לך בשלום, אלכסנדר, תנוח בשלום על משכבך
94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7184
סימפל[ציטאט אראפגענומען]
איך וועל איבער זאגן מיין פוינט נאכאמאל. ( פאר דיר, אלעס! )
עס איז א מציאות׳דיגער און פשוטער זאך, אז ווען די לייגסט אריין א גוטע בחור פאר א פאר יאר אין א גוטע סביבה, ווי עס איז דא אסאך א העכערע אטמאספער, פעסטע מגיד שעורים, vs א פאר יאר אין א עוורעזש סביבה. וועט ער ווערן א גרעסערע מתמיד, א גרעסערע ירא שמים, און א גרעסערע עובד.
איך האב עס קלאר געזען מיט מיינע אייגענע אויגן.
און איך האב געזעהן מיט מיינע אויגן ווי גוטע בחורים וואס האבן געלערנט אין אלכסנדר זענען ארויסגעקומען שוואכער ווי זיי זענען אריין, ווייל זיי האבן נישט באקומען קיין שום אינקארידשמענט דארט. אין א געהעריגע ישיבה וואלטן זיי סאך מער אויסגעשטיגן וויסענדיג אז זיי זענען פון די בעסטע אבער אין אלכסנדר זענען זיי בטל געווארן.
להוי ידוע איך האב אויך געלערנט אין איינעם פון די מצוינים ישיבות איך קען זאגן אז פינף און ניינציג פראצענט בחורים זענען געווען מצוינים ממש, די בעסטע פון די כיתה פ וו וואו זיי זענען געקומען.
מה עשה הקב'ה, איינמאל זיי זענען אריין אין א ישיבה שכולו מצוינים האבן זיי פארלוירן דעם גלאנץ וואס איז פארכאפט געווארן דורך די דריי עילויים פון דער כתה, זיי האבן זיך געשפירט געקלאפט און א גרויסער רוב האט אפגעקוואקעט די ישיבה קטנה יארן.
די קנאת סופרים איז שטירן אפפאל, אין יעדע מצוינים כיתה ווערט געשאפן נייע טערמינען פון מצוינים און בינונים און בחורים וואס זענען באמת מצוינים ווערן אינגאנצן צעבראכן און פאלן ארויס, א זאך וואס וואלט נישט געשען ווען ער בלייבט ווען אין זיין קהלה'ס מוסד.
געפעלט מיר ווי א חלק עולם ניצט כסדר דא די מורי הוראות און דיינים אלץ מעסטער צו א ישיבה איז סוקסעספול צו נישט. רוב מורי הוראות וואס איך קען, און איך קען אסאך, זענען גרויסע אמאראצים אין אפלערענן געזונט א שטיקל גמרא מיט ראשונים און לאסוקי שמעתתא בהלכה מיט ארויסהאבן ריכטיג די יסודות און אירע לומדות און סברות. מיט לומדות מיין איך נישט דוקא ר' חיים אדער ר'ברוך בער, נאר אפלערנען א מחלוקת קצות און נתיבות זיך דערגרונטעווען צו דעם שפיץ המחלוקת וואס איז געווענליך תלוי און א לומדישע הגדרה. אדער אפי' א לומדות פון א ש"ך און א מג"א, מער מפורש: איך מיין חזו"א סטייל. און ס'איז פשוט פאר יעדער בר דעת אז אין ישיבות למציוניים לייגן מער דגוש אויף זייער תלמידים און דעם הינזכיט און פארשטייצעך אויך אז עס איז דא פלפול חברים אויף א העכערע גראד און אטאמאטיש ווערט דער מוח מער אויסגעשארפט.
מען קען אין דעם אסאך מאריך זיין נאר א דוגמא קטנה וועל איך אייך געבן, נעמט למשל רוב מורי הוראות פון מאנסי און פרובירט מיט זיי אדורךגיין א פרישע שאלה וואס איז פריש אפירגעקומען, אן קיין שבט הלוי אדער חת"ם סופר אדער מהר"מ שי"ק איז ער ווי אן דער הויזן. הרב יוסף זילבער דיין ד'ווין מאנסי איז מן הסתם פון די איינציגסטע מורי הוראה אין מאנסי וואס איז ביכולת זיך ארפאזעצן שרייבן אן אייגענע תשובה און כמעט יעדע נושא וואס ער וועט דורך טאן און עס וועט זיין אויסגעהאלטן מסברה ומגמרא אזוי ווי זיין ספר גביע כסף זאגט עדות אויף אים. און דאס איז ווייל ער האט געלערנט אין סאלאבאדקע און ער האט פשוט שטאדירט ווי אזוי מען דערגרונטעוועט זיך און א סוגיא. יעצט קיינער זאגט נישט אז מען קען נישט טרעפן קיין לומדים אדער געזונטע מורי הוראות וואס זענען אויפגעוואקסען אין סאטמאר אדער און אן אנדערע חסידות אזוי ווי קיינער וועט נישט אפלייקענען אז מען קען טרעפן א געלונגענער פראפעססער וואס האט נישט געלערענט אין יעיל אדער הארוועד, מען רעדט בדרך כלל און יעדע'ס מאל איז דא א יוצא מן הכלל.
נעמט אפילו געדרוקטע ספרים נעמט למשל א משנת שבת פון הארפענס א קעגן א מגילת ספר פון רויזנטאל אדער אדער פרי מגדים המבואר פון הרב גראסס אקעגן אן ארחות שבת פון הרב גלויבר אדער אויף רבית, מאנדל א קעגן דברי סופרים, א קיצור און איין ווארט סאיז נישט קיין פארגלייך.
לסיכום
און ישיבות למציונים לערנט מען אויס ווי אזוי צו לערענן און ישיבות בינוניים לערנט מען. א בוגר ישיבות מציונים קען זיך איין טאג זעצן לערנען א בוגר ישיבות בינוניים קען זיך נישט אויסלערענן ווי אזוי צו לערענן.
במחשבה שניה קען זיין עס האט נישט אזוי ווייט מיט די מציונים חלק עס איז פשוט א מצב אז אין ישיבת למציונים לערנט מען געווענליך מער לומדיש מיט די בחורים אבער דאס אליין אומר דרשני פארוואס טאקע? אפשר איז פשוט לייכטער צו לערנען לומדות מיט אחבורה גוטע קעפ ווי מיט א כתה 20 בחורים וואס רוב דערפון זענען מבינוני ולמטה.
עס האט מיר געזאגט א אינגערמען וואס זיין זיידע מיט טאטע זענען באקאנט אלס ת"ח. נאטירלעך איז ער געגאנגען אין א מצויינים באמבע ישיבה-אלכסנדר.
זיין זיידע פלעגט לערנען מיט אים יעדער שבת וואס ער האט געלערנט א גאנצע וואך.
די גאנצע לימוד וואס ער האט געלערנט עיון, האט געדויערט וויינעגער ווי א שעה. זיין זיידע האט אים געפרעגט וואס האט מען געטוהן א גאנצע וואך? אבער ער האט נישט געהאט וואס צו פארקויפן.
ער איז נאך די ערשטע ווינטער זמן ארויס פון דארט, און אריין אין א חסידות ישיבה ווי מען לערנט גאנץ פיין, ער איז אינגערמאן א תלמיד חכם.
יתרו
לסיכום
און ישיבות למציוניים לערנט מען אויס ווי אזוי צו לערענן און ישיבות בינוניים לערנט מען. א בוגר ישיבות מציוניים קען זיך איין טאג זעצן לערנען א בוגר ישיבות בינוניים קען זיך נישט אויסלערענן ווי אזוי צו לערענן.
במחשבה שניה קען זיין עס האט נישט אזוי ווייט מיט די מציוניים חלק עס איז פשוט א מצב אז אין ישיבת למציוניים לערנט מען געווענליך מער לומדיש מיט די בחורים אבער דאס אליין אומר דרשני פארוואס טאקע? אפשר איז פשוט לייכטער צו לערנען לומדות מיט אחבורה גוטע קעפ ווי מיט א כתה 20 בחורים וואס רוב דערפון זענען מבינוני ולמטה.
נישט ריכטיג,
זיל ובדוק וועסטו זעהן אז אין די חסידות ישיבות לערנט מען גאנץ גוט אויס צו לערנען. גיי קיין וויזניץ (רב רפאל שור) סקווירא, קווינס (רב לייפער), באבוב, בעלזא, וויזניץ ב"ב, וועסטו זעהן אז מען לערנט שוין איין מאל וויאזוי אויס צו לערנען
יתרו קודם למתן תורה בא.
בנוגע גביע כסף, סאיז טאקע פון די בעסערע ספרים אבער ווען סקומט צו חשבון א סוגיא אדער ביי א זאך וואס פאדערט א העמקה למשל טאקע אין ספרי חזון איש, טרעף איך נישט זיין הבנה ספעציעל.
דיין טענה אז מלערנט זיך אויס לערנען איז אמת אין טעאריע, אין פאקט זענען רוב מגידי שיעור אויבערפלעכליכע לומדים וואס פארטעמען דעם קאפ פון זייערע תלמידים מיט אויבערפלעכליכע לומדות חקירות שונות ומשונות און סתם שטותים און בויך קרעמפן אנשטאט זיך אויס לערנען דורכאקערן א סוגיא לאמיתה של תורה.
און מרא דעלמא, ווי קען מען זיך אויס לערנען לערנען פון הרב קיוויאט, וואס לערנט אנדערטהאלבן בלאט א זמן ווען יעדע רש"י האט צוויי און פערציג פשטים וואס מדארף זיין אן אסטראנאמאר צו קענען אנטשידן איינס פונעם צווייטן.
איז דאס די תורה וואס מ'האט געגעבן ביים בארג סיני?
זעהט מיר עפעס אויס מען דארף קודם מחליט זיין וואס איז דאס א ישיבה וואס איז דער תכלית דערפון וואס דארף א בחור דארט צו טוהן וואס הייסט א גוטער בחור א מצוין וואס הייסט א שוואכערער בחור. דער שמועס דא הענגט עפעס אויף אזוינע ליפטיגע הנחות וועגן דעם וואס איך קען נישט אפילו קלאר לייגען די הענט דערויף.
איך וועל פלעין מאכן א שטיקל ליסטע פון פארשידענע אנדערע זאכען וואס קען זיין.
1- א ישיבה איז א בית חינוך. איר תפקיד איז מחנך זיין בחורים זיין ערליכע אידען. על פי זה איז א גוטע בחור דער וואס קומט יעדער טאג אין צייט צו דאווענען און איז מער ווייניגער א פאלגעדיגער און א גוטע ישיבה לויט ווי שטרענג דער משגיח איז און וויפיל קאנטראל ער האט (גאנץ א מוגזמ'דיגע זאך צו פאדערן פון א טיננעידזשער, אבער שוין)
2- א ישיבה איז א בית תלמוד. די מטרה דערפון איז לערנען תורה אויף ווי מער א שטערקערע אופן. על פי זה איז א גוטע בחור ווער עס איז מער בעל כשרון (א זאך וואס בדרך הטבע איז נאר די העכסטע צאל פראצענט פון די מענטשהייט), און א גוטע ישיבה איז ווי מער די מגידי שיעור זענען גדולי תורה. שטייצעך צו דעם פאדערט זיך אויך התמדה, און אינטערעס אין דער לימוד.
3- א ישיבה איז א בעיביסיטער פאר אלע בחורים פון די בר מצווה ביז די חתונה זיי זאלן נישט חלילה זיך דרייען אויף די גאס (נאר יונגעלייט מעגן ארבעטן יעדן טאג אין די גאס און קאליע ווערן). לפי דעם איז א גוטע בחור וויפיל שעות ער טרעפט זיך בין כתלי הישיבה. און א גוטער ישיבה ווי מער אנגענעם עס איז צו זיך דרייען דארט (א גוטע קעכער, שפילט מען אמאל באל דארט).
עפעס זעהט מיר אויס די ישיבות טאנצען אויף די אלע חתונות ויצא העגל הזה.
איר זענט גערעכט לגבי קיוויאט איך רעד אין אלגעמיין. איך וואלט געזאגט רוב מגידי שיעורים אין גוטע ישיבות זענען יא צו די זאך (איך קען נישט אלעסנדר). און אפילו אז נישט איז צומאל גענוג דער אווירה צו מאכן א ווינט אז מען לערנט צו פארשטיין מען לערנט איכות און נישט כמות און דער פלפלול חברים איז משלים וואס דער מגיד שיעור פארפעלט.
4- א ישיבה איז א האבי און א מאני מעיקינג מאשין פאר א יונגערמאן אדער בנשק וואו ער זאל קענען זעטיגן זיין דורשט פאר מאכט און אויסגעבן זיינע קאפריזן שונים ומשונים געוואנדן לויט וועלכע זייט ער איז יענע טאג אויףגעשטאנען.
ראש הישיבהיתרו
לסיכום
און ישיבות למציוניים לערנט מען אויס ווי אזוי צו לערענן און ישיבות בינוניים לערנט מען. א בוגר ישיבות מציוניים קען זיך איין טאג זעצן לערנען א בוגר ישיבות בינוניים קען זיך נישט אויסלערענן ווי אזוי צו לערענן.
במחשבה שניה קען זיין עס האט נישט אזוי ווייט מיט די מציוניים חלק עס איז פשוט א מצב אז אין ישיבת למציוניים לערנט מען געווענליך מער לומדיש מיט די בחורים אבער דאס אליין אומר דרשני פארוואס טאקע? אפשר איז פשוט לייכטער צו לערנען לומדות מיט אחבורה גוטע קעפ ווי מיט א כתה 20 בחורים וואס רוב דערפון זענען מבינוני ולמטה.
נישט ריכטיג,
זיל ובדוק וועסטו זעהן אז אין די חסידות ישיבות לערנט מען גאנץ גוט אויס צו לערנען. גיי קיין וויזניץ (רב רפאל שור) סקווירא, קווינס (רב לייפער), באבוב, בעלזא, וויזניץ ב"ב, וועסטו זעהן אז מען לערנט שוין איין מאל וויאזוי אויס צו לערנען
יצאתי ובדקתי און וואס זאל איך זאגן דער למדן פון ר' מנדל אטיק'ס ישיבה שטייגט איבער מנה אחת אפיים דער למדן פון וויזניץ סקווער (און קווינס אוודאי). עס טוט וויי אבער דאס איז דער אמת. און סאיז לאו דוקא ווייל ר' מנדל אטיק איז א גרעסערער למדן ווי ר' רפאל שור (וואס בדרך אגב, ער איז) נאר ווייל דער אווירה און דער רמה איז גענצליך אנדערש. מן הסתם ווען דער ר' רפאל וואלט ווען פארגעלערנט אין אלכסנדר צו און עני אנדערע ישיבה למציונים וואלטן זיינע שיעורים אנדער אויסגעזעהן פשוט ווייל דער טשעלענדש און קאסטאמער דימענד איז אנדערש.
יתרונאר אפלערנען א מחלוקת קצות און נתיבות זיך דערגרונטעווען צו דעם שפיץ המחלוקת וואס איז געווענליך תלוי און א לומדישע הגדרה. אדער אפי' א לומדות פון א ש"ך און א מג"א, מער מפורש: איך מיין חזו"א סטייל.
געב מיר א בעסערע הגדרה, ווייל די תורה איז נישט געגעבן געווארן בזמנו פונעם חזון איש, און ס'איז געווען למדנים בעפאר אויך
איך בין נישט אזא למדן, צו קענען צונעמען דיינע ווערטער, אבער א בלאט לערנער מיט בעסיק מפרשים מהרש"א פני יהושע מהר"ם שיף איז אויך א תלמיד חכם אפילו ער דערגרונטעוועט זיך נישט צו די שפיץ פון די מחלוקה, ס'איז יתכן אז די נקודה וואס דו רעדסט האבן אנדערע אנגערופן סברות כרסיות
יתרוראש הישיבהיתרו
לסיכום
און ישיבות למציוניים לערנט מען אויס ווי אזוי צו לערענן און ישיבות בינוניים לערנט מען. א בוגר ישיבות מציוניים קען זיך איין טאג זעצן לערנען א בוגר ישיבות בינוניים קען זיך נישט אויסלערענן ווי אזוי צו לערענן.
במחשבה שניה קען זיין עס האט נישט אזוי ווייט מיט די מציוניים חלק עס איז פשוט א מצב אז אין ישיבת למציוניים לערנט מען געווענליך מער לומדיש מיט די בחורים אבער דאס אליין אומר דרשני פארוואס טאקע? אפשר איז פשוט לייכטער צו לערנען לומדות מיט אחבורה גוטע קעפ ווי מיט א כתה 20 בחורים וואס רוב דערפון זענען מבינוני ולמטה.
נישט ריכטיג,
זיל ובדוק וועסטו זעהן אז אין די חסידות ישיבות לערנט מען גאנץ גוט אויס צו לערנען. גיי קיין וויזניץ (רב רפאל שור) סקווירא, קווינס (רב לייפער), באבוב, בעלזא, וויזניץ ב"ב, וועסטו זעהן אז מען לערנט שוין איין מאל וויאזוי אויס צו לערנען
יצאתי ובדקתי און וואס זאל איך זאגן דער למדן פון ר' מנדל אטיק'ס ישיבה שטייגט איבער מנה אחת אפיים דער למדן פון וויזניץ סקווער (און קווינס אוודאי). עס טוט וויי אבער דאס איז דער אמת. און סאיז לאו דוקא ווייל ר' מנדל אטיק איז א גרעסערער למדן ווי ר' רפאל שור (וואס בדרך אגב, ער איז) נאר ווייל דער אווירה און דער רמה איז גענצליך אנדערש. מן הסתם ווען דער ר' רפאל וואלט ווען פארגעלערנט אין אלכסנדר צו און עני אנדערע ישיבה למציונים וואלטן זיינע שיעורים אנדער אויסגעזעהן פשוט ווייל דער טשעלענדש און קאסטאמער דימענד איז אנדערש.
האסט דאך אזוי גוט אהנגעכאפט ר' מנדל אטיקס ישיבה. איך געדענק ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל, האבן זיך ארום געדרייט די אטיק בחורים מיט אזא גאוה, אז עס האט זיי נישט געפאסט צו רעדן מיט חברים וואס לערנען אים אנדערע ישיבות. איך האב אליינס געהאט דארט עטליכע באקאנטע.דו פארשטייסט דען א סוגיא על בוריא? דו פארשטייסט דעם אן עומק אין א ראשון? זיי האבן דאס נישט געזאגט, אבער דאס האט זיך געזאגט אין זייערע מעשים.
איך האלט שוין מער ווי צעהן יאר שפעטער, און איך קען זייער סאך תלמידים לשעבר פון דארט, אבער 'קיין איינער' וואס איז אין די תורה ליין. קיין איינער. נישט קיין ראש הישיבה, נישט קיין מג"ש, נישט קיין משגיח, אפילו נישט קיין (עמראצעישע) דיין. קען זיין אז בשעת ער לערנט דארט קען בעסער דרייען מיט די פינגער, ער קען אפשר בעסער די 'רייד' פון די סוגיא. אבער נישט אויף התמדה בשעת מעשה קומט ער צו די רעגלמעסיגע ישיבות. און אויף לאורך ימים קומט ער נישט צו צי די פראצענטן וואס בלייבן ביין תורה ליין.
הלא דבר הוא
עס איז א געבלאזענע באללאן
איך האב געהאט דריי חברים אין אטיק, איינער פליפט הייזער אין בושוויק, איינער מענעזשט א אלד עיזש האום און דער דריטער איז אין כולל און איז ביזי מיט ר' אהרן ר' זלמן לייב.
די פאונט איז די איינציגסטע זאך וואס די באמבע ישיבות פארקויפן איז א פרייד אין גאוה.
ווי
@בר דעת האט אהנגעהויבן די אשכול:
לך בשלום, אלכסנדר, תנוח בשלום על משכבךא ישיבה, אנדערש ווי א קאמפאני, דארף צושטעלן רוחניות און האט נישט די רעכט צו קלויבן צווישן כשרונות.
כוכבאיך האב געהאט דריי חברים אין אטיק, איינער פליפט הייזער אין בושוויק, איינער מענעזשט א אלד עיזש האום און דער דריטער איז אין כולל און איז ביזי מיט ר' אהרן ר' זלמן לייב.
און איך האב געהאט דריי חברים אין סאטמאר איינער איז א רועה זונות דער צווייטער שרייבט ליקוטים אויף שמירת עינים און דער דריטער איז ביזי אין כולל מארגן זיין די באסעס פאר יעדע עצרת מחאה און הפגנה.
אשר על כן? מען רעדט פונעם בחור בשעת ער גרעדיועט פון ישיבה, וואס זענען זיינע קענטיניסן און ווי מבושל ער איז אז אויב האלט ער ביים לערנן ווייטער. דאס וואס ער האט דיסיידעט צו פליפן הייזער ווייזט נישט גארנישט איבער זיין בגרות אין לערנען.
ראש הישיבה
איך האלט שוין מער ווי צעהן יאר שפעטער, און איך קען זייער סאך תלמידים לשעבר פון דארט, אבער 'קיין איינער' וואס איז אין די תורה ליין. קיין איינער. נישט קיין ראש הישיבה, נישט קיין מג"ש, נישט קיין משגיח, אפילו נישט קיין (עמראצעישע) דייןן
איך קען יא. בכלל די גאנצע איידיע צו מעסטן די סוקסעסס פון א ישיבה לויט וויפיל מגידי שיעורים אדער משגיחים זיי האבן ארויסגעגבן איז א פאלשע צוגאנג, א מגיד שיעור און א משגיח מיינט נישט אז ער איז א געלונגענער לערנער.
בדרך אגב אויב וואוינסטו אין בארא פארק כאפ דיך אריין אין אמונת ישראל עס לערנען דארט א חבורה פון צען צוואנציג תלמידי אטיק זייער רמה און לערנען און קאווערן מקצועות לעומקה ולרחבה פארשטעקט רוב מורי הוראות און מגידי שיעורים וועם איך קען.
שרייבעריתרונאר אפלערנען א מחלוקת קצות און נתיבות זיך דערגרונטעווען צו דעם שפיץ המחלוקת וואס איז געווענליך תלוי און א לומדישע הגדרה. אדער אפי' א לומדות פון א ש"ך און א מג"א, מער מפורש: איך מיין חזו"א סטייל.
געב מיר א בעסערע הגדרה, ווייל די תורה איז נישט געגעבן געווארן בזמנו פונעם חזון איש, און ס'איז געווען למדנים בעפאר אויך
איך בין נישט אזא למדן, צו קענען צונעמען דיינע ווערטער, אבער א בלאט לערנער מיט בעסיק מפרשים מהרש"א פני יהושע מהר"ם שיף איז אויך א תלמיד חכם אפילו ער דערגרונטעוועט זיך נישט צו די שפיץ פון די מחלוקה, ס'איז יתכן אז די נקודה וואס דו רעדסט האבן אנדערע אנגערופן סברות כרסיות
און אנדערע ווערטער זאגסטו אז חזון איש איז מלא סברות כריסיות. קען זען אז ביזט גערעכט. למעשה האט זיך תורה עוואלוואד און די מהלך ביי רוב ענענסטע לערענער היינט איז דער חזון איש צוגאנג נישט חת"ם סופר און פני יהושע'ס סארי פאר די דיסעפוינטמענט.
דער חזון איש איז בכלל נישט די ריכטיגע כלי מדה פאר דרכי הלימוד. זיינע ספרים זענען פון די טיפסטע און שווערסטע הלכה ספרים אמאל געשריבן געווארן און זענען בכלל נישט קיין נחלת הכלל סיידן אפאר באקאנטע שטיקלעך ווי עפענען באטלעך אום שבת און אז לעקטער איז משום בונה וכו'.
איידער מען קריגט זיך ארום וועלכע ישיבה גיבט ארויס בעסערע למדנים, זאל מען קודם עסטאבלישן וואס באדייט א למדן. איז א למדן איינער וואס קען פופצן בלאט פון ש"ס פלוס די באקאנטע סברות פון ר' חיים, שערי יושר און קובץ שיעורים, און אין צוגאב קען ער דערגיין די סברא פון יעדע פאלשע אדער אמת'ע קוועטש אין רשב"א? איינער וואס קען ש"ס גמרא רש"י בעל פה? איינער וואס קען הלכות שבת און בשר בחלב מיט פרי מגדים'ס?
כוכבדער חזון איש איז בכלל נישט די ריכטיגע כלי מדה פאר דרכי הלימוד. זיינע ספרים זענען פון די טיפסטע און שווערסטע הלכה ספרים אמאל געשריבן געווארן און זענען בכלל נישט קיין נחלת הכלל סיידן אפאר באקאנטע שטיקלעך ווי עפענען באטלעך אום שבת און אז לעקטער איז משום בונה וכו'.
דער חזון איש איז דער כלי מדה! און ער איז שוין איינמאל נחלת הכלל. עס איז "דער" ספר און מהלך וואס רוב לומדים (עכ"פ אין א"י) וואס נעמען זייער לומדות א טריט ווייטער צו מקצועות אין הלכה און בלייבן נישט און ארבעה אבות נזיקים אדער קדשים נוצן אלץ זייער וועג ווייזער און רבי. למעשה רוב רובו פון א"י כוללים (כולל יוצאי תלמידי פונוביז מיר בעלזא וכו') איז דער חזון איש דער וועג ווייזער פארן עפענען א סוגיה און ניין נישט נאר פאר עפענן באטלעך (וואס אגב האט ער נישט קיין שטיקל אויף דעם, נאר אויף א טאנא קען וואס איז גאר אנדערש ווי א באטעל). לדוגמא אין הלכות שבת: איז מוקצה, ל"ט מלאכות וכו' און עירובין: מחיצות, תחומין וואס ער איז דער גרונדשטיין וועם יעדער נוצט. אזוי אויך אין סוכה ציצית תפילין אפגערעדט פון טהרות כוללים וואס איז נישטא קיין אנדערע אחרונים כמעט. די איינציגסטע מקצוע וואס חזון איז איז שוואך (דהיינו וואס מען נוצט עם נישט געהעריג) כמעט איז יורה דעה ווי בשר בחלב און הלכות נדה און עס איז דאס סבות פארוואס ואון די וואס קאנצעטרירן זיך מער אויף די תערובות חלקים ווי ספקות און חזקות אדער די וואס קאנצטירירן זיך אויף וסתות אין הלכות נדה נוצן אים יא.
יאיראיידער מען קריגט זיך ארום וועלכע ישיבה גיבט ארויס בעסערע למדנים, זאל מען קודם עסטאבלישן וואס באדייט א למדן. איז א למדן איינער וואס קען פופצן בלאט פון ש"ס פלוס די באקאנטע סברות פון ר' חיים, שערי יושר און קובץ שיעורים, און אין צוגאב קען ער דערגיין די סברא פון יעדע פאלשע אדער אמת'ע קוועטש אין רשב"א? איינער וואס קען ש"ס גמרא רש"י בעל פה? איינער וואס קען הלכות שבת און בשר בחלב מיט פרי מגדים'ס?
ווי איך האב שוין דעפינירט און מיינע פריעדיגע תגובות מיינט א למדן איינער וואס איז ביכולת אפצולערנען א סוגיא כהלכה ארויסהאבן די סברות דקות וואס זענען מחלק דעם רשב"א פונעם ריט"בא ביזן ר"ן אז ער זאל שולט זיין דערין עד כדי כך ער זאל קענן שרייבן אן עסיי אויף א נייעם שאלה און דעם נושא אין ער קענען נוצן אלע זיינע ידיעות אהערצושטעלן א דבר המושלם. א שטיקל חזון איז איז איז דער בעסטער דוגמא ווי אזוי אזא עסיי דארף אויסזעהן.
און יא ווי מער דקותדיג ער האט ארויס דעם האקעלע מחלוקה פונעם רשב"א און דעם ריטב"א אדער פונעם קצות אונ דער נתיבות אדער דער חזון און ר' חיים אלץ מער למדן איז ער. פארשטייט זיך אז אלעס רעדט מען אז עס גייט אריין אין כלל פון נארמאל אפלערענען וואס עס שטייט נישט מחדש זיין חידושים וואס שטייט נישט און שטימט נישט ווי מאנכע האבן געטוען (ומהם כמה גדולי ראשי ישיבות).
@ יתרו אויף הל' שכירות וקבלנות און הל' חנוכה איז אויך נישטא קיין חזון איש.
בעניי האב איך נישט געטראפן אז דער עיקר מחלוקת הראשונים זאל זיין באזירט אויף סברא, עס איז געווענליך געבויעט אויף דעם וועג וויאזוי זיי האבן אפגעלערנט די גמ' און די סברא קענסטו שוין צושטעלן נאכדעם.
אזוי שרייבט דער אבני נזר, אז עיקר דרך הלימוד איז בירור השיטות היינו כל שיטה ושיטה האיך יפרש את הגמ'.
כוכבאיך האב געהאט דריי חברים אין אטיק, איינער פליפט הייזער אין בושוויק, איינער מענעזשט א אלד עיזש האום און דער דריטער איז אין כולל און איזי ביזי מיט אהרן זלמן לייב.
@כוכב, לפי דעם קומט אויס אז אטיק גיבט ארויס צוויי דריטל געלונגענע תלמידים וואס די וועלט האט עפעס פון זיי...
.
יתרויאיראיידער מען קריגט זיך ארום וועלכע ישיבה גיבט ארויס בעסערע למדנים, זאל מען קודם עסטאבלישן וואס באדייט א למדן. איז א למדן איינער וואס קען פופצן בלאט פון ש"ס פלוס די באקאנטע סברות פון ר' חיים, שערי יושר און קובץ שיעורים, און אין צוגאב קען ער דערגיין די סברא פון יעדע פאלשע אדער אמת'ע קוועטש אין רשב"א? איינער וואס קען ש"ס גמרא רש"י בעל פה? איינער וואס קען הלכות שבת און בשר בחלב מיט פרי מגדים'ס?
ווי איך האב שוין דעפינירט און מיינע פריעדיגע תגובות מיינט א למדן איינער וואס איז ביכולת אפצולערנען א סוגיא כהלכה ארויסהאבן די סברות דקות וואס זענען מחלק דעם רשב"א פונעם ריט"בא ביזן ר"ן אז ער זאל שולט זיין דערין עד כדי כך ער זאל קענן שרייבן אן עסיי אויף א נייעם שאלה און דעם נושא אין ער קענען נוצן אלע זיינע ידיעות אהערצושטעלן א דבר המושלם. א שטיקל חזון איז איז איז דער בעסטער דוגמא ווי אזוי אזא עסיי דארף אויסזעהן.
אויב דאס איז דער דעפיניציע פון א למדן ווייס איך נישט פון קיין איין ישיבה כהיום הזה וואס לערנט אויף אזא מהלך. פון אלע מיינע חברים וואס האבן געלערנט אין סיי וועלכע ישיבה אין אמעריקע אדער א"י ווייס איך נישט קיין איינעם וואס איז געווארן גענוג געבויט צו קענען נוצן זיינע לומדות סברות אין נזיקין לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא אין או"ח אדער יו"ד, נוסח חזון איש אדער אגלי טל (דאס מיינט נישט אז עס איז נישטא, פשוט איך האב עס נאכנישט באגעגנט).
אין שרידי אש האב איך אמאל געטראפן א לאנגער סימן, וואו עס שטייט אז ווען הגרי"י וויינבערג האט ארויסגענומען זיין סמיכה אין בערלין איז דער סדר געווען אז דער עומד להוראה האט באקומען א שאלה און ער האט אליין געדארפט מברר זיין די הלכה פון סוגיות הש"ס. אפשר זאל מען דאס מתקן זיין היינטיגע צייטן אלס א פארהער נאך יעדן זמן. דער מגיד שיעור זאל פרעגן עטליכע שאלות אין די סוגיות און די תלמידים זאלן דארפן מברר זיין די שאלה דורכ'ן אפלערנען די סוגיות.
אגב, דיין למדן דארף נאר האבן די פאטענציאל צו קענען אפלערנען א סוגיא ווי דו ערווארטסט אים, אדער ער דארף פאקטיש האבן אפגעלערנט א חלק ניכר פון די סוגיות הש"ס אויף דעם אופן?
יאיר וואס? קיינער? און פון מיר האסטו אינגאנצן פארגעסן? 😉
ערנסטערהייט, זהעט מיר אויס מוגזם אייער קביעה. אוודאי ישנם רבים כאלה. אפשר נישט ווי דער חזון איש אבער גענוג אויף זיך צו רעכענען מיט זיי. פון וועלכע ישיבה דווקא ווייסיך נישט.
כוכב@ יתרו אויף הל' שכירות וקבלנות און הל' חנוכה איז אויך נישטא קיין חזון איש.
בעניי האב איך נישט געטראפן אז דער עיקר מחלוקת הראשונים זאל זיין באזירט אויף סברא, עס איז געווענליך געבויעט אויף דעם וועג וויאזוי זיי האבן אפגעלערנט די גמ' און די סברא קענסטו שוין צושטעלן נאכדעם.
אזוי שרייבט דער אבני נזר, אז עיקר דרך הלימוד איז בירור השיטות היינו כל שיטה ושיטה האיך יפרש את הגמ'.
כוכב, איך קען נישט מער מחולק זיין. א סברה שטעלט מען נישט צו נאכדעם וואס מען ענדיגט! א סברה גראבט מען ארויס פון דיוק אין א לשון פון א ראשון, פון הכרחים אין שיטות פון סתירות אין חשבונות, מען איז בונה און סותר ביז מען קומט צו צום ריכטיגן סברה (שטייצעך וואס ליגט די מערסטע אינעם לשון פונעם ראשון אדער אחרון)
יד ביד מיטן בירור און סידור השיטות.
מסתבר איז אז דאס מיינט דער אבני נזר, אויב מען קוקט ווי אזוי זיין אגלי טל קוקט אויס.
פון לעיקוואוד האב איך אינגאנצן נישט גערעדט, עס איז נישט אין אמעריקע און נישט אין א"י 😂
איך האב גערעדט פון מיינע חברים פון ישיבה, מעגליך אז אנדערע האבן אנדערע עקספיריענסעס. (גראדע אין ספרים פון היינטיגע מחברים האב איך שוין יא געזען עכט גוטע לערנער).
אבער איך מיין בכלליות אז קיין איין ישיבה לערנט נישט אויף אזא אופן, און אויב איינער איז יא אויסגעוואקסן אן אמת'ער למדן איז עס געווען טראץ די ישיבה און נישט א דאנק די ישיבה, אדער אפשר אויב זיי האבן געלערנט אין די ישיבה וואו דער חזון איש איז אויסגעשטיגן 🙂.
אה, איך האב שיער פארגעסן. היינטיגע בחורים ווייסן גענוי ווי אזוי צו מוציא זיין לדינא אלע וויכטיגע שאלות אויב א בית יעקב מיידל איז מקדש על מנת די געלט איז אין די שטר אדער אינדרויסן פון די שטר.
יאיריתרויאיראיידער מען קריגט זיך ארום וועלכע ישיבה גיבט ארויס בעסערע למדנים, זאל מען קודם עסטאבלישן וואס באדייט א למדן. איז א למדן איינער וואס קען פופצן בלאט פון ש"ס פלוס די באקאנטע סברות פון ר' חיים, שערי יושר און קובץ שיעורים, און אין צוגאב קען ער דערגיין די סברא פון יעדע פאלשע אדער אמת'ע קוועטש אין רשב"א? איינער וואס קען ש"ס גמרא רש"י בעל פה? איינער וואס קען הלכות שבת און בשר בחלב מיט פרי מגדים'ס?
ווי איך האב שוין דעפינירט און מיינע פריעדיגע תגובות מיינט א למדן איינער וואס איז ביכולת אפצולערנען א סוגיא כהלכה ארויסהאבן די סברות דקות וואס זענען מחלק דעם רשב"א פונעם ריט"בא ביזן ר"ן אז ער זאל שולט זיין דערין עד כדי כך ער זאל קענן שרייבן אן עסיי אויף א נייעם שאלה און דעם נושא אין ער קענען נוצן אלע זיינע ידיעות אהערצושטעלן א דבר המושלם. א שטיקל חזון איז איז איז דער בעסטער דוגמא ווי אזוי אזא עסיי דארף אויסזעהן.
אויב דאס איז דער דעפיניציע פון א למדן ווייס איך נישט פון קיין איין ישיבה כהיום הזה וואס לערנט אויף אזא מהלך. פון אלע מיינע חברים וואס האבן געלערנט אין סיי וועלכע ישיבה אין אמעריקע אדער א"י ווייס איך נישט קיין איינעם וואס איז געווארן גענוג געבויט צו קענען נוצן זיינע לומדות סברות אין נזיקין לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא אין או"ח אדער יו"ד, נוסח חזון איש אדער אגלי טל (דאס מיינט נישט אז עס איז נישטא, פשוט איך האב עס נאכנישט באגעגנט).
אין שרידי אש האב איך אמאל געטראפן א לאנגער סימן, וואו עס שטייט אז ווען הגרי"י וויינבערג האט ארויסגענומען זיין סמיכה אין בערלין איז דער סדר געווען אז דער עומד להוראה האט באקומען א שאלה און ער האט אליין געדארפט מברר זיין די הלכה פון סוגיות הש"ס. אפשר זאל מען דאס מתקן זיין היינטיגע צייטן אלס א פארהער נאך יעדן זמן. דער מגיד שיעור זאל פרעגן עטליכע שאלות אין די סוגיות און די תלמידים זאלן דארפן מברר זיין די שאלה דורכ'ן אפלערנען די סוגיות.
אגב, דיין למדן דארף נאר האבן די פאטענציאל צו קענען אפלערנען א סוגיא ווי דו ערווארטסט אים, אדער ער דארף פאקטיש האבן אפגעלערנט א חלק ניכר פון די סוגיות הש"ס אויף דעם אופן?
איך האב געלערנט אין כוללים אין ארץ ישראל איך קען זאגן אז מער ווי האלב עולם פונעם עולם יוצאי פונביז און סאלבאדקע ביאן בעלזא קארלין זענען געווען ביכולת צו טוען אזא זאך למחצה לשליש ורביע. ס'איז נישט אזוי שווער ווי די מאכסט עס.
אויף דיין צווייטע שאלה, א למדן איז איינער וואס האט די פאטענציאל, א תלמיד חכם איז איינער וואס האט אפגעלערנט א חלק ניכר און מקצועות הלכה אויף דעם אופן .
יאיראיידער מען קריגט זיך ארום וועלכע ישיבה גיבט ארויס בעסערע למדנים, זאל מען קודם עסטאבלישן וואס באדייט א למדן. איז א למדן איינער וואס קען פופצן בלאט פון ש"ס פלוס די באקאנטע סברות פון ר' חיים, שערי יושר און קובץ שיעורים, און אין צוגאב קען ער דערגיין די סברא פון יעדע פאלשע אדער אמת'ע קוועטש אין רשב"א? איינער וואס קען ש"ס גמרא רש"י בעל פה? איינער וואס קען הלכות שבת און בשר בחלב מיט פרי מגדים'ס?
דן ווייסט טאקע נישט דעם חילוק צווישן אן עמקן און א חמור נושא ספרים אדער דו מאכסטעך טעמיש.
עס איז די בערך זעלבע חילוק פון יאיר ביז דער (פינטעל) איד. 😉
אין ישיבות לערנט מען נישט אזוי אבער למעשה גיבן זיין די פאטענציעל פאר א בחור צו קענען ניצן זיינע כשרונות אויב ער וויל ווייטער שטייגן אויף דעם מהלך.
בדרך אגב אין סלאבאדקע ישיבה און אין תפרח לערנט מען מיט בחורים ממש דעם מהלך פון לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא בעיון. די סבה איז ווייל זיי פאררופן זיך אלס חזון איש'ניקעס. די אנדערע ווערן קלוגער אין כוללים.
ביי אונז פלעגט מען שמועסן אז די וואס כאפן נישט די ישיבשע עמקות זעצן זיך ארויף אויפן חזו'א...
כוכביאיראיידער מען קריגט זיך ארום וועלכע ישיבה גיבט ארויס בעסערע למדנים, זאל מען קודם עסטאבלישן וואס באדייט א למדן. איז א למדן איינער וואס קען פופצן בלאט פון ש"ס פלוס די באקאנטע סברות פון ר' חיים, שערי יושר און קובץ שיעורים, און אין צוגאב קען ער דערגיין די סברא פון יעדע פאלשע אדער אמת'ע קוועטש אין רשב"א? איינער וואס קען ש"ס גמרא רש"י בעל פה? איינער וואס קען הלכות שבת און בשר בחלב מיט פרי מגדים'ס?
דן ווייסט טאקע נישט דעם חילוק צווישן אן עמקן און א חמור נושא ספרים אדער דו מאכסטעך טעמיש.
עס איז די בערך זעלבע חילוק פון יאיר ביז דער (פינטעל) איד. 😉
עס זענען דא אזויפיל מיני עמקנים. ביי דעם סאטמארן איד איז עס א שיינע קרעפל פשט'ל און א פרי מגדים סטיל לערנער, ביי א ליטוואק איז עס איינער וואס קען זאגן די מערסטע פאני גדר אויף דער חילוק צווישן שברים און תרועה. מיט פינף הונדערט יאר צוריק האט א עמקן און למדן געהייסן איינער וואס קען נאכזאגן א חילוק און מאכן א פארפלאנטערטע לשיטתיה. און מיט פופצן הונדערט יאר צוריק האט א געלונגענער למדן געהייסן איינער וואס קען מחדש זיין א קנאקעדיגע חסורי מחסרא ווען צוויי משנה'ס שטימען נישט.
כוכבביי אונז פלעגט מען שמועסן אז די וואס כאפן נישט די ישיבשע עמקות זעצן זיך ארויף אויפן חזו'א...
אדער דער וואס איז נישט סובל סברות וואס זעצן זיך נישט אריין און קיין לשונות, אין שטימן נישט אין קיין חשבונות און די סוגיא, און ועל כולם וואס זענען ווייט כרחוק מזרח ממערב פון וואס דער ראשון אדער אחרון האט געמיינט.
יתרושרייבעריתרונאר אפלערנען א מחלוקת קצות און נתיבות זיך דערגרונטעווען צו דעם שפיץ המחלוקת וואס איז געווענליך תלוי און א לומדישע הגדרה. אדער אפי' א לומדות פון א ש"ך און א מג"א, מער מפורש: איך מיין חזו"א סטייל.
געב מיר א בעסערע הגדרה, ווייל די תורה איז נישט געגעבן געווארן בזמנו פונעם חזון איש, און ס'איז געווען למדנים בעפאר אויך
איך בין נישט אזא למדן, צו קענען צונעמען דיינע ווערטער, אבער א בלאט לערנער מיט בעסיק מפרשים מהרש"א פני יהושע מהר"ם שיף איז אויך א תלמיד חכם אפילו ער דערגרונטעוועט זיך נישט צו די שפיץ פון די מחלוקה, ס'איז יתכן אז די נקודה וואס דו רעדסט האבן אנדערע אנגערופן סברות כרסיות
און אנדערע ווערטער זאגסטו אז חזון איש איז מלא סברות כריסיות. קען זען אז ביזט גערעכט. למעשה האט זיך תורה עוואלוואד און די מהלך ביי רוב ענענסטע לערענער היינט איז דער חזון איש צוגאנג נישט חת"ם סופר און פני יהושע'ס סארי פאר די דיסעפוינטמענט.
כ'האב נישט געזאגט אז חזון איש איז סברות כרסיות, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געלערנט חזון איש, אבער איז חזון איש נישט חתם סופר און פני יהושע, מיינט נאך נישט אז איינער וואס קען נישט מאכן חלוקות ווי חזון איש סטייל איז נישט קיין תלמיד חכם, וכאמור, די תורה איז געגעבן געווארן פארן חזון איש
ס'איז מיין מיינונג אז די טיפע טיפע תורות און הערליכע סברות וואס איך האב ג'לערנט אין די עליטע ישיבות זענען בערך אזוי אמת לאמיתה של תורה ווי די קוועטשערייען אין די משנה ברורה וואס איך האב געהערט און מיין ליטווישע כולל. מ'קען עס אפילו נישט אנרופען טעאריע. ס'איז אפשר ארטיסטיש און געוואלדיג שיין אבער ממש שקר מיסודו.
ס'האט נישט קיין שום פשט זיך איינצוטענען מיט ניקס וואס אמתדיג גלייבען אז בני תורה וואס לערנען ללמוד על מנת לעשות, לאמיר זאגן טאקע נישט אויף די דרגה פון א חזון איש, אבער ספענט גאנצע זמנים מעמיק זיין אויף שטיקער מחצית השקל, לעמקו של הלכה און זענען זיך מסדר זייערע לימודים כשלחן עורך, הלכה למעשה, נישט א האדזש-פאדזש פון תורהלעך, אז זיי זענען כחמור נושא כלים. ווי מ'רעדט פון תהלים יידן.
ענטץ זענטץ אזוי סעלף עבזארבד, נישטא וועם צו רעדן צו. קיינער איז נישט אינדערהיים.
ווי זאגט דוד סאנדיק פון דרייצען עוועניו;
"Nebech I know what I'm talking about"
ממה נפשך, דער גוטער בחור דארף נישט קיין פחד פון פליען, ער איז דאך ממילא א מצויין וואס זיצט און לערנט; ווידעראום דער טראבל מעיקער וועט נאר פראדוצירן ערגערע צרות זייענדיג אינדרויסן פון ישיבה.
די האקסט א טשייניק דא אויסגעמישט מיט שטותים, הבלים און דמיונות. אזויווי יעדע גרויסע ישיבה, זענען אלץ געווען דארט שקצים און אויך עד היום הזה. ווילאנג מלכות סאטמאר איז געווען בתוקפו האט מען זיך נישט צוטון געמאכט פון וואס דער אדער יענער זאגט. מ'איז געווען צופרידן אז ביים כ"ו אב סעודה קען מען פראקלאמירן אז אונז האמיר די מעכטיגסטע ישיבה און אז ביי אונז קלאפט מען צען טויזענט אייער א טאג!
שפעטער, אין די מיטעלע נ' יארן האט זיך אנגעהויבן קאמפעטישאן ווען בארא פארק האט געעפענט אן אייגענע ישיבה (דעמאלטס איז געווען די דרשה הידוע פון מהר"א) אין אפאר יאר שפעטער האט זיך געעפנט קווינס ישיבה. זייער אסאך עלטערן ובתוכם ארונים האבן מער נישט געוואלט אהין שיקן די קינדער. דעמאלטס זענען זיי געווען אין א פארלעגענהייט און באשלאסן אז כדי צו ראטעווען די ישיבה וואס איז פוחת והולך דארף מען מאכן דראסטישע שינויים (דעמאלטס איז געקומען די דרשה וועגן כמות/איכות).
עכ"פ, מיט אלכסנדר האט עס גארנישט געהאט.
בד"וו, אלכסנדר האט נישט געהאט קיין ישיבה גדולה ביז 10 - 15 יאר צוריק.
דריידלדי האקסט א טשייניק דא אויסגעמישט מיט שטותים, הבלים און דמיונות.
בד"וו, אלכסנדר האט נישט געהאט קיין ישיבה גדולה ביז 10 - 15 יאר צוריק.
די האקסט א טשייניק דא אויסגעמישט מיט שטותים, הבלים און דמיונות.
נישט ישיבה גדולה. ווילאנג ר' ליב גורעליק איז דארט געווען פלעגט זיך די כיתה צעפאלן נאך די פערדע יאר.
די פערדע יאר איז ישיבה גדולה