פייער אויסטויש: בית נאמן vs. תבשרנו
שוין ס'צווייטע אדער דריטע מאל וואס'ך זעה אן אויפרייס פון א ארגענזישעיאען וואס רופט זיך בית נאמן, וואס געבט אהן אז זיי טוען אין שידוכים און האבען הונדערטער שדכנים, אויכעט איז דא אן'אנדערע ארגעניזעישען וואס הייסט תבשרנו, וואס שרייט אויכעט אז זיי גייען מסדר זיין אלע געעלטערטע בחורים ובתולות מיט זייער מאלטי מידיא שידוכים צענטער,
לכאורה איז עס א עולם התיקון, צוויי אזעלעכע מעכטיגע ארגעניזעישענס צו אהערשטעלען שידוכים, מיט הונדערטער[!] שדכנים, זאל זיך עפענען ווי מער, אדרבה קאמפעטישען בויעט, יגדיל ויאדיר,
דערוויילע זעה איך אז יעדע שטיק צייט קומט א וואלקעינאו סטיל אויסבראך מצד בית נאמן אראפרייסענדיג תבשרנו, אפאר חדשים צוריק האט זיך ארומגעדרייט א צעטעל פון א נייע אומבאקאנטע בית דין ווי זיי רייסען ממש אראפ תבשרנו, הלמאי זיי זענען עוסק אין שידוכים אין די צייט וואס נאר בית נאמן האט די רעכטען דערצו, אצינד דרייט זיך נאך א מאדנע פאשקעוויל ווי כלאמפערשט תבשרנו איז זיך מודה ומתוודה אז זיי זענען באגאנגען א עולה מיט אויסכאפען די מצוה פון שדכנות פון בית נאמן, און זיי טוען תשובה, און יעדער זאל נאר גיין פאר שידוכים אויסשליסליך נאר צו בית נאמן וועלעכע האבען די אקסקלוסיווע רעכטען צו טוהן אין שידוכים, און נאר זיי מעגען עוסק זיין אין דעם,
ס'איז א מאדנע סארט פייט, ס'יז גאר אינטערסאנט אויב עמיצער האט מער אינפאט אויף דעם, א דאנק,
😐