☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » די מיני הארץ אטאקע וואס מען כאפט ווען..

די מיני הארץ אטאקע וואס מען כאפט ווען..

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7125

סמבטיון » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 2:53 pm

· #222156
די מיני הארץ אטאקע וואס מען כאפט ווען..
די עלעוועטאר אינמיטן פארען, געבט זיך א האסטיגע שטעל אפ.

א קאר מאכט א שארט סטאפ א סענטימעטער אוועק פון דיר.

די ביזט האלב פארשלאפן אין די פילסט פליצלינג ווי די גייסט טראסקענען..

די ליינט עפעס וואס די האסט נישט געוואלט וויסען.

זייטס ממשיך...

פליקער » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 3:11 pm

· #222169
ווען מען טעקט און מען דרייווט און מען קראכט אריין אינעם פאדערשטן קאר

ווען א פליס זעיט דיך ספידן צי דורך פארן א רויט לייט

green sunday » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 3:29 pm

· #222177
פארסט אויפן הייוועי אויף 85+ אין די באמערקסט א פאליס אינדערזייט

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 4:10 pm

· #222187
[ציטאט אראפגענומען]

I love it....

יעדער לאכט » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 5:44 pm

· #222230
ווען דו לייגסט אריין די הענט אין טאש און דו פיהלסט אז דיין פאון איז נישט דארט.

דריידל » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 9:01 pm

· #222300
ווען די האלטסט אינמיטן שרייבן אויף ק"ש און די ווייב/שווער/טאטע/ארבעטסגעבער וואקט אריין.

לאליפאפ » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 9:26 pm

· #222310
ווען דו זעסט צוויי מיסד קאלס פון דיין באס צוויי שעה נאך די ארבעט.. (וואס קען ער וועלן? 🙄 )

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 9:33 pm

· #222312
ווען דו שטייסט אויף שפעט שבת אינדערפרי און דו וואקסט צו שומר שבת און פליצלינג אפס...דיין שווער קימט דיך אנטקעגן

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 9:35 pm

· #222314
דערמאנסט דיך אין די עיר פארט בשעתן ווארטן פאר די רענצליך אז האסט געלאסט דיין טלית אין תפילין אויפן פליגער

ציבעלע-קיגל » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 9:54 pm

· #222317
ווען דו שיקסט א טעקסט מעסעדז' מיט א קנאקעדיגע ( שמיציגע ) דז'אק און דו באמערקסט אז דו האסט דאס "בטעות" געשוקט צום רב

לאליפאפ » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 9:56 pm

· #222318
ציבעלע-קיגל
ווען דו שיקסט א טעקסט מעסעדז' מיט א קנאקעדיגע ( שמיציגע ) דז'אק און דו באמערקסט אז דו האסט דאס "בטעות" געשוקט צום רב

שוין גארנישט אזא מיני...

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:03 pm

· #222319
וועלכע רב האט טעקסט?

ציבעלע-קיגל » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:05 pm

· #222321
שמעקעדיג
וועלכע רב האט טעקסט?


וועלעכע האט נישט?

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:54 am

· #222369
די קינדערס באס פארט אוועק.

די פרינטער לויפט אויס פון טינט אינמיטן א ביזי טאג.

מיין צוויי יעריגע לויפט צום גאס.

קאווע שטיבל איז אפליין.

די טעלעפאן פאלט אריין אין די וואנע.

די סמאוק אלארם צינד זיך אן ביים שכן.

די הויז שמעקט פון פייער, וואס קומט למעשה פון גאס.

די עקסטערע סקונדע ס'זעהט אויס די EZ PASS ארבייט נישט.

א ק"ש ארטיקל מעקט זיך אויס.

מיין ווייב טרעפט א רעסיט פון א שיינע נדבה.

מיין אינגל צוברעכט זיין גלעזער צום פיפטן מאל.

איך זעה א פארקינג טיקעט אויפן קאר.

א סטאר מאכט זיך צו די מינוט איך קום אן.

איך פארפאס מיין פלייט.

אויף א העווי GW Bridge ווינטער פרייטאג נאכמיטאג.

מ'לויפט אויס פון געז אויפן טרוועי.

מ'האט פארגעסן צו קויפן כריין.

די טשולענט איז געווארן פארשימעלט.

מ'איז געפארן צו א שמחה און פארגעסן די שטריימעל.

געפארן אויף וואקאציע און פארגעסן די תפילין.

לאליפאפ » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:42 pm

· #222462
זיך כאפנדיג אין מקווה אז דו גייסט דארפן צו קומען צו עפעס א בחורל'ס טובה ער זאל דיר ברענגן א ריינע האנטוך פונדרויסן..

zurich » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:10 pm

· #222480
לאליפאפ
זיך כאפנדיג אין מקווה אז דו גייסט דארפן צו קומען צו עפעס א בחורל'ס טובה ער זאל דיר ברענגן א ריינע האנטוך פונדרויסן..

Lol אדער ווען דו קימסט ארויס פון מקווה און דו ווילסט גיין אין שאאער און ס' נישט דא קיין זייף צו באקימען נישט צום גאנבענען און נישט צו נעמען...

ציבעלע-קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 3:44 pm

· #222557
אין מיטן דרייווען פילסטו אז דו דארפסט מאכען א נפיחה... אין דו מאכסט טאקע א "קלינגעדיע".

אין נאך דעם חאפסטו אז דו האסט פריער אויפגענומען איינער פאר א היטש...

אדער אפי' בעסער...

דו חאפסט זיך אז דו האסט זיך נאר פארגולם'ט און דו שטייסט יעצט אין מיט'ן שטילע שמונה עשרה.

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 4:05 pm

· #222567
ציבעלע-קיגל
אין מיטן דרייווען פילסטו אז דו דארפסט מאכען א נפיחה... אין דו מאכסט טאקע א "קלינגעדיע".

אין נאך דעם חאפסטו אז דו האסט פריער אויפגענומען איינער פאר א היטש...

אדער אפי' בעסער...

דו חאפסט זיך אז דו האסט זיך נאר פארגולם'ט און דו שטייסט יעצט אין מיט'ן שטילע שמונה עשרה.


ס'איז טאקע מער נישטא קיין נארמאלע וויצן אז מ'מוז גיין מיט אומאיידעלע?

סמבטיון » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 4:52 pm

· #222596
מעשטייט א מעניט אוועק פונעם טשעקין באדקע אין עירפארט, אין מען כאפט זיך אז מעהאט פארגעסן דעם פאספארט...

Kool man » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 4:59 pm

· #222599
מ'זאגט א אומאיידעלע דשאוק און מ'זעהט נאכדעם די שווער שטייט פון הונטען

ציבעלע-קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 5:33 pm

· #222607
יעדער לאכט
ציבעלע-קיגל
אין מיטן דרייווען פילסטו אז דו דארפסט מאכען א נפיחה... אין דו מאכסט טאקע א "קלינגעדיע".

אין נאך דעם חאפסטו אז דו האסט פריער אויפגענומען איינער פאר א היטש...

אדער אפי' בעסער...

דו חאפסט זיך אז דו האסט זיך נאר פארגולם'ט און דו שטייסט יעצט אין מיט'ן שטילע שמונה עשרה.


ס'איז טאקע מער נישטא קיין נארמאלע וויצן אז מ'מוז גיין מיט אומאיידעלע?


אבער געלאכט האסטו...

חלה דעקל » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 5:51 pm

· #222613
ווען די שטעלסט דיך אפ פאר איינעם וואס אויסגעלאפען פון געז אויפען הייוועי און טיסט אים א טובה פארסט ארויס פין דיין וועג א האלבע שעה, קומסט צוריק מיט א פילע באטל און די זעסט דעי יוד האט שוין לאנג אפגעפיצט....

ציבעלע-קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 6:00 pm

· #222616
חלה דעקל
ווען די שטעלסט דיך אפ פאר איינעם וואס אויסגעלאפען פון געז אויפען הייוועי און טיסט אים א טובה פארסט ארויס פין דיין וועג א האלבע שעה, קומסט צוריק מיט א פילע באטל און די זעסט דעי יוד האט שוין לאנג אפגעפיצט....


מי כעמך ישראל

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 6:34 pm

· #222627
ציבעלע-קיגל
יעדער לאכט
ציבעלע-קיגל
אין מיטן דרייווען פילסטו אז דו דארפסט מאכען א נפיחה... אין דו מאכסט טאקע א "קלינגעדיע".

אין נאך דעם חאפסטו אז דו האסט פריער אויפגענומען איינער פאר א היטש...

אדער אפי' בעסער...

דו חאפסט זיך אז דו האסט זיך נאר פארגולם'ט און דו שטייסט יעצט אין מיט'ן שטילע שמונה עשרה.


ס'איז טאקע מער נישטא קיין נארמאלע וויצן אז מ'מוז גיין מיט אומאיידעלע?


אבער געלאכט האסטו...

געלאכט פשוט ווייל "יעדער לאכט" ... אבער די וויץ איז מיר בכלל נישט פאני

סימפל » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:22 pm

· #222689
ווען מען רעדט זיך איין אז מען האט טשעסט פעין, און מען גייט כאפן אן הארץ אטאקע...

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:06 am

· #222720
ווען די קאמפיוטער אין גראסערי פייפט הויעך און לאזט שוין נישט אויפשרייבן

סמבטיון » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:08 am

· #222761
ווען מעוויל אריינווארפן א מיסט זעקל אין גארבידזש אין עס שפרינגט ארויס א קאץ גראד אין דיינע הענט.

דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:13 pm

· #222809
רויטע וואנצעס
די קינדערס באס פארט אוועק.

די פרינטער לויפט אויס פון טינט אינמיטן א ביזי טאג.

מיין צוויי יעריגע לויפט צום גאס.

קאווע שטיבל איז אפליין.

די טעלעפאן פאלט אריין אין די וואנע.

די סמאוק אלארם צינד זיך אן ביים שכן.

די הויז שמעקט פון פייער, וואס קומט למעשה פון גאס.

די עקסטערע סקונדע ס'זעהט אויס די EZ PASS ארבייט נישט.

א ק"ש ארטיקל מעקט זיך אויס.

מיין ווייב טרעפט א רעסיט פון א שיינע נדבה.

מיין אינגל צוברעכט זיין גלעזער צום פיפטן מאל.

איך זעה א פארקינג טיקעט אויפן קאר.

א סטאר מאכט זיך צו די מינוט איך קום אן.

איך פארפאס מיין פלייט.

אויף א העווי GW Bridge ווינטער פרייטאג נאכמיטאג.

מ'לויפט אויס פון געז אויפן טרוועי.

מ'האט פארגעסן צו קויפן כריין.

די טשולענט איז געווארן פארשימעלט.

מ'איז געפארן צו א שמחה און פארגעסן די שטריימעל.

געפארן אויף וואקאציע און פארגעסן די תפילין.


רויטע,
די משלים וואס די ברענגסט זענען טאקע נישט קיין בע'טעמ'טע זאכן און וואלט אפשר אריינגעפאסט אינעם אשכול "אומאנגענעמע מאמענטן.

א מיני הארץ א טאקע געשענט ווען עס פאלט א פלוצימדיגער פחד

יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 2:56 am

· #224961
די מיני הארץ אטאקע וואס מען כאפט ווען...
אינמיטן עסן די פינאט באטער סעדנוויטש, לייענט מען אז עס איז דא א ריקאל אויף די קאמפאני׳ס פינאט באטער אלס חשש פון סאלמאנעלא וויירוס...!
וליתר שאת ווען א מינוט שפעטער דאכט זיך אז די בויך טוט וויי...