☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » רוחניות, ווער קען דעפינירן ?

רוחניות, ווער קען דעפינירן ?

81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7150
בלאט: 1 2

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:29 pm

· #222878
רוחניות, ווער קען דעפינירן ?
איך וויל דא פארלייגן א מאדנע שאלה, אבער איך מיין ס'איז א גוטע שאלה וואס מ'קען שווער ארויסקריכן דערפון, אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט דערצו.
די שאלה איז ווי פאלגענד, איז דא וועג צו דעפענירן די מושג פון רוחניות אויף א וועג אז מ'קען איבערצייגן אז די מושג עקזעסטירט, אדער איז אוממעגליך צו צוצושטעלן סיי וואספארא עקזיסטענץ צו אט דער מושג, ווייל דאן וואלט עס געווען מאטריאליסטיש און נישט רוחני.
יעצט בהנחה אז מקען נישט צושטעלן קיין עקזיסטענץ צו אט דער מושג, איז נישט דער פשט אז מ'קען דאס נישט אויפווייזן מיט קיין שום עקספיריעמענטן, אלא מאי איז דאס א ענין פון אמונה ?

פארוואס? » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:46 pm

· #222886
רוחניות איז עפעס וואס מ׳קען נישט דעפינירן, און די מינוט וואס דו קענסט עס דעפינירן איז עס מער נישט רוחניות.
אויב דעפינירן א מושג איז געבויעט אויף מאטריאליסטישע עקסיאמעס

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:47 pm

· #222888
נו פון וואנעט קען מען אויפווייזן אז ס'איז דא אזא מושג בכלל ?

זיגמונד פרויד » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:01 pm

· #222891
<a class="postlink" href="http://opinionator.blogs.nytimes.com/2014/09/07/sam-harriss-vanishing-self/?_php=true&_type=blogs&_r=0">http://opinionator.blogs.nytimes.com/20 ... blogs&_r=0</a>
די ניו יארק טיימס האט געהאט אנ איטעסאנטע איטערוויוא פין סעם הערריס (אן געלערנטע אפיקורס) וועגן אט דעם ענין. ער האלט אז דאס איז סאבזשעקטיב, אבער פארט האט רוחניות א SCIENTIFIC VALUE

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:07 pm

· #222893
עלעקטריק איז א פיזישע זאך, טעלעפאטיע איז בעלאני, מעדיטעישאן איז א מעטאד פון רילעקסאן, גאר נישט מיט רוחניות

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:08 pm

· #222894
משל למה הדבר דומה.

אפשר קענסטו מסביר זיין ווי אזוי לעווענדער שמעקט? יעצט אויב וועסטו מדמה זיין אז ס'שמעקט ווי כך וכך, וועל איך דיר בעטן מסביר צו זיין ווי אזוי כך וכך שמעקט. אה, מ'קען עס נישט ממחיש ומסביר זיין, מוז זיין אז שמעק עקזיסטירט נישט.


.

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:13 pm

· #222896
מ'רעדט נישט צו מ'קען עס ממחיש זיין צו נישט, מען רעד צו מען קען מאכן עקספירימענטן דאס פעסצושטעלן.
שמעקן איז א perception וואס שפיגלט אפ א רעאלע פיזישע ניוראלאגישע עקספיריענס

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:23 pm

· #222898
מקום וזמן במחשבה לפי שיטת קאנט Synthetic-a-priori-proposition

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:33 pm

· #222903
מאטי
מקום וזמן במחשבה לפי שיטת קאנט Synthetic-a-priori-proposition

מאטי , אז דו ביסט ביכולת, איך בין נישט קיין פיליזאף אפשר שמועסטו אויס די רעלעווענץ פון אט די פיליזאפישע קאנצעפטס אהער צו דעם שמועס ?

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:35 pm

· #222904
אנאנים, פון וואנעט פארט ווייסטו אז ס'איז פארהאן עפעס באזונדער פון מאטריאליזם ?

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:52 pm

· #222911
נהורא נפישא
מאטי
מקום וזמן במחשבה לפי שיטת קאנט Synthetic-a-priori-proposition

מאטי , אז דו ביסט ביכולת, איך בין נישט קיין פיליזאף אפשר שמועסטו אויס די רעלעווענץ פון אט די פיליזאפישע קאנצעפטס אהער צו דעם שמועס ?

בקיצור נמרץ. ס'קען נישט געמאלן זיין אן עקספיריענס אנע זיך מצייר זיין מקום וזמן במחשבה. קומט אויס אז "מקום וזמן במחשבה איז בנמצא אינדערויסן פון אלע עקספיריענסעס.

ווייל אויב איז דאס די אינגרידיענס מיט וואס עקספיריענס שאפט זיך, ווי אזוי קען דאס אנקומען מיט עקספיריענס (וואס פארלאנגט מקום וזמן במחשבה) פאר ס'איז בנמצא.

פארשטאנען??

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:59 pm

· #222915
מאטי, נישט ממש פארשטאנען. וואס מיינט מקום וזמן במחשבה ?

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:12 pm

· #222919
מחשבה איז דוקא א רעאלער ניוראלאגישע עקספיריענס, יא מיר קענען עקספיריענסן א ספיוריטואלע עקספיריענס, אבער דאס איז סך הכל א perception פון א ניוראלאגישע עקספיריענס ,און איז סוביעקטיוו און טוט נישט באשטעטיגן איר עקזיסטענץ.

מילכיג » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:26 pm

· #222920
ר' ברוך קאסובער שרייבט אז יעדער גשם פארנעמט פלאץ. פרעג איך וואס איז מיט ריח - איז עס נישט קיין גשם? איי עסטע זאגן אז ס'בכלל נישט דא אזא זאך? קען נישט זיין ווייל אפילו ווען דו טראגסט אראפ די גארבידזש שמעקט נאך אפאר מינוט דיין גארבידזש קען אינדערהיים.


------------------


כמדומה שיש מבוכה אם השכל שלנו הוא רוחני או גשמי. ור"ל שיש בכמה ספרים [תניא ורמח"ל וכו'] שהשכל הוא הנשמה. וכן נמי "חיות" של האדם הוא נשמה.

מילכיג » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:50 pm

· #222932
און וואזשע זאגן די חכמי האומות?

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:53 pm

· #222933
נהורא נפישא
מאטי, נישט ממש פארשטאנען. וואס מיינט מקום וזמן במחשבה ?

פראביר זיך מצייר זיין א געוויסע עקספיריענס אבער אן דעם קאנצעפט פון מקום אדער זמן, ס'גייט?

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:54 pm

· #222934
מילכיג
און וואזשע זאגן די חכמי האומות?

<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Odor">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Odor</a>

מילכיג » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:55 pm

· #222936
ש'כח.

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:58 pm

· #222939
מאטי
נהורא נפישא
מאטי, נישט ממש פארשטאנען. וואס מיינט מקום וזמן במחשבה ?

פראביר זיך מצייר זיין א געוויסע עקספיריענס אבער אן דעם קאנצעפט פון מקום אדער זמן, ס'גייט?

ראשית ווייס איך נישט צו ס'איז במציאות אזוי, אפילו סובקאונטשעסלי מוז יעדע געדאנק זיין פארבינדן אין מקום און זמן ? שנית לאמיר אננעמן אז ס'איז יא אזוי, פון ווי ווייסט מען דאס פון עקספיריענס, נו אפשר אין א געוויסע נקודה פון צייט בעפאר מ'האט איינגעשאפט די מושג פון מקום וזמן האט מען יא געקענט טראכטןאומאפהענגיג פון איר , נאר יעצט איז מען סטאק מיט איר גענוי ווי מ'קען פארווארפן אז מ'קען נישט טראכטן אן ווערטער, וואס איך בין אויך מסופק צו ס'איז אמת, אלא מאי בעביס וואס קענען נאך נישט קיין שפראך קענען נישט טראכטן, ניין סך הכל, איינמאל מ'האט קענען געלערנט שפראך איז מען סטאק דערמיט ביים טראכטן, ונניח אז ס'איז אזוי ווי קאנט זאגט נו אלא מאי איז מקום און זמן א רוחניותדיגע מושג? זמן איז דאך דוקא א זאך רעלאטיוו צו פיזיקס, ווי אויך פלאץ איז א פיזישע קאנצעפט . ניין ?
און בכלל האט די פארצייטישע עפיסטימאלעדזשי עפעס א חשיבות אין די מאדערן פסיכילאגישע וועלט און וואס מ'האט געמאכט א היבש ביסל פארשריט זינט קאנט ?

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:58 pm

· #222963
איך רעדט פון די קאנצעפט פון מקום וזמן במחשבה, נישט פון פיזישע מקום וזמן. דו פארשטייסט אז מ'קען זיך נישט מצייר זיין א פרישע קאנצעפט איידער מ'עקספיריענסט דאס, למשל דער קאנצעפט פון וואסער, שניי, קעלט, היץ, מענטשן וכדומה. אבער די קאנצעפט פון מקום וזמן מוז בע"כ קומען איידער מ'האט דאס עקספיריענסט כנ"ל.

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:04 pm

· #222968
פארוואס זאל. מען נישט קענען טראכטן אנע ווערטער. פארשטייט זיך אז איינמאל מ'לעבלט ציורים מיט ווערטער איז שווער צוריק צוגיין. אבער ס'איז בעצם נישט פארבינדן. אבער ווען מ'טראכט פון א טיש מוז מען זיך בע"כ מצייר זיין די ספעיס וואס דער טיש נעמט אויף. טיש = ספעיס.פונקט ווי 1+1 = 2.

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:08 pm

· #222970
דאס איז ווייל ער זעט דעם טיש dimensional 3 וואס ער perceived דאס אלס די מושג פון מקום.

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:16 pm

· #222972
אפילו נישט, וואס טיש זאל נאר נישט זיין, איז דאס א דעזעגנירטע מציאות פון "טיש" קעגן די איבריגע מציאות וואס איז "נישט טיש" חוץ אויב "אלעס איז טיש" וואס דאן ווערט דאס אויס טיש און רופט זיך "אוניווערס".

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:40 pm

· #222977
איז האלטסטו אז די סארט באגריף פון מקום וזמן במחשבה ( וואס איך בין נאך מסופק, און דארף פעסגעשטעלט ווערן אין מאדערן פסיכלאגיע) פון וואס קאנט רעדט זענען מושגים רוחניים ?

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:48 pm

· #222979
רוחניות איז א ריזיגע שם הכולל וואס קען באדייטן פון א ווארעמע דאווענען ביז א פילאזאפישע שפינאזיען גאט. ווען אידן ביי אונז רעדן וועגן רוחניות, מיינט מען געווענליך געוויסע פסיכאלאגישע געפילן, ווי ווארעמקייט, באגייסטערונג, התעוררות, וכו'. א פילאזאפישע רוחניות איז שוין שווערער צו דעפינירן.
אז מען רעדט פון קאנט קומט דא ענדערש אריין noumenon and phenomenon. וואס די לעצטע איז די "זאך אליין" און די ערשטע איז ווי אזוי מיר שפירן די זאך. לכאורה וואלט מען די Noumenon באצייכנט אלס רוחניות אין פילאזאפיע, און קאנט האט טאקע גע'טענה'ט אז מיר האבן נישט קיין שום וועג ווי אזוי צו דירעקט וויסן וואס איז דאס די noumenon, כאטש עס איז מוכרח אז עס עקזיסטירט.

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:56 pm

· #222980
איז noumenon די זעלבע ווי perception ?
און וואס מיינסטו צו זאגן אז ס'איז זיכער אז ס'עקזעסטירט ?

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:59 pm

· #222981
די טיפיקל רוחניותדיגע מושגים זענען
נבואה, מלאכים, קדושה, נשמה, וכדומה, וואס זענען זאכן וואס מ'קען נישט מאכן קיין עקספירימענטן צו זיי עקזעסטירן.
ספיריטעל עקספיריענסעס איז דאך סוביעקטיוו ס'דא ווער סווערט איבער גענומען ביים כותל און ס'דא ווער ס'ווער איבער גענומן אין סענט פיטערס בעסילעקע.

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:47 pm

· #222987
נהורא נפישא
די טיפיקל רוחניותדיגע מושגים זענען
נבואה, מלאכים, קדושה, נשמה, וכדומה, וואס זענען זאכן וואס מ'קען נישט מאכן קיין עקספירימענטן צו זיי עקזעסטירן.
ספיריטעל עקספיריענסעס איז דאך סוביעקטיוו ס'דא ווער סווערט איבער גענומען ביים כותל און ס'דא ווער ס'ווער איבער גענומן אין סענט פיטערס בעסילעקע.

ווען א מענטש רעדט פון אזעלכע הויכע מושגים, רעדט ער געווענליך פון א ספיריטועלער געפיל נאר אסאך העכער. למשל, קדושה באדייט א געפיל פון הויכקייט און ריינקייט, א נשמה איז דער שם הכולל פאר אלע "רוחניות'דיגע" געפילן פון דעם מענטש אין א שטארק מוגזמ'דיגע וועג, און אזוי ווייטער. עס זענען דא אסאך זאכן וואס מ'קען נישט עקספערימענטירן און דאך איז פשוט אז זיי זענען אמת. ווי שיינקייט, ליבשאפט, וכו'.

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:53 pm

· #222991
פארייכער א לילקע ציבעך וועסטו קלוגער ווערן

מילכיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:40 am

· #222996
דערמאנונג!!!
.You will never live if you are looking for the meaning of life
קרעדיט: יאיר בשם אחד מחכמי האומות.

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:11 am

· #223007
יאיר
רוחניות איז א ריזיגע שם הכולל וואס קען באדייטן פון א ווארעמע דאווענען ביז א פילאזאפישע שפינאזיען גאט. ווען אידן ביי אונז רעדן וועגן רוחניות, מיינט מען געווענליך געוויסע פסיכאלאגישע געפילן, ווי ווארעמקייט, באגייסטערונג, התעוררות, וכו'. א פילאזאפישע רוחניות איז שוין שווערער צו דעפינירן.
אז מען רעדט פון קאנט קומט דא ענדערש אריין noumenon and phenomenon. וואס די לעצטע איז די "זאך אליין" און די ערשטע איז ווי אזוי מיר שפירן די זאך. לכאורה וואלט מען די Noumenon באצייכנט אלס רוחניות אין פילאזאפיע, און קאנט האט טאקע גע'טענה'ט אז מיר האבן נישט קיין שום וועג ווי אזוי צו דירעקט וויסן וואס איז דאס די noumenon, כאטש עס איז מוכרח אז עס עקזיסטירט.

מיר האט אויסגעקוקט ווי נהורא איז א הארד-קאר עמפיריסיסט. איך גלייב אז אויב קאנט וואלט דעבאטירט דעוויד הום וואלט ער זיך נישט דערוואגט צו דערמאנען Noumenon אלס א ראיה אז זאכן קענען עקזיסטירן אנע עקספיריענסעס.

נהורא נפישא » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 4:45 am

· #223014
יאיר, ליבשאפט און שיינקייט זענען אמת'דיג? וואס מיינט דאס, אז זיי עקזעסטירן אמת'דיג אומהאפהענגיג פונעם געדאנק ? און וואס דו זאלסט מיינען מיט די ווארט אמת'דיג פון וואנעט ווייסטו אז זיי זענען אמת אויב ס'איז זיי אוממעגליך צו עקספירימענטן, סיידן אז די מיינסט מיט שיינקייט ארדענונג און סדר וואס איז מער אן אבסטראקער מעטעמאטישער באגריף וואס איז ווייטער נישט קיין עקזעסטירנדער זאך כשלעצמו, ס'קען הערשן ארדענונג לויט א געוויסע קאטעגאריע, און הערשן אן אומארדענונג לויט א צווייטע קאטעגאריע, ס'איז אבסטראקט מכל וכל.
ווידעראום ליבשאפט, איז א פערסעפשאן פון א געוויסע ניוראלאגישע עקספיריענס, וואס עקזעסטירט נישט אין קיין שום פארם אומהאפהענגיג פון איזער געדאנק.
און למשל אז איינער נעמט אן העלוציענערישן דראג ווערט דען פלוצלינג נולד נייע רוחנישע מושגים ?
מאטי, איך בין לאו דוקא אן אמפיריסיסט, אדרבה מיר ווייסן אז די מענטש ווערט געבוירן מיט איינגעבוירענע אינקסטינקן, איך בין שטארק מסופק צו עפיסטימאלעדזשי האט בכלל א חשיבות ווען ס'האט זיי געפעלט אזויפיל אינפארמאציע וויאזוי די מח ארבעט, מאדערן פסיכלאגיע זאגט אינז פול מער ווי די אלע אלטמאדישע פיליזאפיעס.
לאמיך אביסל מער מסביר זיין מיין שאלה, סייענס קען אויפווייזן אז עס עקזעסטירט א פיזישע וועלט וואס ארבעט לויט די געזעצן פון די נאטור, מיט עקספירימענטן קען מען אויך מער לערנען די געזעצן פין פיזיקס, מ'האט אמאל ווייניג געוויסט ריכטיג די געזעצן פון נאטור, ווצבש"פ בעפאר מ'האט פעסגעשטעלט גרעיוועטי, האט מען געגעבן פארשידענע מעטאפיזישע הסברים פארוואס יעדע חומר ציעט צו ארציות, און פייער גייט אויף ארויף ווייל זי שטרעבט לצור מחצבתה, מ'האט געמאכט אסאך פארשריט משך די יארן אפצולערנען די נאטור, פארשידענע נאטורליכע פענאמען וואס מ'האט אמאל נישט געקענט פארשטיין וויאזוי זי ארבעט, האט מען משך די יארן געטראפן הסבר, עד היום זענען געבליבן פארשידענע תופעות, וואס פעלט נאך אויס הסבר.
ווי געזאגט פלעגט מען זיך אן עצה געבן צו פארענטפערן אט די אלע שוועריגקייטן מיט מעטאפיזיקס, מעטאפיזיקס איז די פשט אז ס'איז פארהאן עפעס אין דרויסן פון פיזיקס וואס טוט באווירקן פיזיקס
למעשה כאטש מ'האט געקענט אבזערווירן די אזוי געריפענע מעטאפיזישע פענאמען, האט מען אבער קיינמאל נישט געקענט פעסשטעלן אז די פענאמען איז באמת באווירקט געווארן אינדרויסן פון פיזיקס, פאקטיש קען מען אפילו נישט אויפווייזן אז א מעטאפיזיקס עקזעסטירט בכלל, אחוץ אז דו ווילסט עס נוצן פון א פאעטישן שטאנדפונקט.
יעצט מ'קען פארשטיין וויאזוי א טיאריע פין מעטאפיזיקס איז נולד געווארן, וויל ווי געזאגט עקספיריענסן מיר דאך אויך ספירטואלע עקספיריענסעס וואס ברענגט אינז אריין א געדאנק אז עס איז ווירקליך דא א רוחניותדיגע דימענסיע, ווען פאקטיש די עצם מושג פון מאטעפיזיקס שלאגט פאר אז מ'קען איר נישט פעסשטעלן, און איז א סתירה מיניה וביה.
מיין שאלה איז פארוואס דארף מען צוקומען צו א טעאריע פון מעטאפיזיקס, ווען מ'קען זאגן אז מיר זענען א מוגבל אויך לגבי די געזעצן פון פיזיקס, וכבר היה לעולמים.

נהורא נפישא » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:08 am

· #223018
יאיר
נהורא נפישא
די טיפיקל רוחניותדיגע מושגים זענען
נבואה, מלאכים, קדושה, נשמה, וכדומה, וואס זענען זאכן וואס מ'קען נישט מאכן קיין עקספירימענטן צו זיי עקזעסטירן.
ספיריטעל עקספיריענסעס איז דאך סוביעקטיוו ס'דא ווער סווערט איבער גענומען ביים כותל און ס'דא ווער ס'ווער איבער גענומן אין סענט פיטערס בעסילעקע.

ווען א מענטש רעדט פון אזעלכע הויכע מושגים, רעדט ער געווענליך פון א ספיריטועלער געפיל נאר אסאך העכער. למשל, קדושה באדייט א געפיל פון הויכקייט און ריינקייט, א נשמה איז דער שם הכולל פאר אלע "רוחניות'דיגע" געפילן פון דעם מענטש אין א שטארק מוגזמ'דיגע וועג, און אזוי ווייטער. עס זענען דא אסאך זאכן וואס מ'קען נישט עקספערימענטירן און דאך איז פשוט אז זיי זענען אמת. ווי שיינקייט, ליבשאפט, וכו'.

נעם למשל נבואה, נבואה שטעלט מיט זיך פאר וויסן א געוויסע עתידות, נישט קיין נפקא מינה די אלע מאטעפיזישע הסברים ווי שכל הנבדל, פיזיש איז אוממעגליך צו וויסן עתידות, מ'קען זיך פארשטעלן עתידות, מ'קען צוטרעפן עתידות, אבער וויסן בבירור דאס איז אוממעגליך, על אף מ'זאל אננעמן א דיטערמעניסטישע קוק, איז נ אך אלס אוממעגליך פאר א ילוד אשה דאס אויסצוחשבונ'ן אלא מאי אז איינער זאגט נבואות אדער האט ער נישט געוויסט נאר צוגעטראפן, אדער האט ער יא געוויסט פון א צינור אינדרויסן פון פיזיקס, קומט אויס אז נבואה איז א מעטאפיסישע קאנצעפט, מ'קען אבער נישט עקספירימענטן צו זי עקזעסטירט צו נישט.

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:10 pm

· #223076
איז א מאטעמאטישע מושג רוחניות?

<a class="postlink" href="http://plato.stanford.edu/entries/platonism-mathematics/">http://plato.stanford.edu/entries/plato ... thematics/</a>

יאיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:31 pm

· #223087
ווען נהורא איז א פלאטאניסט עפנט ער נישט דעם אשכול 😂
יעצט קלער איך, נהורא נפישא איז א רוחניות'דיגע מושג און מיר זעען דא קלאר אז ער עקזיסטירט.

מילכיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:46 pm

· #223098
א פילוסוף שיסט אויס אין געלעכטער?

יאיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:50 pm

· #223100
ביי פילאזאפן איז דער גאנצער וועלט אן אומגעלונגענער וויץ וואס גאט האט געמאכט. בפרט ביי אן אבסורדיסט כמוני.

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:56 pm

· #223102
יאיר
ווען נהורא איז א פלאטאניסט עפנט ער נישט דעם אשכול 😂
יעצט קלער איך, נהורא נפישא איז א רוחניות'דיגע מושג און מיר זעען דא קלאר אז ער עקזיסטירט.


פארוואס זאגסטו ער וואלט נישט, ווייל ער וואלט זיכער געגלייבט אין form?

מילכיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:01 pm

· #223104
יאיר
ביי פילאזאפן איז דער גאנצער וועלט אן אומגעלונגענער וויץ וואס גאט האט געמאכט. בפרט ביי אן אבסורדיסט כמוני.

האלט אייך אן. איר עט באצאלן פאר דעם. "בעליוו איט אר נאט".

נהורא נפישא » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:25 pm

· #223129
א דאנק פאר יעדער וואס באטייליגט זיך דא בפרט אזעלכע ריזן ווי יאיר, לעיקוואד און מאטי.
למעשה האלט איך נאך ביי סקווער 1, ווער קען מיר דעפינירן רוחניות אז ס'זאל נישט זיין קיין סתירה מיניה וביה, רוחניות מיין איך די עצם נישט די הרגשה, צבש"פ קדושה איז א הרגש, אבער אן עצם אויך למשל די בית המקדש איז א הייליג פלאץ נישט קיין נפק"מ אויב מענטשן זענען דאס מכבד אדער שפירן זיך דערהויבן דארט.
אט די סארט רוחניות ווי אויך נבואה, מלאכים, וכו' ווער קען אראפגעבן א גוטן דעפיניציע.

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:52 pm

· #223137
זיי אביסל בעסער מסביר דיין פראגע. דאס אז מענטשן און הייזער קענען האבן קדושה, מיינט נישט אז ס'איז דא אן אנדערע מציאות פון קדושה. בלויז אז מענטשן קענען שפירן, און הייזער נישט.

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:19 pm

· #223142
ווער זאגט א בית המקדש האט קדושה אן מענטשען? עיין משך חכמה. ואמרו רז''ל ממקדשי תיראו לא מהמקדש אתה מתיירא אלא ממי שציווה על המקדש.
ועוד, מה לקדושה ורוחניות?

בכלל די ווארט רוחניות טרעפט זיך נישט בדברי התורה וחז''ל און איז א המצאה פון מיטל אלטער מתרגמים.

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:31 pm

· #223148
מ'רעדט דאך ווען ס'איז יא דא קדושה, דאן ליגט דאס יא אין די שטיינער?

קול דודי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 5:50 pm

· #223187
מאטי
אפילו נישט, וואס טיש זאל נאר נישט זיין, איז דאס א דעזעגנירטע מציאות פון "טיש" קעגן די איבריגע מציאות וואס איז "נישט טיש" חוץ אויב "אלעס איז טיש" וואס דאן ווערט דאס אויס טיש און רופט זיך "אוניווערס".

דאכצעך די ווילסט זאגן אז מקום (און זמן) פעלן אויס כדאי מ'זאל קענען פונאדערשיידן איין מציאות פונ'ם צוייטן. אבער איך מיין דאס איז נישט גערעכט. למשל, צוויי עלעקטראנס קענן זיין אופן זעלבן מקום-זמן ווילאנג זיי האבן אנדערע ספי"ן. דאך זענען זיי צוויי עלעקטראנס, נישט איינס. מערק אויך אז עלעמענטארי פארטיקלס נעמען בעצם נישט אויף קיין פלאץ בכלל. (בפשטות -- אבל יש להאריך בזה.)

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 6:09 pm

· #223191
איך רעדט במחשבה.

קול דודי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 6:15 pm

· #223194
מאטי
איך רעדט במחשבה.

איך ווייס נישט. איך האב נישט קיין פראבלעם זיך פארשטעלן א מציאות אן דעם מושג פון מקום.

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 6:20 pm

· #223195
דאן ווי אזוי דעפינירסטו דעם מציאות קעגן די איבריגע מציאות'ר אין דיין מחשבה.

קול דודי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 6:29 pm

· #223200
[ציטאט אראפגענומען]

אוודאי. מסתם אי דער ארון געווען אן עלמענטארי פארטיקל. כ'פארשטיי נאר נישט ווי אזוי מ'האט געקענט אריינלייגן עפעס אינעווייניג.

קול דודי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 6:34 pm

· #223202
מאטי
דאן ווי אזוי דעפינירסטו דעם מציאות קעגן די איבריגע מציאות'ר אין דיין מחשבה.

איינס איז פלירטלעך אין די אנדערע איז העלטלעך, וכדומה. זיי האבן פראפערטי"ס וואס זענען אנדערש, על אף וואס זיי זענען תופס די זעלבן מקום. איך זעי נישט דעם פראבלעם.

נהורא נפישא » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 6:50 pm

· #223206
לעיקוואד
ווער זאגט א בית המקדש האט קדושה אן מענטשען? עיין משך חכמה. ואמרו רז''ל ממקדשי תיראו לא מהמקדש אתה מתיירא אלא ממי שציווה על המקדש.
ועוד, מה לקדושה ורוחניות?

בכלל די ווארט רוחניות טרעפט זיך נישט בדברי התורה וחז''ל און איז א המצאה פון מיטל אלטער מתרגמים.

א) ווען די זאגסט מה לקדושה ולרוחניות, צו וואספארא רוחניות ביסטו זיך מתייחס ?
ב) נניח מיר וועלן אננעמן ווי די משך חכמה, אז קדושה איז נישט א מושג כשלעצמו ס'טוט סך הכל מתאר זיין די הרגש פון קדושה, און לכאורה קען מען אזוי זאגן לגבי טומאה וטהרה, אבער וואס וועסטו טוען מיט אנדערע מושגים רוחניים ווי מלאכים, נבואה, נשמה, גן עדן וגיהנם, נסים ועוד, וואס זענען אלע מעטאפיזישע מושגים אבער דארפן צו האבן א כח צו באווירקן און אויסקרויזן די געזעצן פון די נאטור.
ג) לגבי חז"ל, דאס אז די מושג רוחני ווערט נישט דערמאנט מיט דעם נאמן איז נישט קיין הכרח אז די געדאנק פון רוחניות געפינט מען נישט ביי חז"ל פונקט אזויווי חכמת הדקדוק ווערט אויך נישט דערמאנט בעפאר ס'איז פורמילאזירט געווארן אין מיטלאלטער, פונדעסטוועגן האט די כללי הדקדוק עקזעסטירט בעפאר
הגם ס'איז א סוגיא פאר זיך, אויב לפי פשטות החז"ל זענען זיי פון די מגשימים לגבי מציאת הבורא, מלאכים, גן עדן וגיהנם, די רמב"ם מטעמים מובנים איז פארנומען אראפרייסן די וואס זענען מגשים שכר ועונש לפי פשטות דברי חז"ל וכ"ש לגבי מציאות הבורא וואס ער באצייכנט אלס כפירה.
בלאט: 1 2