☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » ענגליש המודיע ווערט פיצי

ענגליש המודיע ווערט פיצי

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7149

בשבילי! » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 4:52 pm

· #222852
ענגליש המודיע ווערט פיצי
דער המודיע האט זיך געטוישט סייז, כמעט ווי א מאגאזין פארמאט ארומגענומען מיט א פלאסטיק.

rps20140910_165048_221.jpg

אפטעמיסט » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 4:59 pm

· #222855
וואס איז פשט?

בשבילי! » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:02 pm

· #222857
דיין בילד איז כאטש בעסער. וואס ליגט טאקע דערונטער, וואו וועט אלעס אריינגיין אין אזא קליינעם סייז? ס'קוקט נישט אויס דיקער.

אפטעמיסט » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:06 pm

· #222859
רוב צייטונגען אין מדינת ישראל קומען מיט סטעיפלס. כ'האב טאקע קיינמאל פארשטאנען פארוואס מען טוט נישט אזוי אין אמעריקא.

מ גפני » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:06 pm

· #222860
מעגליך זיי האבן געטוישט פרינטער אזוי ווי די בלאט וואס איז אויך געווארן נידריגער (תרתי משמע..) און מיט סטעפלס

ישראל קאפקע » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:12 pm

· #222861
[ציטאט אראפגענומען]

, Wow, what a coincidence I too got the mini Hamodia today!! 😛

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:18 pm

· #222864
וואס איז פשט?
העמיר זעען וואס דער איד וועט טון יעצט, זיי האבן דאך פרובירט נאכצומאכן די המודיע, יעצט האט די המודיע נאכגעמאכט דער בלאט...

בשבילי! » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:25 pm

· #222865
ס'נישט נאכגעמאכט דעם בלאט. די בלאט קוקט אויס ווי א מידזשעט, די ברייט איז נישט פראפאציאנאל מיט די הויעך.

בשבילי! » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:33 pm

· #222867
אין די מינטיים, המודיע'ס הויפט קאנקורענט דער יתד נאמן גייט אן ווי אלט פארצייטיש. ער האלט נאך פארן מאכן אפטיילונגען, א זאך וואס אלע צייטונגען טוען שוין לאנג. ביי אים איז אלעס אין איין גראבע דיקן טשולענט טאפ.

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:38 pm

· #222868
רותי ליכטנשטיין, די עדיטאר און בעה"ב פון המודיע האט אינטערגענומען א קאמפיין איבערצומאכן די גאנצע קאמפאני. זיי האבן לעצטענס געשלאסן מקח אויף א נייע HQ בילדינג, איבערגעמאכט די וועבסייט, און אביסל געטוישט בינה מאגאזין. יעצט איז די רייע אויף די צייטונג.

אויסגערוט » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:43 pm

· #222956
אפשר אלס מאגאזין וועלן זיי פאוקוסן אויף איין דירעקשן. זייט זיי האבן אנגעהויבן מאכן אפאר סעקשנס איז עס געווארן שרעקליך בארינג

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:23 pm

· #222985
אין מיינע אויגן איז עס א פורים און פון א שטאט-מאן צייטונג האט עס געקריגן דעם פארמאט פון דער וויקלי לינק.
אויסער דעם סלאגאן '' see the world differently איז גארנישט אימפערסיוו און סך הכל געשניטן די קאסטן פון דרוק.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:10 am

· #223003
א גוטע שריט. ס'איז קלאסיש.
ס'איז אביסל נעריש פון זיי אז וואכן פארדעם זענען געווען אסאך עד'ס אז סעפטעמבער 10 גייט קומען עפעס מורא'דיג... כאילו מ'האט געטראפן די אפר פרה אדומה..

אגב, זיי הערן נישט אויף צו טוישען, פאר א שטיק צייט צוריק איז יעדע ארטיקל געווען א באזונדערע ביילאגע.

שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:39 pm

· #223113
מיין רעבעצין זאגט מיך יעצט אז אונז האבן באקומען היינט אויפן פאוסט די המודיע, פריי פון אפצאל

בשבילי! » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:46 pm

· #226660
דיין לינק פירט נישט צו צום FAQ .

ונבנתה העיר » מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:27 pm

· #228356
איך ווייס נישט אויב עס איז בכוונה, אבער זייט דער ענין מאגאזין האט באקומען איהר נייע צורה (וואס געפעלט מיר אינגאנצן נישט) זעהט אויס ווי זי זוכט זיך מער אהערצושטעלן פאר פרויען ליינער, די יעצטיגע אויסגאבע האט בערך 5 ארטיקלן געשריבן דורך מענער, קעגן בערך 16 געשריבן דורך פרויען.

אז מען רעדט שוין, מרדכי שמוטער'ס וועכענטליכע הומאר ארטיקלן דארפן ארויסגעהויבן ווערן לשבח, לאו בכל יומא מתרחיש.

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:47 pm

· #228364
אויסגערוט
אפשר אלס מאגאזין וועלן זיי פאוקוסן אויף איין דירעקשן. זייט זיי האבן אנגעהויבן מאכן אפאר סעקשנס איז עס געווארן שרעקליך בארינג

איך האב נאך א טענה צו המודיע: אין זייער "ענין" מאגאזין ברענגען זיי אמאל צוציענדע העדליינס איבער א געוויסע טאפיק וואס זיי גייען באשרייבן. אבער למעשה געבן זיי זיער ווייניג קראנטע אינפארמאציע. חוץ וואס דער שרייבער צו פייערט זיך אמאל און דרוקט זיך אויס מיט מערערע לשונות איבער אן ענין.
למשל. זיי האבן דעם פארגאנגענעם זומער געברענגט אן ארטיקל איבער די אנטיסעמיטיזם פון גענעראל דזשארדזש פעטאן. איך האב געמיינט אז איך וועל אויסגעפונען נייע פאקטן אדער אינטרעסאנטע עפיזאדן. למעשה איז דער ארטיקל געוועין זייער שוואך באשריבן. מיט זייער ווייניג אינפארמאציע און פאקטן. איך וואלט געקענט צו לייגן לכה"פ נאך 50% פון פאקטן און אינטרעסאנטע עפיזאדן וואס איך האב געליינט פון אנדערע מקורות. א טייל פון זייערע שרייבער טוען נישט גענוג "ריסוירטש" איבער א סובדזשעקט, פאר זיי שרייבן אן ארטיקל...כנלענ"ד...!

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:51 pm

· #228367
ונבנתה העיר
איך ווייס נישט אויב עס איז בכוונה, אבער זייט דער ענין מאגאזין האט באקומען איהר נייע צורה (וואס געפעלט מיר אינגאנצן נישט) זעהט אויס ווי זי זוכט זיך מער אהערצושטעלן פאר פרויען ליינער, די יעצטיגע אויסגאבע האט בערך 5 ארטיקלן געשריבן דורך מענער, קעגן בערך 16 געשריבן דורך פרויען.

אז מען רעדט שוין, מרדכי שמוטער'ס וועכענטליכע הומאר ארטיקלן דארפן ארויסגעהויבן ווערן לשבח, לאו בכל יומא מתרחיש.

ר' ונבנתה: ייש"כ. אבער איך האב שוין כמה פעמים געטרייט צו ליינען די ארטיקלען פון מרדכי שמוטטער. איך זעה אבער נישט די הומאר...כ'ווייס נישט. אפשר איז דער פעלער אין מיר? אבער בדרך כלל כאפ איך יא א דזשאוק. אדער א הומאריסטישן ארטיקל. אבער דא פעילט עפעס...!

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:54 pm

· #228370
מענין לענין: די הומאר ארטיקלען פון ארנאלד פיין ע"ה, אין דזשואיש פרעסס זענען יא געוועין געשמאק צו ליינען. כאטש דער רוב קנין ורוב בנין פוןנ'ם צייטונג/מעגעזין איז געוועין סימפליסטיק און כמעט נאריש...!

ונבנתה העיר » מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 11:16 pm

· #228375
בערל, עס האט מיר גראדע גענומען א צייט צו קומען צום טעם, ער האט אן אייגנארטיגע מהלך [מסתמא האט עס אן אפיציעלע נאמען], ער שטעלט זיך נישט אוועק זאגן 'דזשאוקס', ער שרייבט כאילו אראפ וואס ס'לויפט איהם דורך בשעת'ן קלאצן, ער קען רעדן און רעדן און גארנישט זאגן, אויך באנוצט ער זיך כסדר מיט פאנס - פון דיינע פעיוואריטס.

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 11:43 pm

· #228383
ונבנתה העיר
בערל, עס האט מיר גראדע גענומען א צייט צו קומען צום טעם, ער האט אן אייגנארטיגע מהלך [מסתמא האט עס אן אפיציעלע נאמען], ער שטעלט זיך נישט אוועק זאגן 'דזשאוקס', ער שרייבט כאילו אראפ וואס ס'לויפט איהם דורך בשעת'ן קלאצן, ער קען רעדן און רעדן און גארנישט זאגן, אויך באנוצט ער זיך כסדר מיט פאנס - פון דיינע פעיוואריטס.

דעם חלק ביניך מודה. איך האב טאקע א הנאה פון דעם. אבער דאך. איך מיין אז טאקע דער המודיע (אדער אן אנדער צייטשריפט) האט געהאט א קאלום א יעדע וואך פון א פרוי מיט'ן נאמען "קיילא קאכלעפל". זי האט געברענגט פאני סיטואציעס און מצבים וועלכע האבן מיר אלעמאל געמאכט לאכן. אפילו די מעשיות פון ר' נחמן סעלצער קענען צו מאל מאכן איינעם לאכן. אבער אולי יש תקוה. אפשר וועל איך נאך אמאל כאפן דעם טעם פון זיין הומאר...!

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:19 pm

· #297305
Re: ענגליש המודיע ווערט פיצי
אין דער בלאט די וואך שטייט גראדע ענליכע דיבורים, אבער נישט אז מיר זענען 'קרובים'.

ונבנתה העיר » מוצ"ש מערץ 24, 2018 10:44 pm

· #398246
מו"ר ר' שמוטער שיחי' איז די וואך אריינגעפאלען מיט א נוצרישען קעפל - Dust to dust.

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 24, 2018 11:25 pm

· #398253
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: איך ליין עס נישט לעצטנס. (דאס איז מיין ווייב'ס קדשי קדשים. אן דעים קענמען קיין שבת נישט מאכן. אבער אפשר איז עס טאקע נישט מער ווי אן אילוזיע. אויב ס'איז אזוי ווי זי זאגט . אז די רעדוקציע איז נישט מער ווי 3%. אפשר איז די ספעיסינג מער צוזאמגעקוועטש. און ס'איז נישט דא די גרויסע ריווחים בין פרשה לפרשה. דאס איז אמאל מער ווי די סייז פון די פאנט...!

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 24, 2018 11:31 pm

· #398255
ונבנתה העיר
מו"ר ר' שמוטער שיחי' איז די וואך אריינגעפאלען מיט א נוצרישען קעפל - Dust to dust.

ונבנתה העיר: ס'איז אייגנטליך א פסוק. .."כי מעפר לוקחת. ואל עפר תשוב"...!

נאר ווייל די נוצרים האבן עס אויפגעכאפט. פונקט אזוי ווי זיי האבן א וועלט בארימטן מאמר.. אז דער וועג צום גהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות...! דאס איז דאך אן אייגנארטיגער מוסר השכל. אז א מענטש קען נישט זיין קיין היפאקריט. און טענה'ן מיינע כוונות זענען געווען גוטע. אפילו די מעשים זענען נישט גוט...! אויף דעם איז דא א חסיד'ישע טייטש אויפ'ן פסוק ..."בטח בה' ועשה טוב"...! דו זאלסט טאקע האבן ביטחון אין השי"ת. אבער דיינע מעשים דארפן אויכעט זיין גוט...!

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 24, 2018 11:38 pm

· #398256
ונבנתה העיר
בערל, עס האט מיר גראדע גענומען א צייט צו קומען צום טעם, ער האט אן אייגנארטיגע מהלך [מסתמא האט עס אן אפיציעלע נאמען], ער שטעלט זיך נישט אוועק זאגן 'דזשאוקס', ער שרייבט כאילו אראפ וואס ס'לויפט איהם דורך בשעת'ן קלאצן, ער קען רעדן און רעדן און גארנישט זאגן, אויך באנוצט ער זיך כסדר מיט פאנס - פון דיינע פעיוואריטס.

ונבנתה העיר: די פאנס האביך טאקע ליעב צו ליינען און הערן. אבער צומאל ברענגט ער א גאנצע מעשה און ער שילדערט א מצב. און ס'פרעגט זיך די פראגע..."מ'קען שוין לאכן"...! ווען מ'ליינט א גוטן דזשויק אדער א הומאריסטישע שילדערונג פון א געוויסן מצב, קענמען קוילערן פאר געלעכטער...! און ביי מר. שמוטטערער'ס ארטיקלען איז דאס אין 90% נישט דער פאל...!

ונבנתה העיר » מוצ"ש מערץ 24, 2018 11:50 pm

· #398257
berlbalaguleh
ונבנתה העיר
מו"ר ר' שמוטער שיחי' איז די וואך אריינגעפאלען מיט א נוצרישען קעפל - Dust to dust.

ונבנתה העיר: ס'איז אייגנטליך א פסוק. .."כי מעפר לוקחת. ואל עפר תשוב"...!

נאר ווייל די נוצרים האבן עס אויפגעכאפט. פונקט אזוי ווי זיי האבן א וועלט בארימטן מאמר.. אז דער וועג צום גהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות...! דאס איז דאך אן אייגנארטיגער מוסר השכל. אז א מענטש קען נישט זיין קיין היפאקריט. און טענה'ן מיינע כוונות זענען געווען גוטע. אפילו די מעשים זענען נישט גוט...! אויף דעם איז דא א חסיד'ישע טייטש אויפ'ן פסוק ..."בטח בה' ועשה טוב"...! דו זאלסט טאקע האבן ביטחון אין השי"ת. אבער דיינע מעשים דארפן אויכעט זיין גוט...!

דער מקור איז טאקע פון פסוק, אבער דער לשון איז פון די תפלה הידועה earth to earth וכו'.