראל קאפקע
יאיר
אריגינעל איז אידישקייט בלויז געווען אין עשייה. איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך. מחשבה אין יהדות איז געווען א פיל שפעטערע היסטארישע אנטוויקלונג.

וואס הייסט, האלב עשרת הדברות!
אנוכי, לא יהיה לך, לא תשא, לא תחמוד,

אנכי איז נישט קיין ציוי, לא יהיה און לא תשא זענען מצוות מעשיות. לא תחמוד איז נישט קיין חיוב ווי אזוי צו טראכטן אין אמונה וכדו', ס'איז א מדה פון נישט גלוסטן יענעמ'ס זאכן און/אדער טון תחבולות ארויסצונעמען פון זיינע הענט (עי' רמב"ם גזילה ואבידה פ"א הי"א: התאוה מביאה לידי חימוד והחימוד מביא לידי גזל, שאם לא רצו הבעלים למכור אף על פי שהרבה להם בדמים והפציר ברֵעים, יבוא לידי גזל שנאמר (מיכה ב', ב) "וחמדו שדות וגזלו"1. ואם עמדו הבעלים בפניו להציל ממונם או מנעוהו לגזול, יבוא לידי שפיכות דמים. צא ולמד ממעשה אחאב ונבות).

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:58 pm

· #224397
יאיר
ברסלבער
יאיר
איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך.

ואהבת את ה' אלקיך.

גאנץ פיין. אבער פון די גאנצע המשך הדברים איז ניכר אז דאס איז נישט עפעס א ציווי אז מ'זאל אין הארץ ליב האבן גאט, ס'איז א ציווי אז מען זאל ארויסווייזן די אהבה דורכ'ן באלאנגען צום באשעפער און טון וואס ער הייסט. פונקט ווי ווען די תורה זאגט "לא תקלל חירש ולפני עיוור לא תתן מכשול, ויראת מאלוהיך", איז דאס נישט דריי באזונדערע ציוויים, איינס נישט שעלטן א חרש, די צווייטע נישט שטרויכלען א בלינדן, און די דריטע אז מ'זאל ציטערן פאר פחד פון גאט,

קען זיין, אבער עס איז נישט קיין פארגלייך דארט וואו עס שטייט סוף פסוק, צו דא וואו עס איז אן אנהויב פון א פרשה.

בעצם הענין בין איך נישט אזוי איינשטימיג מיט רויטע'ס רעיונות. איך זעה נישט די פאדים וואס ציהט פונעם עשי' צו די שלעכטע רעזולטאטן וואס דו ברענגסט. אפשר פארקערט? ווען די מוסלומענער וואלטן געלעבט נאר אין עשי', זיי וואלטן געהאלטן דעם קוראן כמצות אנשים מלומדה, וואלטן זיי נישט געווען אזוי ציווילדעוועט און גע'הרג'ט יעדן וואס האלט נישט פונקט ווי זיי. אבער יעצט אז זיי האבן עס גענומען אין די בלוט און מחשבה, דעריבער קענען זיי נישט פארליידן איינעם וואס גלייבט נישט ווי זיי און זיי ווילן אויסראטן די גאנצע וועלט.
אויך ביי די היימישע מחלוקת'ן און מדות רעות, קומט דאס בלויז פון מידות משחתות, דאס האט נישט מיט עשי' פונקט ווי נישט מיט מחשבה.
דער חינוך איז מסביר די מצוה פון "ועצם לא תשברו בו" מיט א פארקערטע רעיון, דער אייבערשטער האט פארשטאנען אז ווען א איד וועט זיל ציגעוואוינען צו טוהן בעשי' די אלע מצות הבורא, אפילו אן מחשבה, אוטאמאטיש וועט דאס אים מאכן פאר א מענטש, ווייל אדם נפעל כפי פעולותיו.
ווען מיר זאלן טאקע טוהן אלע מצות כדבעי בעשי' וואלטן מיר אסאך שענער אויסגעזעהן.

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:03 pm

· #224398
ס'איז נישט קיין חסרון אז פילאסאפיע איז אנגעקומען שפעטער. און ס'מאכט נישט דעם ענין אלס א קלענערע משמעות. אדרבה! אויב איך מאך נישט קיין טעות איז דער רמב"ם בדעה אז די דור המדבר האט באקומען דאס וואס זיי זענען געווען ביכולות מקבל צו זיין, און מיט די צייט עוואלווד מען צו העכערע באגריפן, און איינמאל ס'ווערט א דבר המובן איז דער פריערדיגע קינדערישע וועג מער נישט רעלעוואנט. א שטייגער ווי דאס ענין פון "א קערפערליכע גאט באגריף.

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:06 pm

· #224400
ברסלבער
דער חינוך איז מסביר די מצוה פון "ועצם לא תשברו בו" מיט א פארקערטע רעיון, דער אייבערשטער האט פארשטאנען אז ווען א איד וועט זיל ציגעוואוינען צו טוהן בעשי' די אלע מצות הבורא, אפילו אן מחשבה, אוטאמאטיש וועט דאס אים מאכן פאר א מענטש, ווייל אדם נפעל כפי פעולותיו.
ווען מיר זאלן טאקע טוהן אלע מצות כדבעי בעשי' וואלטן מיר אסאך שענער אויסגעזעהן.

אין הכי נמי, דאס איז וואס איך זאג. די גאנצע תורה איז געבויט אויף דעם געדאנק אז מען קאנצענטרירט זיך אין עולם העשיה, און די מחשבה איז נאר אויף וויפיל ס'פעלט אויס כדי צו זיין א בעסערע מענטש. שפעטער איז אנטוויקלט געווארן אידישע פילאזאפיע און אני מאמין'ס. אין די תורה עקזיסטירט נישט דער גאנצער מושג. אין גאנץ תנ"ך ווערט כמעט קיין מאל נישט דערמאנט דער מושג פון אן אפיקורס. אן עובד עבודה זרה דארף מען הרג'ען. אבער וואס יענער טראכט ביי זיך אין בעט אונטער די דאכענע - וועמען גייט עס אן?

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:08 pm

· #224401
מאטי
ס'איז נישט קיין חסרון אז פילאסאפיע איז אנגעקומען שפעטער. און ס'מאכט נישט דעם ענין אלס א קלענערע משמעות. אדרבה! אויב איך מאך נישט קיין טעות איז דער רמב"ם בדעה אז די דור המדבר האט באקומען דאס וואס זיי זענען געווען ביכולות מקבל צו זיין, און מיט די צייט עוואלווד מען צו העכערע באגריפן, און איינמאל ס'ווערט א דבר המובן איז דער פריערדיגע קינדערישע וועג מער נישט רעלעוואנט. א שטייגער ווי דאס ענין פון "א קערפערליכע גאט באגריף.

פילאזאפיע איז א שיינע זאך, אבער עס האט נישט קיין גרויסע שייכות מיט רעליגיע. איך קען גלייבן אין אלע אני מאמין'ס און זיין באהאוונט אין אלע אידישע פילאזאפיעס, אבער פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט בין איך אויסגעליידיגט אויב עס פעלט אין הרגשים און אין מעשים.
השתא דאתית להכי דארף איך פאררעכטן אביסל מיין פריערדיגער סטעיטמענט, אין תנ"ך ווערט יא געלייגט א שטיקל דגוש אויף הרגשים (ואהבת את ה' אלקיך איז טאקע א גוטע דוגמא), כאטש עס קומט אלס בצירוף מיט מעשים, אבער א ציווי אויף ריין מחשבה (גלייב אזוי, טראכט נישט אזוי) איז לידיעתי נישט פארהאן אין תנ"ך.

לעמיל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:18 pm

· #224407
ברסלבער
יאיר
איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך.

ואהבת את ה' אלקיך.

מחשבת פיגול האט געפסלט א קרבן זעט מען אין די תורה איז יא אנגעגאנגען ''מחשבה'' וויאזוי צו טראכטן?

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:22 pm

· #224410
אין די תורה זעט מען עס נישט, אין ש"ס זעט מען עס.

שמערל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:39 pm

· #224454
יאיר, אין סדר דברים זעט מען א היבש אביסל יהדות במחשבה, לדוגמה (נצבים) פן יש בכם שורש פורה ראש ולענה כו' והתברך "בלבבו" לאמר כו' ורבצה בו כו',
(ואתחנן) וידעת היום והשבת אל "לבבך" כו',
(כי תבא) תחת אשר לא עבדת ה' אלקך בשמחה ובטוב לבב מרב כל.
אבער אין די אנדערע ד' סדרים זעט מען נישט קיין זכר פון אזעלכע ענינים, (ומכאן פקרו המינים ר"ל כו').

אבער פונקטליך צו די פרטי האמונה זענען עקרים, ד.ה. אז כופר באמונה ולא במעשה איז נישט קיין איד, צו זיי זענען בלויז נאך מצוות בנוסף צו די מצוות מעשיות, צו אפשר זענען זיי דאס אויך נישט, ד. ה. אז איינער וואס גלייב נישט אין זיי באקומט נישט קיין שום עונש, ווייל אין בו מעשה, דאס זענען זאכן וואס איז נישט קלאר מבואר, ונחלקו בו גדולי הראשונים.

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:35 pm

· #224492
@יאיר ווען איך רעדט דא פון מחשבה און מעשה, מיין איך נישט צו ציווים פון די רעליגיע זענען בעיסד אויף מחשבה אדער מעשה. אוודאי עכ"פ ביי אידישקייט איז די תורה דיו על גבי נייר ציווים מעשיים. די כונה איז אין מעשיים זעלבסט. א מענטש קען טוען מצות מעשיים ליידיג כגוף בלא נשמה, און ער קען עס טוען מיט מחשבה -אדער רוף עס מיט הארץ - מיט א ציהל צו ווערן נענטער צום באשעפער.

ברסלבער
איך זעה נישט די פאדים וואס ציהט פונעם עשי' צו די שלעכטע רעזולטאטן וואס דו ברענגסט.


@ברסלבער ריכטיג, די עשיה ברענגט נישט שלעכטס, אבער א פראסטע מענטש טוט "נאר" עשייה אן הארץ און מחשבה פון אהבה און יראה, ממילא איז זיין דעת ליידיג און פוסט און השחתה האט מקום צו וואקסן.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:56 pm

· #224505
דער חובת הלבבות ווידמעט גאנצעטע בלעטער אויפצואווייזן אז די מצוות הלבבות איז קלאר באשריבן אין תורה נביאים כתובים, עיי"ש ותמצא נחת.

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 7:19 pm

· #224512
ברסלבער
יאיר
איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך.

ואהבת את ה' אלקיך.

קימט די רמב"ם און פרעגט ואיך שייך לצוות על אהבה?
און מאכט אויך פין דעם אן עשיה.

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 7:24 pm

· #224514
אידישקייט איז נישט רעליגיע ס'איז דבר ה' אין מיז נישט שטימען מיט פרי קאנסיוויט מיינאנגען וואס רעליגיע מיינט

לויט די דבר ה,' וואס שטייט און תורה - אויב וועט איינער שאקלען לולב טריקענער הייט האט ער געטון די רצון ה' (הגם נישט בשלימות) אין א צווייטער וואס האט נישט געשאקלט אבער זיין דעת איז געווען קאנעקטעט און איז געפלויגן אין הימל, האט ער נעשט געטון וואס די אייבישטער וויל פין אים.

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:45 pm

· #224539
לֹא תַחְמֹד, בֵּית רֵעֶךָ; לֹא-תַחְמֹד אֵשֶׁת רֵעֶךָ, וְעַבְדּוֹ וַאֲמָתוֹ וְשׁוֹרוֹ וַחֲמֹרוֹ, וְכֹל, אֲשֶׁר לְרֵעֶךָ

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:55 pm

· #224546
יאיר
אריגינעל איז אידישקייט בלויז געווען אין עשייה. איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך. מחשבה אין יהדות איז געווען א פיל שפעטערע היסטארישע אנטוויקלונג.

וצדיק באמונתו יחי'.

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 9:15 pm

· #224549
berlbalaguleh
נולד מאוחר
ווער זאגט אז רעליגיע איז דא בעיקר פאר מחשבה, אפשר איז דע עיקר מעשה.
די חובבת הלבבות פראביערט צי זאגן ווי דיר, איז ער טאקע גערעכט?

ר' נולד מאוחר: דער חובת הלבבות זאגט ענליך, אבער נישט דאס זעלבע וואס ר.וו. האט דא געזאגט. ער (חובת הלבבות) זאגט אז צו צוקומען צו אמונה דורך חקירה איז א געוואלדיגע מעלה. אבער ער טוט נישט אויסשליסן אז אמונה פשוטה, גלייבן אין באשעפער און זיין גרויסקייט, אן חקירה, איז נישט גוט. אבער ער האלט אויכעט אז די מעשים מוזן אויך זיין גוט... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😉 😮


איך רעד נישט פון די חקירה ווערסוס אמונה פשוטה ענין. איך באצו זוך צי די חובבת הלבבות'ס מערכה אז די עיקר פון אידשע רעליגע איז בלב נישט במעשה.

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 9:42 pm

· #224552
אפי' מטרעפט יא אין די תורה געוויסע פסוקים וואס רעדן פון מחשבה, איז עס נאך אלץ נישט מוכרח אז דאס איז ווי די רמב"ם און חובבת הלבבות,אז די עיקר מטרה פון תורה איז דעת און מחשבה.
פאר קיום המעשה פעלט אויס פשוט אויס אהבה און יראה וכד'.

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:46 am

· #224598
כוכב
יאיר
אריגינעל איז אידישקייט בלויז געווען אין עשייה. איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך. מחשבה אין יהדות איז געווען א פיל שפעטערע היסטארישע אנטוויקלונג.

וצדיק באמונתו יחי'.

שיהא משאו ומתנו באמונה.

כוכב » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:31 am

· #224608
נו ווייסן מיר דאך פון בעש'ט אז ווען א איד איז מחליף פרה בחמור טוט זיך אפ יחידים עליונים נאך מער ווי דער וואס לערנט די סוגיא פון מחליף פרה בחמור 😂.

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:34 am

· #224609
למעשה דער בעש''ט איז טאקע נענטער צו פשט התנ''ך ווי די שפעטערדיגע פילאסאפער..

סודני » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:39 am

· #224624
יאיר
אריגינעל איז אידישקייט בלויז געווען אין עשייה. איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך. מחשבה אין יהדות איז געווען א פיל שפעטערע היסטארישע אנטוויקלונג.

עפעס לכאורה פארפעל איך וואס איר מיינט , ס׳שטייט קלאר
שמע ישראל ״ה׳ אחד ״
אונז דארפן וויסן אז עס איז נאר דא איינס אין נישט צווי

סודני » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:46 am

· #224627
אוודאי די פילוסופיא מחשבות איז אסאך שפעטער אויף געקומען, בכלל די געדאנק אז א מענטש האט בכלל א נשמה עולם הבא די אלע זאכן זעעט מען לכאורה נישט בפירוש אין די גאנצע תורה,

נהורא נפישא » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:08 am

· #224632
רויטע, דיין נקודה איז איינע פון די צענטראלסטע טעמעס אין די נביאים, וואו די נביאים באקלאגן זיך אז די אידן טוען די מצוות אויף אן אופן אז זיי קענען אויסנוצן אלע זייערע השחתות מיטן מיטל פון רעליגע, די פראסטרעישאן גייט עד כדי כך אז גאט זאגט דורך דעם נביא, אז איך ברויך נישט די גאנצע עבודה אין ביהמ"ק ( וואס דאס איז די וויכטיגסטע טייל דרך אגב אין רעליגיעזע פראקטעצירונג דאן) נישט קיין קרבנות , נישט קיין פאסטן וואס דעם טאג נוצט מען אויס צו דערקוטשענען די ארימעלייט.
די פסוקים זענען אזוי פול אז איך קען נישט מעתיק זיין גאנץ ישעיה, מיכה וכו'
הפנים רעליגיעזע אידן זענען אלס געווען אזוי, און די מוכיחים בשער דארפן כסדר מוחה זיין דערויף.

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:17 am

· #224636
דער גאנצער חילוק צו אידישקייט איז מחשבה אדער מעשה איז artificial and man made
רעליגיע איז א סטאדי וואס קימט נאך דער פאקט - אידישקייט איז בכלל נישט פאפליכטעט צו רעליגיע און די כללים פין רעליגיע. די גאנצער פרעמיס פין די אשכול איז געבויט אויף א טעות.

גאט, ווער ס'האט דיך באשאפן, זאגט דיר וואס ער וויל פין דיר.
ער זאגט דיר און חלק המעשה חלק הדיבור און אויך חלק המחשבה.
גאט האט נישט שטוידיריט theology איידער ער האט געזאגט פאר זיינע ניבראים וואס ער ערווארט פין זיי.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:32 am

· #224639
אלע קללות קומען וועגן.... תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לב. די מטרה פון מצות מעשיות איז צו ברענגן א מענטש נענטער צו גאט. אויב ס'פעלט מחשבה אין זיין מעשיות, ווערט ער נישט נענטער צו גאט.

די גאנצע שמועס דא איז נישט אויב מחשבה איז די עיקר פון רעליגיע צו מעשה. די שמועס איז אז מעשיות דארף ווערן געטוהן מיט הארץ.. לשם יחוד.. ווייל אויב נישט איז עס א ליידיגע עבודה. אויב די קאפ איז ליידיג פון עבדות ה' ווערט עס פיל מיט השחתה, און דער מענטש איז משחית בשם רעליגיע.

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:39 am

· #224642
אמת, אבער דאס זעלסט איז וואס דער בורא האט געהייסען זיינע נבראים.
ווען די בורא זאל ווען הייסען איך וויל זאלסט טון א ב ג און נישט ווערן נעטער צי מיר איז דאס אויך ok

טאמבל סאס » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 11:21 am

· #226746
[ציטאט אראפגענומען]

אבער האבן אין די זעלבע צייט געפרעדיגט אז מ'זאל קודם פרובירן זיי צו שמד'ן מיט גוטן און די וואס טויפן זיך זאל מען אננעמען מיט ליבשאפט און שעצע. דאס פרעדיגן וועגן הרג'נען איז אויך געווען א טייל פון זייער אידילאגיע. דזשיזעס האט געליטן פאר אונז אויפ'ן צלם; די אידן האבן געקרייציגט אונזער סעוויער; א זונדיגע נשמה וואס גלייבט נישט אינעם דריי דריטליכער גאט איז טויט זיין כפרה א.א.וו.
בכלל, מענטשנ'ס התהנהגות/פערסעפשנס, כלפי אנדערע ראסן, רעליגיעס און אפילו יוצאי חלציהם פון יחידים, פארברעכערס וכדומה, איז אנגעגאנגען פאר דורי דורות, ענדערשער ווי אפשאצן דעם יחיד אין זיין צייט. קענסט מסתמא די באקאנטע פזמון איבערגעחזר'ט אין אלטע ליטעראטור, "אין זיינע אדערען פליסן אידישע בלוט."


[ציטאט אראפגענומען]

ערשטנס ווייל זיי האבן נישט געהאט די אפשריות און נאכדעם ווייל זייער אידיעלאגיע איז געווען דוקא פארקערט. מ'איז דאך אין גלות (אויך א פרינציפ נאכ'ן פאקט).

נהורא נפישא » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 10:29 am

· #233756
@יאיר
ווער הא געשריבען דאס ?
[quote/] עיקרי התורה הנעלים הללו אינם נתונים אלא להכרתו של האדם, לעיונו ולהתבוננותו, בלי לכפות עליו את האמונה. בכל מצוות תורת משה ופקודותיה אין אתה מוצא אף אחת שמצווה: האמן! או אל תאמן! אלא כולם אומרות: עשה! או לא תעשה! על האמונה אין אנו מצווים. כי זו אינה סובלת אלא את הציווי הבא לה בדרך ההכרה.
לפיכך אין לה ליהדות העתיקה שום עיקרי אמונה, הרמב"ם הוא הראשון שעלה במחשבתו להעמיד את דת אבותיו על מספר מסוים של עיקרים רעיון זה, שאינו אלא רעיון, שבמקרה הביא עמו את שלושה-עשר העיקרים של דת ישראל, לעבותות אמונה עדיין לא נעשו.
חסדאי חולק עליהם ומציע שינויים; אלבו מצמצם את מספרם ומבקש להעמידם על שלושה אבות-עיקרים.
בכל אופן אנו היהודים נוהגים במידת השלום והסובלנות על אף הדעות החלוקות:ואם אומנם נתקבלו שלושה-עשר העיקרים של הרמב"ם על רובו של העם, לא נמצא, עד כמה שידוע לי, מי שיאשים במינות את אלבו בעניין זה, עוד לא הסחנו דעת ממאמרם היקר של חכמינו: "אף על פי שאלו אוסרים ואלו מתירים, אלו ואלו דברי אלוהים חיים.[quote]
און ווער האט געשריבן דאס ?
[quote]הערה אחת קטנה אנכי מעיר בעיקר הענין הזה, אשר נתן הרב (הרמב"ם) ז"ל לחקור אחרי ענין לדעת עקרי האמונה ו כאשר עלה לו מתוך חקירתן ראו לקבעם בישראל לחוק עולם ואנכי לא אדע זה מניין אחרי שהרב ז"ל מודה שלא קיבל הדברים איש מפי איש עד מרע" ה לא"כ אין זה מן המקובל באומה[quote/]

יאיר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 6:27 pm

· #233894
דער אור הגוגל האט מיר מגלה געווען אז דאס איז א געוויסער אידישער דענקער מיט'ן נאמען משה מענדלזאהן, וועמען אנדערע רופן רמ"ד.

נהורא נפישא » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 7:45 pm

· #233914
און די צווייטע ציטירונג איז פון שו"ת בשמים ראש להרב שאול ברלין שיחסו להרא"ש.