☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #7154

אשכול אן א טיטל #7154

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7154

— » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:39 am

· #223028

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לאליפאפ » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:41 am

· #223029
מערקט ווער עס ריפארט פאר מעריב אין ניו יארק... אונזער באליבטן שר האוצר

כוכב » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 10:19 am

· #223041
מערקווירדיג ווי די קעפל פונעם טיימס אנטהאלט די מערסטע אינפארמאציע.
דוק וטישטעך.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 10:47 am

· #223048
מער ווי צען טויזנט טויטע? (מעריב, אידיאט)
פארוואס איז די איזראעלי פרעסע געווען אויסן צו איבערטרייבן די טראגעדיע,
אפשר סתם נאכלעסיגקייט?

(אגב סעפטעמבער 12 2001, נישט 11)

בשבילי! » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:45 am

· #223069
מ'קען נישט טרעפן אויפן וועב פון די היימישע צייטונגען

קליגער אינגערמאן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:04 am

· #223516
<a class="postlink" href="http://www1.newseum.org/todaysfrontpages/default_archive.asp?fpArchive=091201">http://www1.newseum.org/todaysfrontpage ... ive=091201</a>

טעפל » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 am

· #223569
קליגער אינגערמאן
http://www1.newseum.org/todaysfrontpages/default_archive.asp?fpArchive=091201

נישטא דא דער בלאט? דער איד? דער גוי?

BAL TSHIVA » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:00 am

· #225163
לאליפאפ
מערקט ווער עס ריפארט פאר מעריב אין ניו יארק... אונזער באליבטן שר האוצר

He's writing a article not reporting

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:38 am

· #349079
.

קאמענטירער » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:09 am

· #349102
ישראל קאפקע
פארוואס איז די איזראעלי פרעסע געווען אויסן צו איבערטרייבן די טראגעדיע,
אפשר סתם נאכלעסיגקייט?

(אגב סעפטעמבער 12 2001, נישט 11)

פשטות האבן זיין געוואלט עס אויסנוצען אז טעראר איז אן אלטוועלטליכע פראבלעם און נישט נאר זיי ליידען דערפון אז אמעריקע וועט ווערן שרענגער און זיך ציען מער צו רעכטס וועט מדנ''י נאר פארדינען..

חמלה גדולה » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:41 pm

· #384483
.

מיש-נייעס » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:42 pm

· #384560
אינטערסאנטע אויפפאסונג איבער די סעפטעמבער 11 בילדער.

געשריבן דורך יוסף הירש, צו אידישער ווינקל.

שטייענדיג היינט ביים 16-טן יארטאג פון די אומפארגעסליכע אטאקע אויף די צווילינג געביידעס אין מאנהעטן, האט א דזשורנאליסט פארשפרייט א בילד פון די ניו יארק טיימס פון יענע צופרי, צו צייגן די רואיגקייט וואס האט געהערשט אויף די וועלט, אן קיין מינדענסטע השגה וואס עס קומט.

אויפן דעקל ברענגט דער טיימס דעקונג איבער די פארמעסט פאר מעיאר פאזיציע (וואס די וואלן האבן שוין געדארפט פארקומען, נאר זענען געווארן אפגעשטופט צו דינסטאג, סעפטעמבער 11) מען זעט ווי עטליכע קאנדידאטן קאמפיינען פארן מעיאר פאזיציע, און דער גרעסטער בילד איז ווי דער קאנדידאט פערנאנדא פערער באזוכט ביים סאטמארער רבי'ן דער ברך משה זצ"ל.

זעט מען ווי ביים באזוך איז אנוועזנד רבי משה דוד נידערמאן פון יו-דזשעי-או ארגענעזאציע, און עמיצער מורמלט אים אריין עפעס אין די אויער (מן הסתם אז מען דארף אנפולן איינעמס גלעזל וכדו'...)

עטליכע שעה שפעטער איז פארגעקומען די אטאקע און שאקירט די וועלט.

פרעזידענט בוש איז דאן געווען אין א שולע צימער און געוואויר געווארן איבער די נייעס דורך א געהילף וואס האט אים אריינגעמורמלט אין די אויער.

די בילד איז געווארן איינגעקריצט אלס איינע פון די שטארקע הויעכפונקטן פון די נייעס, נעמליך דער פרעזידענט האט געדארפט רעאגירן צו די נייעס, און עס איז געווען אינטערסאנט וויאזוי ער איז עס געוואויר געווארן.

זעענדיג די "טיימס" בילד פון סעפטעמבער 11 יענע צופרי, ווי עמיצער מורמלט אריין אין די אויער פון רבי משה דוד עפעס, האט מיר גראד געצויגן שטריכן צו עטליכע שעות דערנאך, ווען אזא ענליכע בילד איז געווארן גאר פאפולער און פובליצירט, נעמליך דער פרעזידענט'ס בילד.

מ'קען זאגן אז אין סאטמאר האט מען געהאט ווייטע בליקן... מערקווערדיג איז דאס זיכער.

זאל השי"ת האלטן זיין רעכטע האנט און פארמיידן אטאקעס.

מיר וועלן דאס קיינמאל נישט פארגעסן!

מיש-נייעס » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:43 pm

· #384561
וואלן א טאג בעפאר 9/11
📎 photo_2017-09-12_16-41-26.jpg

מיש-נייעס » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:44 pm

· #384562
מען רוימט אריין אין אויער ביים ברך
📎 photo_2017-09-12_16-41-46.jpg

מיש-נייעס » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:44 pm

· #384563
מען רוימט אריין אין אויער ביי בוש'ן
📎 photo_2017-09-12_16-41-50.jpg