אשכול אן א טיטל #7178
238 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7178
שמעקעדיגעס ווערט באריכטעט אז ארום 6,000 אייסיס קעמפער זענען שוין אויסגע'הרג'עט געווארן דורכן באהאגלען זיי מיט מיסילס וכדו'.
בלייבט נאר איבער צו ואוונטשן, כן יאבדו.
אינטערעסאנט, אמעריקא איז מיט חיזבאלא אויף איין זייט שלאגענדיג אקייגן אייסיס.
דער שכןשמעקעדיגעס ווערט באריכטעט אז ארום 6,000 אייסיס קעמפער זענען שוין אויסגע'הרג'עט געווארן דורכן באהאגלען זיי מיט מיסילס וכדו'.
בלייבט נאר איבער צו ואוונטשן, כן יאבדו.
אינטערעסאנט, אמעריקא איז מיט חיזבאלא אויף איין זייט שלאגענדיג אקייגן אייסיס.
מיין נישט אז אמעריקא און איהרע אליאירטע האבן עקאמפלישט מיט דעם וואס די רוצחי החיזבאלא שטעלן זיך צו צום אמעריקאנער זייט און טראכט נישט אז חיזבאלא זענען מיטאמאל געווארן "בעלי מדות" מאך נישט דעם פאטאלער טעות! זיי זענען בכלל נישט אויסן פאר אונזער טובה דא און יעדע מאוו וואס זיי טוען מיינען זיי דעם אייגענעם אגענדע אנגעפולט מיט בלוט און נוצן אויס דעם געלעגנהייט צו שלאגן זייער אייגענע געפאר מיטן גאנג פון מדין מואב, זיי זענען מערדער וואס געבן נישט קיין שין יוד טית צו טוהן די זעלבע מערדעריי וואס די אייסיס טוען און פונקט שטייען זיי די אייסיס אין וועג ווייל זיי זענען פון אנדערע סעקטע'ס /גלויבונגען און זענען פריילעך צו אביסל ארויסהעלפן דעם קאמפיין, געב עס א יאר נאך וואס אייסעס גייט אונטער (בקרוב בס"ד) און קענסט ערווארטן זייערע ווייטערדיגע פייערדיגע "אללא אכבאר" אטאקעס מיטן ערמארדן און אומברענגען אומשולדיגע מענטשן, פארגעס נישט זייערע גארגלען האבן געשלונגען שאמפעין ווען די צווילינג געביידעס האבן באגראבן לעבעדיגע דריי טויזנט אמעריקאנע לעבנ'ס הי"ד
[ציטאט אראפגענומען]
Exactly!
איך מיין אז חיזבאלא איז ווייט נישט אריינגעמישט אין די פנים אל פנים שלאכטן ווערסעס אייסיס, אמעריקא שטיצט די פעשמערגא טרופן און זיי זענען די וואס קעמפפן ציין און נעגל, מענער און פרויען, זיי באקומען די וואפן און שטיצע, די פעשמערגא קעמפער זענען וואוילע אראבער (עס איז דא אזא זאך?) על כל פנים נישט פארוועם מיר דארפן פארלירן א סאקונדע שלאף. און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.
בעל מדותאון בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.
פונקט דאס האט אל קאידא געטוהן
געוואלדיגבעל מדותאון בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.
פונקט דאס האט אל קאידא געטוהן
יעדער פארשטייט אבער די דיפערענץ פון אט די שתי מחנות.
על קאידא איז (געווען) א טעראריסטישער קלאב פון ערשטקלאסיגע מערדער געגרונדעט און געווארן אנגעפירט דורך די אמאליגע וועלט'ס שרעק אנווארפנדן אסאמא בין לאדין און ווען אמעריקא האט זיי געשטיצט (ביי די קריג מיט רוסלאנד) האט מען נישט געהאט דאס מינדענסטע עקספיריענס מיט די בני ישמעאל און אפילו אזוי האט מען נישט געקענט חלומ'ען וואספארא אומ'מענטש דער איז.
די פעשמערגא טרופן און פאלק דארונטער זענען פונעם גאר איידילער טיפ און זענען נישט אין געיעג צו ערייכן לאנד אדער סיי וואס אז זיי זאלן זיכן טעראר און זיי לעבן שוין יארן גוט מיט די מערב וועלט לענדער, זיי זענען מער טראסטבאר און עס איז נישט מסתבר אז זיי זאלן נאך אמאל אויסדרייען דעם רוקן צו די וואס האבן זיי צוגעווארפן א לעבנס וועסטל ווען זיי זענען געווען דערטראנקען אין שטורעמישע וואסערן.
צום האפן
בעל מדותאיך מיין אז חיזבאלא איז ווייט נישט אריינגעמישט אין די פנים אל פנים שלאכטן ווערסעס אייסיס, אמעריקא שטיצט די פעשמערגא טרופן און זיי זענען די וואס קעמפפן ציין און נעגל, מענער און פרויען, זיי באקומען די וואפן און שטיצע, די פעשמערגא קעמפער זענען וואוילע אראבער (עס איז דא אזא זאך?) על כל פנים נישט פארוועם מיר דארפן פארלירן א סאקונדע שלאף. און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.
די פאשמערגא קרעפטן זענען קורדן נישט קיין אראבער, זיי קריגן זיך מיט אייסיס אין צפון איראק און אויף א פיל קלענערע פארנעם אין צפון סיריע, זיי זענען אייביג געווען מער פרא מערב וועלט, און סיי פארטיידיגן זייער היימלאנד.
נישטא אזא זאך ווי א קורדן היימלאנד אבער צוריק צום שמועס.
נו אוודאי איז דא א קורדישע היימלאנד עס הייסט קורדיסטאן, עס נעמט אריין חלקים פון איראן איראק סיריע טערקיי און ארמעניע, עס איז טאקע נישט קיין שטאַט אדער אן אפיציעלער יו.ען. אנערקענטע לאנד, אבער א 'היימלאנד' האבן זיי.
לכה"פ פאר אייסיס איז נישט געגעבן געווארן דירעקט
שרעקליך!!!!
טרערן גיסט זיך אן א שיעור פאר דעם אומשולדיגן פיילאט וואס זעהט די טויט פאר זיינע אויגן זיינע דערדריקענדע מחשבות פון יענע מינוטן אוי
מיר בעטן אוינזער הויכגעשעצטן פרעזידענט תחת הודו זאל ווייטער אנגיין מיט זיינע ליבעראלע אידיאטישע אידילאגיעס און זיך אומגיין מיט די מלאכי חבלה מיט זיידענע הענטשוך און זיי גלעטן און האגן די מערסטע וואס ער קען איי ווי נעמט צוריק אזא שטייפער אוםבויגזאמע פירער און פרעזידענט ווי בוש 43 וואס זאל זיך אפגעבן מיט די רשעי רשעים ווי עס באדארף צו זיין
ירדן פלאנט מקיים צו זיין דעם נקום נקמת ס'וועט אבער גארנישט העלפן אייסיס וועט ווייטער אנגיין ווילאנג מ'וועט נישט זיי פארטיליגן מכל וכל
בוש וואלט מסתם געלאפן אינוואדירן מעקסיקא,
פארוואס מעקסיקא?
און פארוואס איראק פארשטייסטו יא?
גאלדבוש וואלט מסתם געלאפן אינוואדירן מעקסיקא,
פארוואס מעקסיקא?
און פארוואס איראק פארשטייסטו יא?
ווייסט וואס ביסט גערעכט מ'דארף לאזן אלע ראדיקאלע אומסטאבילע וועלט פירער טון וואס זיי ווילן זיך אנבויען מיט אטאם באמבעס און ווארטן אויפ'ן גוטן טאג
און יעצט אויך לאזן די אייסיס טון וואס זיי ווילן ווייל וואס האסטו צו זוכן אין סיריע ? גיי אין מעקסיקא
[ציטאט אראפגענומען]
און לאמיר זאגן אז יא אז ער איז שולדיג איז פארדעם דארף מען יעצט זיצן מיט פארלייגטע הענט און זיך ווייזן אלס שוואכלינג און געווינען די גאלף ?
וואס ווילסטו פון אבאמא? ער באמבארדירט זיי טאג און נאכט!
אה, ווילסט מען זאל אריינגיין מיט די שטיוול? ביסט מכובד.
זאל דאס זיין א לעבעדיגער ביישפיל ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן געשפירט ביי די אינקוויזיציע. הי"ד.
שכוח פאר די כבוד דערווייל ווערן נעבעך אויסגעהרגעט אויף די מיאוסטע אופנים אומשולדיגע און ס'איז מאר טו קאם דעס איז בעסער ?
גאנצל, וואס זאל אמעריקע טון אין סיריע למשל, שטיצן אייסיס אדער אסאד?
לאמיר נאר האפן אז ירדן זאל טוהן מיט די אייסיס חברה וואס ס'קומט זיי
הער קאפקע ס'איז איינס געבינדן אינעם צווייטן ס'איז אדער אדער יעצט שטיצט ער אומדירעקט אייסיס
ס'איז זייער קאמפעלעצירט פארדעם האב מיר דאך א קאמאנדיר ער זאל וויסן וואס צו טון ווען ס'איז קאמפלעצירט און זאל קענען שוקל זיין האקעלע זאכן
ביי די וועי אייסיס איז אין זייער קורצע עקזיסטענץ געווען מער א סכנה פאר די וועלט ווי אסאד
די ווייסע הויז פון די פאראייניגטע שטאטן האט אדרעסירט די ווערטער פון "גאנצל" אין א בריוו...
פונקט אזויווי די ביזט צישטורעמט פון דעם קליפ, איז יעדער צישטורעמט דערפון און אבאמא אריינגערעכנט, אלזא וואס ווייסטו וואס עס קימט יעצט? אפשר שמועסט מען זיך נישט אויס מיט דיר מיט אלע פלענער וואס זענען אויפן טיש? די נעמסט אנטייל ביי די זיצונגען מיט די גענעראלן וואס פארמאגן מער שטערנדלעך און אויסצייכענונגען ווי האר אויפן קאפ פאר זייער ברייטע פארשטאנד אין פירן מלחמות און זעען יא וואס די פאקטישע פראבלעמען אויפן שלאכטפעלד זענען? זעהט אויס די ווייסט נישט אז די אייסיס עמפייער איז נישט קיין בנין וואס מען דארף בלויז אטאקירן אדער א לאנד וואס מען קען באהאנדלען מיט שווערע סאנקציעס, נאר זיי זענען א האקעלע גרופע פון צעווילדעוועטע לייבן מיט צוטריט צו מאכטפולע וואפן וואס זענען צישפרייט און ציזייעט איבער טויזענטער מיילן אין פארוויילן אין זאמדיגע היילן אהן א מעגליכקייט פון זיי קענען צילן, זיי באווייזן צו טוהן וואס אנדערע האבן נישט געטוען, און דאס ברענגט צו אז מיר זאלן אויך נישט קענען טוהן וואס אנדערע פלעגן טוהן, און מען דארף קוקן ביי יעדע געשעעניש וואס פאסירט "וואס טוט מען יעצט?"
אפירקראצן אלטע חשבונות פון מלחמות וואס זענען געווען אין אנדערע אומשטענדן איז נישט לאגיש,
זייער שיין און ער איז גערעכט
(בס"ה טו איך די זעלבע וואס ער האט געטון ווען ער האט אטאקירט בוש ווען ער איז נאך אן אומערפארענער 3 יעריגער סענעטער סאו איך האף ער פארשטייט מיך )
אזוינע רציחות האבן אויך די שפאנישע אינקוויזיציע געטוהן מיט אונזערע זיידעס, זיי פארברענט נעבעך לעבעדיגערהייט אויפן שייטער הויפן.
אויך נמרוד הרשע האט דאס געוואלט טוהן צו אברהם אבינו, אבער א גרויסע נס איז געשעהן, דער באשעפער האט אראפגעשיקט מלאכים קאלט צו מאכן דאס פייער.
איך בין זיכער אז מיט די סעטעלייט'ס קען אמעריקע וויסען גענוי וואו די פייער איז פארגעקומען.
א לינק ביטע צו קענען זעהן דער קליפ.
קאווע טרינקעראיך בין זיכער אז מיט די סעטעלייט'ס קען אמעריקע וויסען גענוי וואו די פייער איז פארגעקומען.
חכם. אז די אייגענע וועטער ווייסן זיי נישט, ווילסטו דעס זאלן זיי וויסן?
דולה ומשקהא לינק ביטע צו קענען זעהן דער קליפ.
נישט רעקאמאנדירט. מיין קאפ דרייט זיך נאך -עטליכע שעה נאכן קוקן עס.
מ'זעהט פון אנפאנג ביז סוף ? ביז'ן אויסהויכן ?
איך קען נישט קוקן אזא קליפ ס'איז צו שוידערליך , אבער ווען מ'קלערט פון וויאזוי צו באהאנדלען דע חברה דארף מען שטארק אין אכט נעמען וויפיל יסורים יענער איז אדורך אין די לעצטע 5 מינוט פון זיין לעבן? , אז דו רעדסט פון פארשניידן יונגע לעבנס איז דאך דא סאך ערגערס איבער די וועלט ווי למשל סיריע... פארשטיי איך נישט פארוואס אזא קליפ דארף מאכן א שטארקע נפקא מינה אין ריספאנס מער פון די פאקט אז מ'הארגעט מענטשען. אבאמא דארף מאכן דיסיזשענס פון בויך? ווייל דאס צושוידערט מער?
מיין בויך טוט מיר וויי פון עס קוקן
נעקסט קען קומען שונדען די הויט אזוי ווי די עשרה הרוגי מלכות... אגב, שריפה איז איינע פון די מיתות בית דין ביי די יודן אויכט ....
די אלע וואס האבען געזען דע קליף, קענט איר ראיג שלאפען, עס איז דא געניג מענטש וואס גלייבן נישט אין לייקענען דע גאנצע מעשה, מאדאך דע האלאקאסט וואס האט פאסירט מיט זעקס מיליאן אידען וואס מ'האט געפורט דריי טאג מיט בהמה וואגאנען עהן עסען אין טרינקען, וואס דאס אליין איז געווען זייער אכזריות'יג, איז דא מענטשן וואס לייקענען, כש"כ איין מענטש ווערט פארברענט איז אוודאי נישט אמת, נוא! דאס קען נישט זיין,
די וועלט דארף זעהן די ווידיאו. מ'דארף זעהן מיט וועם מ'האנדעלט דא, חיות טורפות. הלואי וואלט ארומגעפארן קליפס פון אושוויץ, אז די וועלט זאל זיך אויפוועקן.
chusidנעקסט קען קומען שונדען די הויט אזוי ווי די עשרה הרוגי מלכות... אגב, שריפה איז איינע פון די מיתות בית דין ביי די יודן אויכט ....
אויב ס׳איז דיר א שטיקל נחמה .. שריפה איז דורך געבן טרינקן/גיסן אין האלז הײסע בלײ. 😐
פארוואס פארגלייכט מען די גרויזאמע רשעות צו ד' מיתות ב"ד? ווען ביי אידן איז געווען א חיוב פון ברור לו מיתה יפה, מען האט מהפך געווען בזכותו, און נאר בעדים והתראה, און דערנאך האט מען פארדראגט דעם פאר'משפט'ן מיט וויין ער זאל נישט זיין נערוועז און נישט פולשטענדיג רעאליזירן דעם מצב און נישט שפירן די יסורים..
איך האב געהאט א מורא'דיגע נסיון צי איך זאל וואטשן דעם קליפ. מיין הארץ פארנעמט עס נישט. אבער אפשר דאך..? נאר א דאנק די רעקאמענדאציעס פון די חברי השטיבל וועל איך ביישטיין דעם נסיון און נישט קוקן.
פאר די וואס האבן עס יא געזען, אפשר גיט איר אראפ א בילד בערך וואס מען זעהט.
אידער וועי, די קליפ דערשרעקט מיר פון גיהנם.... 😮
למעשה די וועלט רודערט, זידט און שוימט. ירדן האט שוין געקוילעט 2 חברה לכבוד דעם, און עס קוקט אויס ווי די רעש אין די אלע לענדער וועט נישט אזוי שטיל ווערן. די בלוט ברויזט און פאדערט נקמה. לענ"ד ווען אייסיס ריליעסט אזעלכע קליפס שיסן זיי זיך אליינס אין די פוס, זיי קויפן זיך איין פייערדיגע שונאים וועלכע שווערן ביטערע נקמות. נאר חיי שעה איז אויך געלעבט. זיי זענען נישט קיין בחי' פון חכם הרואה את הנולד.
וואס איז די תאוה צו זען ווי א גרופע פון צוריקגעשטאנענע רוצחים פארברענען א מענטש לעבעדיג?? 😮
דער רבי פלעגט זאגן, א תאוה קען מען נישט מסביר זיין...
גאנצלטרערן גיסט זיך אן א שיעור פאר דעם אומשולדיגן פיילאט וואס זעהט די טויט פאר זיינע אויגן זיינע דערדריקענדע מחשבות פון יענע מינוטן אוי
מיר בעטן אוינזער הויכגעשעצטן פרעזידענט תחת הודו זאל ווייטער אנגיין מיט זיינע ליבעראלע אידיאטישע אידילאגיעס און זיך אומגיין מיט די מלאכי חבלה מיט זיידענע הענטשוך און זיי גלעטן און האגן די מערסטע וואס ער קען איי ווי נעמט צוריק אזא שטייפער אוםבויגזאמע פירער און פרעזידענט ווי בוש 43 וואס זאל זיך אפגעבן מיט די רשעי רשעים ווי עס באדארף צו זיין
ירדן פלאנט מקיים צו זיין דעם נקום נקמת ס'וועט אבער גארנישט העלפן אייסיס וועט ווייטער אנגיין ווילאנג מ'וועט נישט זיי פארטיליגן מכל וכל
איך לייען גוט? ס'טייטש אזא אקס וואס האט אריינגעפירט אמעריקע אין איראק איז דער שטייפער אומבויגזאמער פירער וואס גיבט זיך אפ מיט יענע חברה ווי ס'באדארף צו זיין?
דאס רוב פון די מוסלומענער זענען די וועלכע ליידן הן פון די דיקטאטורן והן פון די ראדיקאלן, אגב. דאס רוב פון זיי וויל לעבן אין פרידן; פרייהייט אין א זין וואס ווארפט אראפ טיראניע און זאגט אפ ראדיקאליזם פונקט אזוי. אבער קיין איינס פון די צוויי איז נישט אמעריקע'ס פראבלעם.
אגב, ס'איז דא וואס האלטן אז ס'איז שטארק מסתבר אז הא בהא תליא. ראדיקאליזם שלאגט ווארצלען דוקא אין מקומות וואו מ'לעבט אונטער דעפרעסיע און אונטערדריקונג.
אויב אמעריקע און אנדערע מערב-וועלט לענדער ווילן טאקע העלפן איינשטעלן דעמאקראטיע אין די מיטל-מזרח לענדער, זאלן זיי אויפהערן שטיצן די רייכע אויל לענדער אין שפיץ פון סאודיע-אראביע – לענדער ווי ס'הערשט פשוט נישט קיין דעמאקראטיע; לענדער ווי געיס און פרויען פארדינען נישט קיין גלייכע רעכטן, לענדער ווי רעליגיע און קעניגליכע דענאסטיעס דאמאנירן דאס געזעץ.
און מ'זאל זיי אביסל ווייניגער העלפן וועלן זיי זיך אונטערגארטלען די מחילות און אנהייבן טון צו דער זאך. מוסלומענער לענדער אינעם גאנצן אומגעגנט זענען אין אומשטאנד צו באקעמפן אייסיס; אמעריקע'ס אינטערווינירן, הפנים אויף דער ערד, האט קיין שום פשט נישט, און ס'איז צייט זיך לערנען פון די טעותים פונעם עבר.
אזאנע סענאטארן ווי דזשאן מקעין וחבריו זענען מיר א חידוש וויאזוי זיי האבן אפילו די גאטס צו פארלאנגען קריג יעדעס יאר פאר א צווייטן צוועק אין שטיצע וואו אהין זיי האבן בלויז א יאר צוריק פארלאנגט אקעגן. אבאמא, אפילו ער איז בלי ספק קיין גרויסער פארשטייער איבער אויסערן פאליטיק, איז כאטש א ליבעראלער, כאפט ער נישט הייסע לאקשן יעדן דריטן טאג. מי יתן אז אזא איינער ווי סענאטאר רענד פאול צום ביישפיל זאל געווינען די פרעזידענטשאפט.
און אז ר' גאנצל וויל מלחמה, נו אפשר שליסט איר זיך אן אין דער ארמיי, איידער איר זאגט פאר יענעם אמעריקאנער וואס צו טאן.
[ציטאט אראפגענומען]
איים סארי, אבער אויב ס'איז דיך שווער אראפצושלינגען אז די תורה באפעלט צו פארברענען געוויסע בעלי עבירה, למשל א בת כהן שזנתה בעודה מקודשת, דאן מעק אויס דעם דאזיגן חלק פון דער תורה. וואס ווילסטו פון א ריכטיגער חסיד וואס ציטירט סך הכל וואס אין דער תורה שטייט?
נו אז די פראצעדור איז נישט צו געגאנגען אזוי ווי אייסיס טוט? ער האט טאקע נישט אזוי געשריבן. ער האט געזאגט אז אזא באגריף האט עקזיסטירט. האסט א פראבלעם דערמיט?
איך האב געזעהן די ווידעא (אויף פאקס ניוס). פאר מיר קומט פאר אז די אנדערע הריגות פון אייסיס ווי זיי זעגן אפ די קעפ, איז מער בארבאריש. איך קען מיך קיינמאל נישט ערלויבן צו זעהן די גאנצע.
אגב, וואס זאגן די מבינים, ווילאנג איז ער געבליבן לעבן נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן צו ברענען?
חסיד און יואב, ניין, די תורה האט קיינמאל נישט געהייסען פארברענען א מענטש! די שריפה פון די תורה איז דורך אריינגיסען אין די האלדז צעלאזטע בליי, און ווי חברינו
@שמעקעדיג האט געשריבן, איז געוועזן ספעציעלע פראצעדורן ביי דן זיין למיתה, נאר בי"ד הגדול האט געקענט דן זיין נפשות, ס'האט געמוזט זיין מיט צוויי עדים און התראה, [וויפיל מאהל איז א בת כהן מזנה פאר צוויי עדים כשרים??] מ'האט אזוי געפארשט די עדים מיט חקירות ודרישות צו קענען טרעפען לעכער, און געארבעט צו מהפך זיין בזכותו/בזכותה, און אויב איז שוין אמאהל געקומען אז מ'האט פאקטיש געדארפט אויספירען די אורטייל, איז עס געוועזען מיט רחמים, און מ'האט פארטייבט דעם נידון מיט וויין, אא"וו
און מיט דעם אלעם זאגט די גמרא אז אויב האט א בי"ד געהרגעט מער ווי איינמאהל אין 70 יאהר! ווערט עס אהנגערופען א בי"ד קטלנית
און בכלל צו פארגלייכען סתם בלוט דורשטיגע רוצחים מיט זייערע פעולות אדער ציהלען צו עניטינג פון די הייליגע תורה איז נאריש פארפירעריש און אפיקורסות
כ'ווייס נישט צי ס'איז אפיקורסות (היינט איז יעדע קלייניגקייט אנדערש ווי עס פאלט ביי אפיקורסות, שוין פאראן מער א.ג. 'אפיקורסים' ווי מענטשן וואס קויפן אראנדזש דזשוס...)
למעשה האט קיינער נישט פארגליכן מענטש צו מענטש, נאר די מעשה, אפגעזעהן פון ווער עס טוט עס.
[ציטאט אראפגענומען]
נישט אויף TV. כ'האב עס געזעהן אויף Foxnews.Com
[ציטאט אראפגענומען]
דיין תגובה בכלליות איז אביסל אומקלאר. ביטע עלאבארירט.
אויב מיינסטו צו זאגן אז וויבאלד אייסיס זענען סוני ראדיקאלן און איבער ניינציג פראצענט ירדנער זענען אויך סוני-מוסלומענער, דאן זע איך בכלל נישט דיין פראבלעם. דאס גרויסע רוב פון היינטיגע מוסלומענער זענען סוניס, און דאס ברויך זיי נישט מאכן שטיצן בלוט-דורשטיגע טעראריסטן.
און אגב, די שיאיטן זענען די נאכפאלגער פון אלי, נישט די סוניס.
די ירדן'ער מיליטער האט אין א ברעיקינג נייעס באריכט געמאלדן אז זיי האבן אראפגעשאסן מיט זייערע מיליטערישע פליגער'ס 65 אייסיס קעמפפער אריינגערעכנט עטליכע הויעכע אין פאזיציע (לכאורה פון די וואס זיצן רוהיג און זאגן צו גן עדן..)
Kool manחסיד און יואב, ניין, די תורה האט קיינמאל נישט געהייסען פארברענען א מענטש! די שריפה פון די תורה איז דורך אריינגיסען אין די האלדז צעלאזטע בליי, און ווי חברינו
@שמעקעדיג האט געשריבן, איז געוועזן ספעציעלע פראצעדורן ביי דן זיין למיתה, נאר בי"ד הגדול האט געקענט דן זיין נפשות, ס'האט געמוזט זיין מיט צוויי עדים און התראה, [וויפיל מאהל איז א בת כהן מזנה פאר צוויי עדים כשרים??] מ'האט אזוי געפארשט די עדים מיט חקירות ודרישות צו קענען טרעפען לעכער, און געארבעט צו מהפך זיין בזכותו/בזכותה, און אויב איז שוין אמאהל געקומען אז מ'האט פאקטיש געדארפט אויספירען די אורטייל, איז עס געוועזען מיט רחמים, און מ'האט פארטייבט דעם נידון מיט וויין, אא"וו
און מיט דעם אלעם זאגט די גמרא אז אויב האט א בי"ד געהרגעט מער ווי איינמאהל אין 70 יאהר! ווערט עס אהנגערופען א בי"ד קטלנית
און בכלל צו פארגלייכען סתם בלוט דורשטיגע רוצחים מיט זייערע פעולות אדער ציהלען צו עניטינג פון די הייליגע תורה איז נאריש פארפירעריש און אפיקורסות
קודם כל, אויף דיין טענה "וויפיל מאל איז א בת כהן מזנה בעפאר צוויי עדים מיט התראות", וואס איז מיט דעם “מנאפים משיראו כמנאפים"?
צווייטנס, בארואיגט אייך. ס'האט קיינער דא נישט געצויגן א פאראלאל פון די קאלטבלוטיגע רציחות דורך אייסיס צו די געטייט-זאל-ער געטייטענט-ווערן חוקים פון דער הייליגער תורה.
חסיד האט ערווענט ערווענט אז אויך אין אונזער תורה עקזיסטירט אזא באגריף פון שריפה – עפעס וואס די גמרא זאגט אגב אז כהיום אויב עמיצער איז עובר אויף אן עבירה אויף וואס מ'איז חייב מיתה דורך שריפה, איז או נופל בדליקה או נחש מכישו.
יא, פון צווישן ארבע מיתות בית דין ובתוכם "ביהעדינגס", איז אויך געווען שריפה. ס'געפעלט דיך נישט? ביזט נישט דער איינציגסטער. אזאנע הייליגע תנאים ווי ר' טרפון און ר' עקיבא האבן געזאגט אז זיי וואלטן קיינמאל נישט הינריכטעט א מענטש.
דאס הייסט אז די אמעריקאנער פרוי איז פארהיטן געווארן פון האבן אזא מיאוס'ן סוף ווי די אנדערע משכונות ביז אהער... כאטש ס'איז טראגיש בכל אופן האט זי לכאורה באקומען איר גאולה.
די ירדן'ער רעגירונג האט זיך גענימען חלום'ען הויעך....
JORDAN: Approximately 7,000 ISIS terrorists have been killed since Jordan began participating in coalition airstrikes last week.
איך מיין אז אנשטאט שיסן סטעיטמענט'ס זאלן זיי שיסן קוילן, און אנשטאט מאביליזירן פי. אר. קאמפאניס זאלן זיי מאביליזירן קעמפער.
אנקאנפירמט: אייסיס האט פארכאפט דריי קאבענע חברה אין סיריע, איינס דערפון איז א בי בי סי ארבייטער