☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זענען מיר באלעבאס אין שטאט?

זענען מיר באלעבאס אין שטאט?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7175

נח בער » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:14 pm

· #223383
זענען מיר באלעבאס אין שטאט?
א גוטער ידיד מיינער האט אפגעשריבן די פאר שורות, באזירט אויף אן אמת'ער פאסירונג.

דער ענין פון 'טון ווי אזוי עס שמעקט אונז' ווייל 'דער שטאט באלאנגט פאר אונז' ברויך מער עלאבארירט ווערן אבער צוערשט זיינע ווערטער:

אן אמתע געשיכטע.
אפאר אינגעלייט זענען געווען ברוגז אז די גוים אין א שכינותדיגע פארק רעדן גאר הויעך און מאכן געשרייען אזוי שפעט ווי דריי אזייגער (אקעי נאכמיטאג, אבער סאיז שבת)
די אידן האבן אריינגערופן 911 311 611 411 היתכן מלאזט צו אזא זאך, פארשטייט זיך דער אנטווארט איז געווען "שאפט אייך אויערן שטאפערס ווייל ממעג רעדן הויעך אינמיטן טאג"
די אינגעלייט האבן אפגעמאכט גענוג איז גענוג, מהאט אנגעטון די רעזשוואלקעס און אראָפּמאַרשירט ביז ניין או פּריסינקט, שוין ווילן מיר רעדן צום קעפטעין.
מהאט זיי אריינגערופן אין א קאנפערענץ צימער ווי די אינגעלייט האבן זיך אפגעשמועסט, מגייט פארלאנגען א באלדיגע פאליציי איינהייט צו ארעסטירן אלע שקצים אינעם פארק.
ווען דער קעפטעין האט אריינשפאצירט האט ער געבעטן, ביטע הערט אויף אייערע צווישנרופן, קודם וויל איך ענק אויפשפילן אפאר אנדערע גערעגטע טעלעפאון רופן.
דער ערשטע איז פון א גוי וואס האט דעליווערט א שגצל אין קאר, ווען די ארוינים מיט זאליס האבן אפגעשפארט גאנץ ליע, בעדפארד, קענט, וויליאמסבורג סטריטס, ראסס, היוס.
אלעס צו ווייזן ווער סהאט א גרעסערער עולם שמחת תורה.
די צווייטע איז ווען שומרים האט אפגעשפארט גאנץ ליע פון אינדערפרי ווייל סאיז דא א כתיבת אותיות.
איר ווילט הערן נאך?
אונז פאליציי פארמאכן די אויגן און אויערן ווען עטס דרייטס איבער א שטאט, די ווילסט אונז זאלמער זיך אויפפירן בחומר הדין?
די אינגעלייט האבן זיך שטילערהייט ארויסגעשלייכט פון דעם סטעישאן, אפשר באלאנגט טאקע די גאנצע שטאט נישט פאר אונז?

סימפל » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:15 pm

· #223403
התגרות באומות גייט נאר אן אין ארץ ישראל. א חלק וויליאמסבורג איז עקסעמפט פון די שלש שבועות. סאמהאו זענען זיי נישט אין גלות.

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 11:24 pm

· #223512
איך ווייס נישט אויב דאס וואס איך גיי דא פארציילן איז א לימוד זכות אויף אינז, אדער א תירוץ פאר זיך נישט ביהעיוון, און טראכטן אז דער טאטע אדער דער שווער האט אינז געגעיבן די גאסן בירושה און אינז קען מיר טון ככל העולה על רוחינו. והנה: מיט א שטיקל צייט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין בעי רידזש. א געיגנט וואס איז באוואוינט עפ"י רוב פון איטאליענער. די גאסן זענען שמאל, און אנגעלייגט מיט א סאך טרעפיק. ספעציעל ביי די 5'טע עוועניו און 86'סטע סטריט. אויף די 5'טע עוו. איז דא א סאך סטארס מכל המינים. דעליווערי טראקס. און אויך א סאך קארס. וואס די דרייווערס שטייען דאבל-פארקד און ווארטן אויף זייערעי בני משפחה זאלן ארויסקומען פון די סטארס. דערווייל שטיען זיי און שמועסן געמיטליך און רואיג מיט חברים, כאילו לא היה. און דער פארנדיג'ער טרעפיק פלאגט זיך אדורך צו שטופן. איך האב מיך געפילט זייער היימיש. איך האב געמיינט אז איך בין אויף ליע עוו. אדער די דרייצנטע עוועניו, אין ב.פ. די איינציגע זאך וואס איך האב נישט געזעען, איז די אנטיסעמיטן און שונאי ישראל די שחורים פונ'ם טרעפיק דעפארטמענט... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:52 am

· #223520
סימפל
התגרות באומות גייט נאר אן אין ארץ ישראל. א חלק וויליאמסבורג איז עקסעמפט פון די שלש שבועות. סאמהאו זענען זיי נישט אין גלות.

לייג צו: און גאנץ מאנדרא.

טעפל » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:25 am

· #223571
איך מיין ס'איז א שטיקל חילוק אויב די געגענט איז א הימיישע קען א גוי נישט האבען טענות אז ס'איז דא א כתיבת אויתיות און קען א איד האבען טענות אויף קולות אויך.. (אויך היימישע קולות פון אן אנדער פארטיי..)
משא"כ וויליאמסבורג וכו' ואוס איז א גמישטע געגענט (חוץ פון ארוינים שלמונים וכדומה)

מאטי » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:44 am

· #223580
איך זע דאס גאנצע מעשה ווי א ריין ראסיסטישע אויפפירונג מצד די פאליציי. הייסט עס, איר באשולדיגט מיר, און נעמט מיר אוועק מיינע רעכטן צו האבן א שטילע געגנט, בלויז צוליב מיין טראגע, בארד און פיאות, ראסע. ווייל ס'דא געוויסע אנדערע מענטשן וואס פונקט טראגן זיי די זעלבע כאראקטעריסטישע ענדליכקייטן. טוען אפ מעשים וואס מאכן גערודער.
איך מיין, וואס א מין גערעדאכטס איז דאס!!

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:46 am

· #223583
מאטי דו מאכסט דיך?

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:10 am

· #223785
איך אויך
מאטי דו מאכסט דיך?

אפשר יא אפשר נישט.
אבער פארוואס טראכסטו אז ער איז נישט גערעכט?

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:57 am

· #223807
מאטי
איך זע דאס גאנצע מעשה ווי א ריין ראסיסטישע אויפפירונג מצד די פאליציי. הייסט עס, איר באשולדיגט מיר, און נעמט מיר אוועק מיינע רעכטן צו האבן א שטילע געגנט, בלויז צוליב מיין טראגע, בארד און פיאות, ראסע. ווייל ס'דא געוויסע אנדערע מענטשן וואס פונקט טראגן זיי די זעלבע כאראקטעריסטישע ענדליכקייטן. טוען אפ מעשים וואס מאכן גערודער.
איך מיין, וואס א מין גערעדאכטס איז דאס!!

איך מיין איך האב שוין פארציילט די מעשה דא אויף קאווע שטיבל. מיט עטליכע יאר צוריק ווען כ'האב איין טאג געדרייווט דעם באס, האב איך באמערקט אז אין מיטן בלאק איז דא א שטאטישער אמבולאנס געפארקט אין מיטן די גאס. ביים קארנער איז געשטאנען א פאליסמאן. ביניך צו געגאנגען צו איהם און געפרעיגט מיט דרך ארץ, אויב איך מעיג ארויסבעקן. אנשטאטס צו ענטפערן מיר יא אדער ניין, האט ער מיר אנגעהויבן געיבן א גאנצע דרשה, אז אינז אידן האלטן זיך נישט צו די טרעפיק רעגולאציעס, און אינז מאכן אן צרות, און ס'קומט זיך אינז. "פאעטיק דזשאסטיס", כלשונו. א בחינה פון "מידה כנגד מידה". און דאס איז שוין א שטאטישער אנגעשטעלטער, וועלכער איז ממונה צו האלטן ארדענונג. ומה יאמרו אזובי קיר. וואס זאללן זאגן די פשוט'ע אנטיסעמיטן וועלכע קוקן אן די אידן מיט א שטארקן צרת עין... 😕 😎 😂 🙄 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

אויסגערוט » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:08 pm

· #223925
איך זע נישט וואס דו פארשטייסט נישט. ווען ביי אונז איז דא א שומרים קאול וואס איז "זייער" וויכטיג, אדער הכנסת ס"ת און דער טראפיק צוט זיך פאר גאסן פאר צען אידן (און פערציג פרויען), זענען זיי דען נישט גערעכט?