א חבר דערציילט מיר דאס פאלגענדע.. (איך מיין אז עס איז שוין באשריבן געווארן דא אמאל, איך ווייס נאר נישט וואו. והמלנקקים ילנקקו.)
"ווען איך עס א שטיקל פלייש, רעד איך מיך צונויף מיט די בהמה אדער עוף. איך דמיון פון זיין לעבן, פון אלע זיינע דורכגענג. איך פארשטיי אז ער קען נישט ארויסברענגן אפי' פאר זיך אליין, אלע מצבים זיינע. אבער איך מיט מיין הבנה באלעב זיי. דערנאך באגריס איך דעם בהמה אדער עוף. איך בין מסביר אז יעצט גייט ער האבן אסאך נייע און גאר אונטרעסאנטע מצבים און עקספעריענסעס. ווייל ער גייט ווערן מיך. עס איז א גרויסע שמחה ביי מיר אז איך געב דעם בהמה א מעגליכקייט צו עקספעריענסן מענטשליכע עקספעריענסעס. נישט נאר במחשבה שפיר איך א געוואלדיגע נאענטשאפט צו די בהמה, נאר עס איז בפועל ממש. ער ווערט איך, איך ווער אים. די גרעסטע דרגא פון אהבה געשעהט יעצט. אחדות ממש. עס איז זייער א זיסע עקספעריענס, ווייל וואו באקאנט, איז אהבה די זיסטע זאך וואס איז דא."
ער לייגט דערנאך צו דאס פאלגענדע.
"טייל מאל ווייל איך ליבערשט עסן עפעס וואס האט געהאט פילונגס, ד.ה. א דבר הבא מן החי, ווי איידער פון א צומח. ווייל איך קען מער קאננעקטן צו א בעל חי."
א חבר דערציילט מיר דאס פאלגנדע: יעדן ערב יום כיפור, נעם איך א טשיקן און איך רעד זיך דורך מיט עס. איך דמיון כאילו דער הינדל איז א מענטש, איך וואונדער זיך אפילו אויף די היינטיגע סייענטיסטן אז א טשיקן שטעלן זיי נישט אריין אין די זעלבע קאטעגאריע ווי מענטש, ס'טייטש, ביידע הייסן דאך גבר. איך ככאפ אן דעם הינדל ביי די פליגל, און איך שטיי מיט עס איידעלערהייט. נאכדעם בין איך מסביר פאר דעם הינדל אז איך גיי אים יעצט דרייען ארום מיר, און ער גייט איבערנעמען אלע מיינע עבירות און מיר אויסלייזן פון טויט (ער כאפט נישט אז דאס מיינט ער גייט שטארבן). נאכדעם נעם איך די הינדל, איך דריי אים ארום מיין קאפ און איך זאג אים, דו ביסט מיין אויסטויש, דו ביסט מיין פארצייאונג. הערשט יעצט בין איך אים מגלה און איך שמועס מיט אים ווי צוויי אפענע פריינט, "הער מיך אויס, דו גייסט דא גיין פגר'ן, און אנשטאט דעם וועל איך בלייבן לעבן לחיים טובים ולשלום." איך שטעל מיך פאר ער גייט אויס פאר קנאה, אבער יעצט איז שוין צו שפעט. נאכדעם געב איך אים א שטויס, און איך ערקלער בטוב טעם ודעת אז בעצם וואלט איך אים אראפגעווארפן פון דאך און אים פארשטיינערט, נאר דעמאלט וועט ער זיין טריפה. נאכדעם גיי איך און איך נעם א מעסער און שנייד אפ זיין האלז, און איך עס אים אויף לכבוד יום טוב.
ווען אימער איך עס פלייש און איך זעה כאילו בעל הבשר עומד כנגדי, ווער איך פארעקלט און קען נישט ווייטער עסן. איך מוז גענצליך מסיח דעת זיין פון דעם מגושמ'דיגן בהמה.
ומהאי טעמא פארנעם איך נישט קיין פצעי וואס האט די פיסלעך אזוי גלוי לעין כל...
יאיר , ואין קץ לדברים שטחיים. פון כוכב האב איך נישט ערווארטעט בעסערס. אחוץ אז איך וועל אים ווייזען אז עס שטייט אין א ספר. קליינע פיצעלע אותיות פארגעצויגען
יאיר , ואין קץ לדברים שטחיים. פון כוכב האב איך נישט ערווארטעט בעסערס. אחוץ אז איך וועל אים ווייזען אז עס שטייט אין א ספר. קליינע פיצעלע אותיות פארגעצויגען
פארדעם האב איך אים געגעבן מיין חבר'ס נוסח וואס שטייט יא אין א ספר 🙂
פארוואס זאלן מיר נישט רעדן פין דעם רעיון כשלעצמו? קען א מענטש ליב האבן א בעל חי, ווי למשל א הונטל? קענען מיר אוועקנעמען אלה הנחות קדימות, און זעהן ווי די בריאה טוישט און עוואלווט פון איין מין באשטאנדטייל צו א צווייטע? קענען מיר זעהן אז אהן די דמיונדיגע אנוכיות, האבן מיר נישט קיין פראבלעם אז דאס געשעהט?
איז דאס נישט די טיפע נקודה פון דאס וואס א יחיד קען זיך טאטאל אוועקגעבן פאר א כלל? ער זעהט נאר א כלל, ער זעהט נישט קיין פרטיותדיגער אנוכי. איז דאס נישט די איינציגסטע הסבר פארוואס קאנט זאל זיין גערעכט אז מען דארף טוהן די מערסטע גוטס פארן גרעסטען ציבור? פשוט ווייל ער זעהט נישט די פוסטע דמיון פון אנוכיות. ממילא נעמט מען אין באטראכט דאס גאנצע מציאות, און מען מאכט דעם חשבון לויט דעם.
אמת אז מיר האלטען נישט ביי דעם. אבער עס איז רצוא ושוב. ולרגעים תבחננו. דעמאלט ווען די אנוכיות איז נישט אזוי מחולק מיט אט דעם עמקות, קען מען זיך אפשר דערקייקלן, א רגעלע דא און א רגעלע דארט צו אן אפס קצהו פון אמת'ר אחדות.
נישט ממש בתורת ראיה און מופת חותך. מער בתורת איבעצייגונג אז מיר אלע האלטן אזוי בעצם. מיר זעהן נישט קיין רשעות מצד דעם גאלדשמיד. נאר אויב מיר שטעלן אוועק עפעס א מיסטעריעזן 'איך', און מיר שפירן זייער באחריות דיג דערויף. איך פרעג צו איז דער 'איך' טאקע אזוי מוכרח?
דערנאך האב איך געפרעגט, צו מען קען פארשטיין די גאנצע אידייע פון א יחיד זיך אוועקגעבן פאר א ציבור, אהן מבטל זיין דעם מיסטעריעזן דמיון פון אנוכיות? ממה נפשך, אויב זאגסטו אז בעצם איז טאקע אסאך בעסער אביעקטיוו גערעדט, אז פון בהמות זאל ווערן מענטשען, נאר דיין פראבלעם איז אז דער פרטיותדיגע בהמה איז נישט מסכים צום געשעפט. אים גייט נישט אהן די אביעקטיווער פאקט, ער ווייל מען זאל אים לאזן לעבן און שוין. אויב אזוי איז די זעלבע טענה דא פאר סיי וועלכן יחיד אז ער זאל קיינמאל נישט מקריב זיין פון זיין אנוכיות לטובת הציבור. מצד זיין סוביעקטיווער אנוכיות וויל ער פשוט לעבן און הנאה האבן, און פטור אן עסק. נאר ווען ער פארקוקט דעם תורת האנוכיות, קען ער קוקן דעם אביעקטיווער בילד אז מיר פארשטיין אז דאס איז די יושר מצד דעם יחידותדיגער מענטש, פארוואס נישט מצד דעם בהמה
דערנאך האב איך געפרעגט, צו מען קען פארשטיין די גאנצע אידייע פון א יחיד זיך אוועקגעבן פאר א ציבור, אהן מבטל זיין דעם מיסטעריעזן דמיון פון אנוכיות? ממה נפשך, אויב זאגסטו אז בעצם איז טאקע אסאך בעסער אביעקטיוו גערעדט, אז פון בהמות זאל ווערן מענטשען, נאר דיין פראבלעם איז אז דכר פרטיותדיגע בהמה איז נישט מסכים צום געשעפט. אים גייט נישט אהן די אביעקטיווער פאקט, ער ווייל מען זאל אים לאזן לעבן און שוין. אויב אזוי איז די זעלבע טענה דא פאר סיי וועלכן יחיד אז ער זאל קיינמאל נישט מקריב זיין פון זיין אנוכיות לטובת הציבור.
לאמיר פרעגן פארקערט, קען מען פארשטיין די איידיע פון א יחיד זיך אוועקגעבן פאר'ן ציבור אן אנהאלטן די אנוכיות? אויב איז נישטא קיין אנכיות איז נישטא קיין אהבה, נישטא קיין אחדות. ס'איז פלעין איין גרויסע דומע שטיק. אויבן אויף איז טאקע אין הכי נמי, מען קען נישט צווינגען א יחיד זיך מקריב צו זיין פאר'ן ציבור, וכבר דשו בה רבים והעלו חרס בידם.
אויפ'ן ערשטן צד דארף מען זאגן פונקט אזוי אז די מענטשן זזאלן צושמאלצן ווערן פאר די בהמות, וואס איך האב שוין געשריבן. אויפ'ן צווייטן צד ביסטו כשר גערעכט, נאר דעמאלט איז נישט ריכטיג עס צו איינוויקלען אין א מלבוש כאילו מען מיינט דא עפעס א העכערע ליבע פון די בהמה. אויסער אויב דאס אליין איז אויך א חלק פון די אנוכיות 😂.
כדי דו זאלסט האבן טענות פארוואס מען הרגעט א בהמה אדער מענטש, דארפסטו בהכרח האלטן אז עס איז דא אן ערך, א value, אין זייער קיום, פון אן אביעקטיוון פערספעקטיוו. איז אדרבא, זאג דו מיר וויאזוי דו שאצט אפ אז עס איז א גרעסערער ערך, מער valuable, אז דער מענטש, בהמה, אדער חפץ, זאל עקזיסטירן, ווי איידער זיי זאלן פארטיליגט ווערן. געדענק, איך רעד נישט מצד זייער אנוכיותדיגער פערספעקטיוו. מען רעדט דא פון אן אינדרויסענדיגע אביעקטיווער אפשאצונג. איינמאל מיר וועלן האבן א מושג אין די אביעקטיווער value פון עקזיסטירן, איבער נישט-עקזיסטירן, וועלן מיר קענען דערנאך באטראכטען די הייערארכיע פון value. מיר וועלן טאקע קענען אפשאצען צו עס איז בכלל דא מער אביעקטיווער ערך פון איין זאך איבער דעם צווייטען.
ובאופן פשוט, פארשטיי איך נישט דיין שאלה. האלטסטו נישט אז מען דארף ענדערש ראטעווען איינשטיין ווי א בהמה?
אגב, מיר זענען אריין אין א זייטיגע נושא. דו פרעגסט ווער זאגט א מענטש האט מער ערך ווי א בהמה, ווארעם, אדער שטויבל. איך הער. אפשר קענען מיר for the sake of this discussion, אננעמען אז עס יא דא א סדר ערכים. און דו וועסט אהן א ספיקות ענדערש ראטעווען א מענטש ווי א בהמה.
איז מיין טענה צוריק במקומו. אויב ווילסטו אז דער יחיד זאל ארויסקוקן פון זיין סעלפיש אנוכיותדיגער בליק, און זיך רעכענן מיט דעם ציבור, און ווי אויך מיט דעם בהמה, דארף מען מצד די בהמה מאכן דעם זעלבן חשבון. מען דארף קוקען אויף אלעם מיט אן אביעקטיווער בליק. דאן פון א ריין אביעקטיווער בליק, דארף א יחיד זיך אוועקגעבן פאר א ציבור, און א בהמה דארף זיך אוועקגעבן פאר א מענטש.
אויב ווייטער זאגסטו אז די יושר איז אז די בהמה דארף נישט קוקן אביעקטיוו, ער מעג זיך רעכענען נאר מיט זיין סעלפיש אנוכיות, טא פארוואס זאל איך יא קוקן אביעקטיוו? איך וועל אויך מאכן אלע מיינע חשבונות לויט מיין סעלפיש אנוכיות, און ויאכלו אנוכיים וישבעו.
כ'מיין אז מען מישט אויס "וועליו" (ד.ה. ווער עס איז וויכטיגער צו לעבן, צי א בהמה ווערט נדחה פאר מענטש), מיט דעם ענין פון "ליבשאפט". איך מיין דאס זענען 2 באזונדערע מושגים, מי נדחה מפני מי איז א בדיעבד גדול, נישט קיין ענין פון אהבה.
ביי די גוי'אישע וועלט איז דא א מושג אז מענער ווערן נדחה מפני פרויען און קינדער, עיי' ערך טיטאניק שיף וכדומה (וואס איך האלט אז עס האט נישט קיין שום הגיון, ואכמ"ל), הלכה זאגט אנדערש, אין דוחין נפש מפני נפש, אבער לכו"ע וואס האט דאס מיט דעם אז ווען א מענטש עסט אויף א בהמה וועלכע וואלט יעצט געקענט לעבן פראנק און פריי אז ער איז זיך מקשר צום בהמה מיט ליבשאפט?
קען זיין מיין אומפארשטענדעניש קומט מפני קוצר המשיג, אבער ולא הביישן למד.
איז דאס נישט די איינציגסטע הסבר פארוואס קאנט זאל זיין גערעכט אז מען דארף טוהן די מערסטע גוטס פארן גרעסטען ציבור? פשוט ווייל ער זעהט נישט די פוסטע דמיון פון אנוכיות. ממילא נעמט מען אין באטראכט דאס גאנצע מציאות, און מען מאכט דעם חשבון לויט דעם
דאס איז דער הסבר פון Jeremy_Bentham ועמו John_Stuart_Mill די גרינדער פון שיטת Utilitarianism א היפש אפגעפרעגטע, אינעם היינטיגן היומען רעכטן עפאכע. קאנט איז בפירוש מחולק אויף די שיטה און נעמט אן אז מאראלישע פליכטן שטייט פאר זיך אליינס אנע קאנסעקווענצן.
בנוגע דעם שמועס צו ס'איז בעסער פאר די בהמה צו ווערן א חלק פון דעם מענטש, דענק איך אז מ'האט פארפאסט א נקודה: דאס אנוכיות'דיגער אדער אומ'אנוכיות'דיגער - לאמיר דאס אנרופן דעם "אבסטראקטער" כח הרצון -, איז שוין לאנג נישטא ווען דאס פארציע איז מונח לפניו. אויב ס'איז שייך אויף עפעס א וועג צוברענגן אז די נקודה פנימי פונעם בהמה זאל ווירקליך אריינגיין אינעם מענטשן דאן וואלט איך געהערט א טענה אז די בהמה ווערט נתעלה דורך אהבה.
כדי דו זאלסט האבן טענות פארוואס מען הרגעט א בהמה אדער מענטש, דארפסטו בהכרח האלטן אז עס איז דא אן ערך, א value, אין זייער קיום, פון אן אביעקטיוון פערספעקטיוו. איז אדרבא, זאג דו מיר וויאזוי דו שאצט אפ אז עס איז א גרעסערער ערך, מער valuable, אז דער מענטש, בהמה, אדער חפץ, זאל עקזיסטירן, ווי איידער זיי זאלן פארטיליגט ווערן. געדענק, איך רעד נישט מצד זייער אנוכיותדיגער פערספעקטיוו. מען רעדט דא פון אן אינדרויסענדיגע אביעקטיווער אפשאצונג. איינמאל מיר וועלן האבן א מושג אין די אביעקטיווער value פון עקזיסטירן, איבער נישט-עקזיסטירן, וועלן מיר קענען דערנאך באטראכטען די הייערארכיע פון value. מיר וועלן טאקע קענען אפשאצען צו עס איז בכלל דא מער אביעקטיווער ערך פון איין זאך איבער דעם צווייטען.
ובאופן פשוט, פארשטיי איך נישט דיין שאלה. האלטסטו נישט אז מען דארף ענדערש ראטעווען איינשטיין ווי א בהמה?
אגב, מיר זענען אריין אין א זייטיגע נושא. דו פרעגסט ווער זאגט א מענטש האט מער ערך ווי א בהמה, ווארעם, אדער שטויבל. איך הער. אפשר קענען מיר for the sake of this discussion, אננעמען אז עס יא דא א סדר ערכים. און דו וועסט אהן א ספיקות ענדערש ראטעווען א מענטש ווי א בהמה.
איז מיין טענה צוריק במקומו. אויב ווילסטו אז דער יחיד זאל ארויסקוקן פון זיין סעלפיש אנוכיותדיגער בליק, און זיך רעכענן מיט דעם ציבור, און ווי אויך מיט דעם בהמה, דארף מען מצד די בהמה מאכן דעם זעלבן חשבון. מען דארף קוקען אויף אלעם מיט אן אביעקטיווער בליק. דאן פון א ריין אביעקטיווער בליק, דארף א יחיד זיך אוועקגעבן פאר א ציבור, און א בהמה דארף זיך אוועקגעבן פאר א מענטש.
אויב ווייטער זאגסטו אז די יושר איז אז די בהמה דארף נישט קוקן אביעקטיוו, ער מעג זיך רעכענען נאר מיט זיין סעלפיש אנוכיות, טא פארוואס זאל איך יא קוקן אביעקטיוו? איך וועל אויך מאכן אלע מיינע חשבונות לויט מיין סעלפיש אנוכיות, און ויאכלו אנוכיים וישבעו.
דיין גאנצער טענה איז שייך אויף א מענטש וואס האט נישט געגעסן דריי טעג און ער וויל אונטערהאלטן זיין חיות מיט א חפץ וואס לדעתו האט א קלענערע ערך ווי אים, א בהמה אדער זיין אוטיסטיש קינד למשל. אבער דער ערך אין דער בריאה לגבי א לעבעדיגע מאמע אקס וואס מוקעט און אינזשיוט לייף, צו דיין "הנאה" האבן פון שטיקל געבראטען סטעיק אין טעלער "אנשטאט א טופי סענדוועדזש" איז בשום אופן נישט קיין פארגלייך. פון יעדע אביעקטיווי בליק וואס די וועסט נישט קוקען איז נישט קיין גרעסערע ערך אז דיינע צעלן זאלן זיך מחדש זיין דוקא מיט א לעבעדיגע בהמה וואס וואלט נאך געקענט הנאה האבן פון לעבן נאך א צוואנציג יאר. זאל דער מענטש זיך פאראייניגען מיט ירקות אנשטאט לעבעדיגע בריאים ווי לאנג ער האט נישט קיין ברירה. קצרתי אבל אני מקווה שלא תפספס הנקודה.
שמעקי, בנימין, איך האב גערעדט בענין סולם הערכים, ווייל יאיר האט געפרעגט פארוואס איז נישט גוט אז א בער זאל אויפעסן א מענטש. אוודאי איז אבער די עיקר נקודה פון מיין חבר, די ענין פון אהבה. שטעל דיך פאר אז דו ביסט מציע פאר א בהמה צו ווערן אסאך מער ערכי, אסאך מער וועליועבל, ער קען ווערן א מענטש. האסטו אפי' א צד אז ער וועט זיך נישט צוכאפן דערצו? פון אן אביעקטיווער שטאנדפונקט איז דאס נישט בעסער? אלע בהמות שרייען און וויינען צו מיין חבר, עלי יניח צדיק את שיניו, איך וויל זיין "אים".
עפעס שפיר איך אז מען איז אביסל מפספס דעם נקודה דא. " די בהמה ווערט א מענטש, רבותי. יא עס איז אזוי ווי א caterpillar ווערט א butterfly."
עפעס כאפט זיך אריין א רעיון פון אנוכיות, וואס מיר טיילן צו אזוי גוטהארציג צו די בהמות. דעריבער ליארעמט מען קעגען די בהמה עסערס. אמת טאקע אז די אלע חלקים פון די בהמה ווערן מער סאפיסטיקירט, ווייל זיי ווערן טראספארמירט צו מענטשליכע חלקים, אבער געוואלד, וויינען די וועדגעטעריענס, די אנוכיות פון די בהמה ווערט אבער פארלוירן.
שרייען אבער די מענטשען צוריק, על הראשונים אנו מצטערים. מיר מענטשען שרייען אגאנצען טאג אז מיר ווילן ארויסקריכן פון די פארקרומטע סעלפישנעס, פון אנוכיות. מיר ווילן אז איך, דו, און יעדער, זאלן זיך מקריב זיין פאר דעם שאיפה פון פארלירן אונזער אנוכיות. קומט איר וועדגעטעריענס אבער צו גיין און שטעלט אוועק אז די בהמה שפירט גאר אן אנוכיות? און אז מיר דארפן אויפארבעטן אין אונזער מוח, א דמיון פון אנוכיות אויך פאר דעם בהמה?
הערט אויף צו פראדשזעקטען אייערע פעלערס און פארקרומטע דמיונות אויף די אומשולדיגע שעפעלעך. אנוכיות האט נישט קיין אביעקטיווער אמת, עס איז א מענטש געמאכטע דמיון. אהן דעם דמיון, זעהן מיר די בריאה אלס איין הערליך גרויסע מאשין. יענקל, בערל, און געצל, אקס, שאף, און רינדער, זענען אלע פונקט אזא חלק פון דעם מאשין. נישט קיין נפקא מינה אז געצל איז גראדע "איך". די בעסערונג פון יעדע פרט פון דעם מאשין מצד דעם פרט, איז ווען עס ווערט טראנספארמירט צו א מער סאפיסטיקירטע פרט.
פארגעס פון אנכיות און פארמעק נשמה אבער א concsious פון א בעל חי ווערט פארטויט פון די בריאה און עס ווערט נישט נתחדש עפעס נוצלך אנשטאט דעם מיר בלייבן איבער מיטן איין ישיות (מענטש) אנשטאט צוויי ישות, א מענטש מיט א בהמה. משל למה הדבר דומה עס איז ווי איינער זאל צושמאלצען די אייזן פון זיין זייגער און עס נוצן צו מאכן אן איי פאון מיטן אויסרייד אז ער איז סך הכל מעלה די ניצוצות אין ער פאר-העכערט די ערך פונעם זייגער מיט דעם וואס ער מאכט פון אים אן אייפאון, וואס איז אודאי נישט ריכטיג ווייל פאר די בריאה איז אוודאי בעסער אז זאלסט נוצן אנשטאט דעם רויע אייזן און עס זאל עקזעסטירן ביידע ישות א זייגער מיט אן אייפאון.
הייסט עס, דו פארשטייסט אויך אז די זייגער כשלעצמו פריידט זיך אז זי איז געווארן חשובער, און באקומען מער ערך. דיין דאגה איז נאר אז עס איז נישט ריכטיג מצד די בריאה. ביסטו אויב אזוי גארנישט ברוגז אויף מיין חבר וואס שפירט ליבשאפט צו אט דעם זייגער/בהמה, ביים איר צוגעבן אזויפיל מער ערך, צוברעכענדיג/שעכטענדיג די זייגער/בהמה, און מאכט פון איר א אייפאן/מענטש.
מצד דיין זארג פאר די בריאה, ווייטער, מיין איך אז אינעם גרויסען און לאנגען בילד איז מען גארנישט מגרע אין די ערך, די net value, פון די בריאה כולה.
די ecology system, פונקציאנירט זייער פיין. עס איז בדרך כלל דא א גוטער באלאנס וויפיל פון יעדע מין בהמה חיה ועוף, די וועלט דערהייבט. לויט וויפיל עס דערהייבט, אזויפיל איז דא.
די פשוטער פאקט איז אויך, אז דער מענטש שטעלט צו פאר די בריאה א סומע פון אסאך מער זייגערס/בהמות, ווי ווען עס וואלט געווען אהן די מענטש'ס מנהג פון צוברעכן/שעכטן די זייגערס/בהמות. קומט אויס אז סיי די זייגער כשלעצמו פריידט זיך, און סיי די בריאה איז גארנישט ברוגז.
נישט נאר איז די בריאה נישט ברוגז אויף די מהלך פון עסן בהמות, זי פריידט זיך גאר. ווייל מיט אזא סיסטעם איז קיין depletion, (גרעון) פון בהמות נישטא, מכח טעמים הנ"ל, וואס איז אבער יא געשעהן איז אז עס איז דא א גרופע באשעפענישן וואס באקומען מער ערך, דורך דעם סיסטעם. די מין האדם.
די מין האדם האט ערווארבען א נייע הנאה, עסען בהמה פלייש. וואס האט אין זיך כמה וכמה הנאות. לדוגמא, די טעיסט, און אויך די מעגליכקייט פאר די מענטש צו שפירן ליבע און קאננעקשן צום בהמה בשעת ער איז איר מעלה און גיבט איר מער ערך, ביים מאכן איר פאר א מענטש. קיין שום גרעון פאר די מין הבהמה, צוזאמען מיט א תוספת מעלה פאר די מין האדם, איז א net gain פאר די בריאה.
הייסט עס אז די בהמה איז נישט א פשוטער מאשין צוזאמגעשטעלט פון אירע פיזישע חלקים? דעריבער ביסטו נישט צופרידען ווען אלע פיזישע חלקים אירע ווערן טראנספארמירט אין מער סאפיסטיקירטע סיסטעמס.
ביי א זייגער אדער קאמפיוטער וואס מען נעמט אסאך פון אירע באשטאנדטיילן און מען מאכט עס מער סאפיסטקירט, ביזטו מסכים אז דיין טענה איז נישט רעלעוואנט, איא?
איז דען די קאנשעסנעס פון א בהמה מער ווי די 'קאנשעסנעס' פון א קאמפיוטער?
אדער האלטסטו אז א בהמה האט א נשמה?
ד.ה. דו שפירסט אז אחוץ פון אירע פיזישע באשטאנדטיילן, וואס אויף דעם ביסטו מסכים אז זיי באקומען מער שוויות ווען זיי ווערן א חלק פון א מער סאפיסטיקירטע סיסטעם, האט דער בהמה נאך עפעס צו זיך. אט פאר דעם 'נאך עפעס' ביסטו באזארגט. פיזישע חלקים איז אלעס גוט, אבער די 'נאך עפעס' וואס איז נישט פיזיש, איז פארלוירן. א נישט פיזישע רוחניותדיגע מין איידענטיטי פון דעם בהמה. דאס רופט זיך 'נשמה', ניין?
מיר וועלן דעמאלט מיזן אריינקריכן אין דיין הבנה פון נשמת הבהמה. ווערט אט די נשמה בטל ומבוטל ווען די גוף פון די בהמה שטארבט? ווען קומט אריין אט די 'נשמה' צו די פשוטע פיזישע און כעמישע צוזאמגעשטעלטע מאשין, וואס רופט זיך בהמה? ביי inception, נאך די ארבעים יום של יצירת הוולד, אדער גאר ביים רגע של לידה?