☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער בעסטער פעטער

דער בעסטער פעטער

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7112

היימישער ליטוואק » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 5:08 pm

· #221860
דער בעסטער פעטער
ביטערע נייעס קומט פון ארץ ישראל. א ברסלב'ער בעל תשובה (עבירה), זינגער און כאריזמאטישער קולט-פירער האט מפתה גווען יידישע מיידלאך צו טוהן מעשים אשר לא יעשו מיט גויים, כדי ארויסצונעמן ניצוצות און דורך דעם ברענגן די גאולה שלמה.
דער 60 יעריגער מנהיג דוד דבש פון חברון, וועלכער רופט זיך אן מיטן צונאמן דער בעסטער פעטער (אדער "דער בעסטער דויד"?) האט מיט הילף פון זיין ווייב און נאך עטליכע חסידים זיינע, איינגרעדט פאר יידישע ווייבלאך צו זיין אונטער אינפלוענס פון אלקוהול און דראגס, און דאן טוהן דברים אסורים מיט גויים. ער האט זיי קודם מחזיר בתשובה (!) גווען און דערנאך דאס צוגערעדט, און איינגעזאגט אז דאס ברענגט צו די גאולה, דורך אויפהייבן די "ניצוצות" פון די גויים.
ער מיט נאך דריי אנדערע זענן אצינד ארעסטירט גווארן דורך די ישראל'ישע פאליס.

היימישער ליטוואק » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 5:09 pm

· #221861
אוי לנו כי חטאנו.
עד מתי לעדה הרעה הזאת? ווען וועט ברסלב עפעס טוהן צו ברענגן סדר אין זייערע רייען, און מוקיע זיין די אלע שווינדלערס און רשעים?
פ"וו קען זיך נישט צוזאמזעצן אלע פראקציעס פון ברסלב און אננעמן עפעס חוקי יסוד וואס אויב איינער שטעלט נישט צו - איז ער אנדרויסן?

היימישער ליטוואק » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 5:17 pm

· #221863
דא איז ער משמח דעם "צדיק פון יבנאל". איך האב גוואוסט אז חסידים האבן א גוטן שמעק

כוכב » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 5:27 pm

· #221866
סתם געהאקט אין קאפ.
מקען עפעס קאנטראלירן יעדן דראגי און בעל דמיון וואס פאררופט זיך על שם רבי נחמן. כאילו ברסלב איז עפעס שולדיג דא.

פארוואס? » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 6:20 pm

· #221882
פון אביסל לייענען, זעה איך אז די געשריי קומט פון להב״ה, (בנצי גופשטיין), וואס איז באקאנט א רעכטער עקסטרעמיסט, אקעגן דער משוגע׳נער הכי-טוב וואס איז א שוחר-שלום דארטן אין געגענט.
איך ווייס נישט וועמען צו גלויבן, עכ״פ, זאלן מיר כאטש וויסן מי נגד מי.

diff » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 6:52 pm

· #221889
He took shikses and paired them with shkotzim, And everybody is to blame

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 5:05 pm

· #222212
מען זאגט ער האט צופיל עוסק געווען אין הסתרה.