☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מכתב א': עצה צו מאכן געשמאקער די ימים נוראים דאווענען

מכתב א': עצה צו מאכן געשמאקער די ימים נוראים דאווענען

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7107

משיב לשואל » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 6:01 pm

· #221668
מכתב א': עצה צו מאכן געשמאקער די ימים נוראים דאווענען
א גוטן. ס'איז מיר ממש מרגש די שיינע אויפנאמע דא אין קאווע שטיבל. ס'איז מיר אויך אינטערסאנט וויאזוי מ'זעהט "לייקס".

פאלגענד איז א (גאנץ א פשוט'ע) בריוו געשריבן פאר א ידיד אלול תשע"ג. (געטוישט די נאמען צו קלמן)

-----------

בספרן של צדיקים ועשירים גמורים יכתב לטובה ולברכה, ידידי היקר, מחמד עיני, בן נאמן לאבינו שבשמים, האברך החשוב, קלמן הי"ו

אחדשה"ט באהבה.

לרגל השמחה בבית הורי שיחיו האב איך נישט געהאט קיין פרייע נעכט דיך צו ענטפערן בכתב ביז יעצט, זיי מיר מוחל – אויב האסטו געמיינט חלילה אז אויף אזא שאלה וועט נישט קומען קיין תשובה.

דו שרייבסט אינעם ערשטען פאראגראף: "די גאנצע חודש תשרי איז מיר א פרעשור...". – אויפן רגע איז מיר געווען שווער דאס צוגלייבן אויף דיר, קלמן. דו ביסט דאך בטבע א פרייליך מענטש, דו לעבסט, האסט ליב action וכדומה. אזא איינע ווי דיר וואלט חודש טבת – פון נאך זאת חנוכה ביז ט"ו בשבט, פשוט'ע טעג, געדארפט זיין "פרעשור". אבער "תשרי"?! ס'איז דאך איין שטיק געטואכטץ! מ'קומט מ'גייט, מ'קויפט מ'לויפט וכו' וכו'...

אבער ווי ס'שטעלט זיך ארויס בהמשך דיין בריוו איז דאס נישט די קוויטלן ביים רבי'ן; באזוכען זיידעס און באבע'ס; כפרה-שלאגן; אתרוג קויפן; און סעודות ביים שווער – וואס באדערט דיך. וואס ס'שטערט דיר באמת איז די לאנגע געדאווענעכץ ימים נוראים! און ווען דו טראכסט נאר פון די לעבעדיגע חודש תשרי הבעל"ט, קומט דיר ארויף אין זכרון דאס לאנגווייליקייט אין בית המדרש... יוצרות... לחץ פון ענדיגען עטליכע מאל ספר תהילים... וכדומה.

אני עמך, קלמן.

לויט די מצב וואס דו לייגסט אראפ איז מיר זייער פארשטענדליך פארוואס דו האסט אזא שווארצע בליק, איך וועל דיר מסביר זיין אויך פארוואס איך שפיר נישט קיין לחץ פון די תפילות אין ימים נוראים. און אז דו ווילסט, טוה וואס איך טוה, וטוב לך.

אונז האבן שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט, זה כלל גדול בתורה: ווען די תוצאות פון עבודת השם איז עצבות, שלעכטע גוסטע, נערוועזקייטן, איז דאס א סימן מובהק אז ס'טויגט נישט, ס'מעג נישט אזוי זיין. אדער איז דאס נישט רצון ה' בכלל, אדער ווערט דאס נישט געטוהן ריכטיג. געדענקסט אוודאי אונזער שמועס פון "תחת אשר לא עבדת וגו' בשמחה", אז השי"ת ברעגנט די אלע קללות אלץ אן עונש אויף וואס מ'באשולדיגט אים, כביכול, אויף די מענטש-געמאכטע פראבלעמען!! עבודת ה' הייבט זיך אן דורך – און ברענגט מיט זיך דערנאך - "שמחה".

איז צום ערשט, נאכן דורכגיין דעטאלן פון דיין בריוו, מיין איך, אז ס'בעיקר די פראקטישע/גשמיות'דיגע חלק וואס דארף א תיקון. הער מיך צו: די בית המדרש ווי דו דאווענסט ר"ה און יוה"ק טויגט נישט. קוק אהער: איך דאווען אין א בית המדרש ווי ס'דא געלונגענע בעלי-תפילות וואס שטעלן אהער א שיינע דאווענען. ס'דא בערך 300 מתפללים. אזוי, אז ווען איך בין אין די גוסטע קען איך מיך מיטכאפען, און ווען נישט איז נישט. איך בין נישט אזוי "וויכטיג" דארט אז כ'זאל מוזן מיט זאגן יעדע שטיקל, מיט זינגען יעדע תנועה'לע, אדער אפילו בכלל זיין דארט, כדי די תפילות זאל ווייטער פארן... קיינער קוקט נישט אויף מיין זייט צו איך קוק אריין א מחזור אדער אין א ספר. עס אינטערסירט נישט קיינעם צו מיין עטרה איז אויפן קאפ אדער סמוך ונראה כאילו רוקען עטרה.

משא"כ די בית המדרש ווי דו דאווענסט, ס'טאקע גוט צו פארברענגן דארט, ס'אלץ דא מיט וועם מיט צו רייכערען, אבער מיט קוים 30- 40 מתפללים, – און מיט א רבי'לע וואס ציעט - איז לכאורה נישטא די כלים וואס זענען מסוגל צו מאכן פילען א געשמאק (אדער לכל הפחות נישט פילען נעגאטיוו) אינעם דאווענען. מ'הערט נישט קיין זינגען, און אפילו די ניגונים וואס מ'זינגט יא זענען אלטע ניגונים וואס געהערט צו יענעם הויף וואס דו קענסט קוים.

קלמן, דו "געהערסט" נישט צו קיין "פלאץ", האסט נישט קיין ענין וואו דו מוזט דאווענען, ממילא האסטו א ליסטע מיט בתי מדרשים, פון אלע סארטן, אלע סייזעס, קלויבט דיר אויס איינס, קויף א זיץ, ברענג דיר מיט א ספר'ל, - פראביר עס אויס. (וואס איז מיט קראלי אויף 11th Ave ? אייזיק האניג דאווענט דארט, ס'איז א נוטראלע מקום. פרעג דיך נאך אויך אויף נייטרא, אויף 50 און 15). ביסט אוודאי welcome אין מיין שוהל, און אויב you don’t mind זיצען אויבן-אן, קען איך דיר שאפן א פלאץ next to me!

זיי מיר געזונט, טוה וויאזוי דו פארשטייסט. לאז מיך וויסן וואס דו האסט מחליט געווען.

הצלחה רבה, מאך א לעבן.

אגב, א גריס פון דיין ראש הכלל, כ'האב אים נעכטען געטראפן ביי יענקי'ס וואך-נאכט. פארשטייסט אליין אז ער האט געגעבן גוטע גריסן... ער זאגט דאך נאר דעם אמת...!!

ביי.
- מקום החתימה

פארוואס? » מוצ"ש סעפטעמבער 6, 2014 10:43 pm

· #221693
למעשה, וואס איז אין קורצן דער ענטפער פאר אזא איינער וואס זעהט נישט קיין צורך צו ארומ ציהען אזוי לאנג, און ער איז עס נאר געצוואונגען צו טאן צוליב דער ארום.

איחוד פעלד » מוצ"ש סעפטעמבער 6, 2014 11:21 pm

· #221702
ער זאל זיך טרעפען זאכען צו טוהן ביים דאווענען, ברענג מיט אינטרעסאנטע ליין מאטריאל, אויסער דעם איז קיין סאך נישטא וואס צו טוהן. איינער וואס האט ליב גליונות, קען ברענגען גליונות, איינער וואס האט ליב ספרים אין הלכה, קען דורכטוהן גאנצע ספרים אין הלכה, צ.ב.ש. מזוזה שלוח הקן, פדיון פטר חמור, און ווער ווייסט וואס נאך. א תשובת באר משה קען זיין זייער העלפפאל, כמעט אלע חלקים האבען זאפטיגע תשובות. פארשטייט זיך אז ווען מען זאגט פיוטים דארף מען אפאר מינוט מפסיק זיין און עכ"פ אנדרעפשען אפאר פיוטים כדי מען זאל דיך נישט האלטען פאר א קאמפליט באם.

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 6, 2014 11:43 pm

· #221704
איחוד פעלד
ער זאל זיך טרעפען זאכען צו טוהן ביים דאווענען, ברענג מיט אינטרעסאנטע ליין מאטריאל, אויסער דעם איז קיין סאך נישטא וואס צו טוהן. איינער וואס האט ליב גליונות, קען ברענגען גליונות, איינער וואס האט ליב ספרים אין הלכה, קען דורכטוהן גאנצע ספרים אין הלכה, צ.ב.ש. מזוזה שלוח הקן, פדיון פטר חמור, און ווער ווייסט וואס נאך. א תשובת באר משה קען זיין זייער העלפפאל, כמעט אלע חלקים האבען זאפטיגע תשובות. פארשטייט זיך אז ווען מען זאגט פיוטים דארף מען אפאר מינוט מפסיק זיין און עכ"פ אנדרעפשען אפאר פיוטים כדי מען זאל דיך נישט האלטען פאר א קאמפליט באם.

איחוד פעלד: ייש"כ. איך טוה טאקע אזוי. איך טרעף אייביג עפעס אן אינטרעסאנט ספר אין מיין ביהמ"ד. צו ס'איז א משנה ברורה, אדער א שו"ת ספר. איך זאג נאר די "פאבליק שטיקלעך" ווי איך רוף עס. די שטיקלעך וואס דער גאנצער עולם זאגט צוזאמען. איך קוק אפילו נישט אויפ'ן זייגער.און ביידע טעיג ראש השנה און יום כיפור פליען אדורך כהף עין... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 12:23 am

· #221708
👍 פאבליק שטיקלעך.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 4:19 am

· #221729
איר זאלט מיר אלע מוחל זיין א ביהמ" ד איז געמאכט צי דאוונען ווען יעדער דאוונעט. אקעי מאכט זיך אמאל איינער פארקוק זוך אינמיטען דאוונען, אבער לכתחלה גיין מיט א פלאן פון לערנען?
אז די האסט נישט קיין געדולד צי דאוונען שפאציר ארויס פון דארט.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 6:15 am

· #221731
פאראיאר האב איך ארויסגעפרינט גאנץ מטפחות ספרים פון היברו בוקס און דורכגעליינט במשך דעם יום כיפור.
הרב אליעזר בראדי שיקט ארויס יעדן יאר פאר ראש השנה און יום כיפור שיינע מאמרים אויף פארשידענע ענינא דיומא און סתם אינטערעסאנטע זאכן וואס איך פרינט אייביג ארויס.
עס איז גוט צו האבן א מחזור מיט פירושים, מ'זאל כאטש קענען אביסל זען שיינע פיוטים, אסאך מאל איז סתם פאן צו זען ווי די מטה לוי קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט'ן שווערן קליר.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 6:16 am

· #221732
נולד מאוחר
איר זאלט מיר אלע מוחל זיין א ביהמ" ד איז געמאכט צי דאוונען ווען יעדער דאוונעט. אקעי מאכט זיך אמאל איינער פארקוק זוך אינמיטען דאוונען, אבער לכתחלה גיין מיט א פלאן פון לערנען?
אז די האסט נישט קיין געדולד צי דאוונען שפאציר ארויס פון דארט.

אין דיין בית מדרש דאוונט מען ראש השנה? ביי אונז איז עס א געמיש פון זינגערייען, פאלשע קרעכצן, און נאז געבלאזעכץ.

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:20 am

· #221741
יאיר
נולד מאוחר
איר זאלט מיר אלע מוחל זיין א ביהמ" ד איז געמאכט צי דאוונען ווען יעדער דאוונעט. אקעי מאכט זיך אמאל איינער פארקוק זוך אינמיטען דאוונען, אבער לכתחלה גיין מיט א פלאן פון לערנען?
אז די האסט נישט קיין געדולד צי דאוונען שפאציר ארויס פון דארט.

אין דיין בית מדרש דאוונט מען ראש השנה? ביי אונז איז עס א געמיש פון זינגערייען, פאלשע קרעכצן, און נאז געבלאזעכץ.


און קלאצען צוהערען ווי א בעל תפלה ציט די ווערטער.

כוכב » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 9:02 am

· #221744
געמיינט דער מגיד שיעור וועט אים ענטפערן צו לערנען אבודרהם מיט יסוד ושורש העבודה און חזר'ן די טייטש.
אנשטאט זאגט ער אים דעם אמת, אהובי ידידי פאר קיין געפייניגאכטס האב איך אויך נישט קיין געדולד, טרעף דיך א שולעכל וואו משלעפט נישט, מיט גוטע בעלי תפלות, קויף דיר א ספר צו דער זייט אדער א מעלות, און ווען דו ווערסט לאנגווייליג קענסטו אלעמאל גיין הכנות אדער כאפן א ציגערעטל.
#פראקטיש

Kool man » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 10:24 am

· #221755
איך דאווען אין א שוהל ווי מ'דאווענט נישט שנעל אבער מ'ציהט נישט די קישקעס, מענטשליכע שיינע בעלי תפילות, נישט מורא'דיג אבער גענוג געשמאק און בא'טעמ'ט, פארשטייט זיך אז איך לייג ייר אין די זייט אפאר ספרים מענינא דיומא ווען ס'מאכט זיך אפאר ליידיגע מינוט, אבער די עיקר אז איך האב הנאה פונעם עצם דאווענען אויכעט, איך דאווען אליינץ שטאטער ווי אגאנץ יאר, ס'דאך ראש השנה אויף די וועלט, און מ'קען זיך יעצט אויסבעטען אויף די גאנצע יאר, ס'כדאי די אינוועסטמענט פון דאווענען שטאט און מיט כוונה די פאר טעג צו האבען א זיס געבענטשטע יאר

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 11:41 am

· #221770
פאר די וואס ווייסען נאך נישט,

<a class="postlink" href="http://ladaat.info/gilyonot.aspx">http://ladaat.info/gilyonot.aspx</a>

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 11:46 am

· #221771
Kool man
איך דאווען אין א שוהל ווי מ'דאווענט נישט שנעל אבער מ'ציהט נישט די קישקעס, מענטשליכע שיינע בעלי תפילות, נישט מורא'דיג אבער גענוג געשמאק און בא'טעמ'ט, פארשטייט זיך אז איך לייג ייר אין די זייט אפאר ספרים מענינא דיומא ווען ס'מאכט זיך אפאר ליידיגע מינוט, אבער די עיקר אז איך האב הנאה פונעם עצם דאווענען אויכעט, איך דאווען אליינץ שטאטער ווי אגאנץ יאר, ס'דאך ראש השנה אויף די וועלט, און מ'קען זיך יעצט אויסבעטען אויף די גאנצע יאר, ס'כדאי די אינוועסטמענט פון דאווענען שטאט און מיט כוונה די פאר טעג צו האבען א זיס געבענטשטע יאר



ביסט הונדרעט פראצענט גערעכט.

פין אנהייב דאווענען ביז נאך די שטילע שמונה עשרה איז זייער געשמאק, דאס ביסעל דרעפשען ביי יוצר אור קען מען נאך דערליידען, אבער איינמאל עס הייבט זיך אהן די הויכע שמונה עשרה, קען נעמען צוויי שעה, און מען טוט כמעט גארנישט, טאקע לאל עורך דין, נעמט אפאר מינוט, אבער די רעשט איז אביסעל זאגט מען און דערנאך הערט מען די בעל תפלה איבער זאגען די זעלבע זאך, און מען דאווענט נישט אפילו, מען זיצט סתם און מען הערט אויס, און עס קען גיין פאר פארשידענע אויף די נערווען.

אין הכי נמי, פאר די וואס האבען דאס ליב, געבענטשט זאלען זיי זיין, און זיי זענען זייער לאקי, אבער פאר אונז המון עם, איז עס אסאך מאל לאנגווייליג.

בפרט ווען מען זינגט ניגונים, ממה נפשך זינגט מען דער ניגון וואס איך זינג אויף כל מקדש, איז דאך פשוט אז די געדולט מעסטער איז געשפרונגען ביז הונדרעט, ווידער זינגט מען עפעס א ניגון וואס איך קען נישט, איז דאך סתם נישט אינטרעסאנט, און בכלל פארוואס דארף מען אזויפיל זינגען אוי אוי ליי ליי רומפ רומפ, דעמאלס דאווענט מען אויך?

שוין גענוג געשריבען, אבער מען קען דאך נישט אהיים גיין אויך נישט, און זיצען און קלאצען און פלאצען האט דאך אויך א שיעור, מוז מען אביסעל מאכען א פשרה, און לערנען אדער פארברענגען די צייט, אביסעל גיין אין בית הכבוד, שמעקען טאבאק בלאזען די נאז וכו'.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 11:56 am

· #221773
Kool man ווער האט דיר געזאגט אז דאוונען לאנג איז א סגולב די תפילות זאלן אנגענימען ווערן.
איך טראכט קורץ און קאנציטריערט מאכט א גרעסערע רושם אין הימעל.

Kool man » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 12:29 pm

· #221779
אין גער זאגט מען קוים עפעס יוצרות, מ'זינגט אפאר מארטשען און מ'ענדיקט 2:00 און מ'זעצט זיך נאכדעם לערנען, די זעלבע יום כיפור, פון מוסף ביז מנחה לערענט מען אפאר שעה, כ'מיין אז די וואס האבען אמת'דיק א פראבלעם זאלען זיך איינהאנדלען א זיץ אין איינץ פון די צעהן גערער שטיבלעך, און אלע פראבלעמס געסאלווט!
😎

ברסלבער » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 12:30 pm

· #221780
הרב משיב לשואל האט געענטפערט זייער גוט און פראקטיש, יישר כח.

נאך אן עצה וואס מען קען טוהן בין המצרים צווישן איין שטיקל און צווייטן ווען דער חזן ציהט מיט געזינגעראציעס, איז צו רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, און זיך אויסבעטן אלעס וואס מען דארף האבן במשך דעם יאר אן קיין לבושים.
ווער ס'געדענקט נאך די געוויין פון @יאיר ווען ער האט זיך אפגערעדט אז ער האט נישט געטראפן דעם שטיקל אין די ר"ה'דיגע דאווענען וואס זאל אים מאכן וויינען. די עצה אויף דעם איז אז מען זאל זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אלע שוועריקייטן וואס מען האט געהאט דוראויס די פארגאנגענע יאר, און בעטן אז די קומענדיגע זאל שוין זיין א בעסערע יאר.

פאר די וואס פארן אויף אומאן איז דא צוויי געשמאקע היימישע מנינים איינס איז ביי מוהרא"ש אין בנין המעגעמעטער, דארט ענדיגט מען בערך 2-2:30, זייער א היימישע געשמאקע פליסיגער דאווענען, אן קיין נערווען געציאכטס. די צווייטע איז די מנין פון שיינער וואו ר' יואל לעבאוויטש דאווענט, איך האב נישט געדאווענט דארט אבער לויט ווי איך האב געהערט איז עס זייער א שיינער דאווענען.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 2:05 pm

· #221815
אנאנים: ייש"כ. דו האסט גוט מעורר געוועהן אז אויב מ'נעמט א בוך מיט לאטיינישע אותיות צו ליינען קען דאס ציען אומגעוואונטשענע אויפמערקזאמקייט פון די (פארטעמפטע) שכנים אין ביהמ"ד. אשר על כן ביסטו מייעץ אז ער זאל ענדערש נעמען א בוך אויף עברית. אבער די מציאות איז, אז א איד וואס וואוינט אין אמעריקע, און קען נישט רעדן די עברית וואס מ'רעדט היינט, וועט גארנישט קיין הנאה האבן פון דעם בוך ווייל ער פארשטייט נישט 90% פון די ווערטער און דעם קאנטעקסט פונ'ם בוך. ווייל די לשה"ק וואס מ'לערנט אין ישיבה איז אינגאנצן אנדערש. דעריבער איז בעסער אז מ'זאל יא נעמען אן אינטרעסאנטן בוך אויף ענגליש. כדוגמת א ביאגראפיע און לעבנ'ס היסטאריע פון איינעם פון די גדולי ישראל פון די לעצטע דורות. איי די שכנים וועלן קוקן מיט קעלבערנע אויגן. איז דאס זייער פראבלעים. אין מיין ביהמ"ד איז ב"ה (כמעט) נישט דא פון די פינצטערע שווארץ-מאה'ניקעס. און איך וואלט נישט געדאוונט אין אזא ביהמ"ד. אפילו דער רב געט א גוטן קידוש נאכ'ן דאווענען. אדער פאר תקיעת שופר... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

פארוואס? » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 2:21 pm

· #221819
יאיר
פאראיאר האב איך ארויסגעפרינט גאנץ מטפחות ספרים פון היברו בוקס און דורכגעליינט במשך דעם יום כיפור.
הרב אליעזר בראדי שיקט ארויס יעדן יאר פאר ראש השנה און יום כיפור שיינע מאמרים אויף פארשידענע ענינא דיומא און סתם אינטערעסאנטע זאכן וואס איך פרינט אייביג ארויס.
עס איז גוט צו האבן א מחזור מיט פירושים, מ'זאל כאטש קענען אביסל זען שיינע פיוטים, אסאך מאל איז סתם פאן צו זען ווי די מטה לוי קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט'ן שווערן קליר.

ענגלישע בוקס זענען אויך ערלויבט?

____
ראובן האט שוין קלאר געמאכט.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 7:47 pm

· #221900
אוי אוי אוי אוי עס קומען שוין דער הייליגער טעג אין וואס זעה איך דא
אנשטאט צו ציטערן פין דער יום הדין יום הגדול והנורא טראכט מען ווי אזוי אדורך צו שטיפען דער צייט

שעמט ענק נישט??.... עס שטייט פארן בי''ד של מעלה מען איז דן כל באי עולם אין מען האט נאך צייט צו טראכטן וואס מען זאל טוהן

אוי אנה אני בא..... אזא נידעריגע דור .... אזוי פיל דאגות...

איך שטיי ראש השנה יום הקדוש מיט א פחד וואס וועט זיין מיט מיר איך פראביר צוזאם נעמען אלע מיינע מחשבות אין מאכן א חשבון הנפש אין אריין טראכטן וויפיל איך קען אין דער פירוש המילות פין דער מורא'דיגע הייליגער תפילות ווי מען קען זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן רבש''ע אה א זכרינו לחיים ... אין אזוי ווייטער, איך פראביר זיך ציהערן צו דער בעלי תפילות אין די נוסחאות וואס גיסן זיך אויס דאס הארץ... א.א.וו.

טייערע יודן איך בין גאר א פשוטער מענטש אבער אביסל טוה איך דער פליכט פין א יידוש קינד דארף זיך אויפירן אין עס קומען אזעלכע טעג דארף מען אנדערש טראכטן אין בעסער זיך מתבונן זיין וואס אין ווי מיר שטייען אין נאר אזוי וועט מען אויסבעטן א גוט אין לעכטיגע יאר

אלה דברי זעירא מן החבריא

מאטי » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:16 pm

· #221910
ר' התם לעבן, דו האלטסט באמת אז דער אייבערשטער פארשטייט דעם "אבינו מלכנו" בלויז אויב מ'זאגט דאס פסוק בפסוק, און דער בעל תפילה איז מקפיד אנצוהייבן דאס קומענדיגע שטיקל בלויז ווען ס'איז שוין גענצליך שטיל.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:30 pm

· #221918
א קליינע, כבדרך אגב'דיגע שאלה'לע צום זעירא דמן חבריא קדישא הדין, המכונה "התם ומתמם עם תמימים" שליט"א. א וואס האט איר אנגעשטעלט דעם גאנצן פארגאנגענעם יאר, תשע"ד? ספעציעל אין די זומער חדשים? וויפיל פלעשער ביר האט איר אויסגעטרינקען, בדיבוק חברים ארויסקומענדיג פון פול, נאכ'ן נייט סווימינג. ביז 4:30 פארטאגס. און נאכדעים אויפגעשטאנען שפעיט און עובר געוועין זמן קריאת שמע. אפילו לשיטת הגר"א. און נאכדעים געגאנגען גראד צו דעם בארבעקיו'עד סטעיק' מיט נאך פלעשער ביער. וחוזר חלילה. און ווען מ'האט גע'שיפל'ט מיט נאך א פאר שכנים און שכנ'טעס צוזאמען אין די שטורמישע וואסערן? און זיך אריינגעכאפט אזוי, אין טעאטער אויף מעין סטריט, בזמן שהיא לא יום ולא לילה. וואס מ'האט א גאנצע וואך אנגעשטעלט אין שטאט, פון דעים רעד איך דאך אפילו נישט. וויפיל מאל פארשלאפן זמן תפילה ווייל מ'איז אויפגעוועין די פאריגע נאכט ביי א קומזיץ מיט ביר און פרענקס לרחצה וואס דער ברייטהארציגער שכן האט צוגעשטעלט אין זיין חצר? ליתר פרטים עיין בבלאג של האי צדיקא ו---- הידוע נחום...נאר ווען ס'קומט סליחות און ראש השנה הייבט מען אן קרעכצן בלב נשבר ונדכה. אבער דעם קומענדיגן יאר חזר'ט זיך איבער דער זעלבער שפיל... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:48 pm

· #221926
בערל איז לעצטענס בתוקפו, יעדע הודעה זיינע ברענגט אן אויספלאצעניש פון פלצות'דיגע געלעכטער.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:54 pm

· #221927
רויטע וואנצעס
בערל איז לעצטענס בתוקפו, יעדע הודעה זיינע לעצטענס ברענגט אן אויספלאצעניש פון פלצות'דיגע געלעכטער.

ר' רויטע וואנצעס: ייש"כ. נאר מ'דערציילט א מעשה שהיה. א מעשה וואס איז נישט געשעען. א רב האטציך אמאל אויפגעשטעלט זאגן א מוסר דרשה. האט מען איהם געפרעיגט? און איהר זענט עפעס אזא גרויסער צדיק, אז איהר זאגט מוסר פאר'ן עוילעם? האט דער רב געענטפערט. אין אמת'ן זאג איך מוסר פאר מיר. איך זאג נאר הויעך אז דער גאנצער עולם זאלל הערן... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 12:19 am

· #222010
בעל עגלה טייערע עס איז אייך נישט געלונגען נישט צו געטראפן דער ריכטיגע מענטש...

איך בין נישט געוועהן אין קאנטרי, איך קען נישט טרונקען קיין ביר, בכלל נישט קיין טרינקער... איך קען נישט גיין שווימען, איך שטיי - הודו לשם כי טוב - יעדער טאג אויף פארטאגט, איך האב א נארמאלע סדר היום, איך לערן אביסל קביעות עיתים איך לערן חסידישע ספרים...

איך זיך מיר נישט גרויס צו האלטן פאר ענק אלע, נאר די באפאלסט מיר מיט זאכן וואס איז נישט דא ביי מיר איז ''אשרי מי שחושדין ואין בו'' ממילא בין ענק דאס מודיע אז מיין נישט אז יעדער וואס שרייבט דא איז דער גרעסטער שייגעץ.. לאו דוקא, איך בין נאר א פשוטע ארבעטער, אין איך פראביר צו טוהן מיינע פלוכטען וואס א יודישע קינד דארף צו טוהן, אין אז עס קומט אזעלכע טעג פראביר איך אביסל מער צו זיין ערנסטער...

ממילא קענסט עטס זאגן וואס עטס ווילסט אין לאכן וויפיל עטס ווילסט אין האבסט א גוטע לעבן אין א כתיבה וחתימה טובה א גוט געבענטש יאר

סימפל » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:25 am

· #222050
טייערע ׳התם עם וכו׳.
איך גלייב דיר אז די ביסט, טרייסט צו זיין אן ערליכער איד. און איך גלייב אויך באמונה שלימה אז ראש השנה משפט מען די גאנצע וועלט. און יעדע תפילה מאכט א חילוק.

אבער לאמיר דיר מסביר זיין פארוואס זייער אסאך מענטשען זענען נישט טויט אנגעצויגען די אלע טעג. צו זיי ווייסען עס קאנטשעסלי, אדער סאב קאנטשעסלי. די סיבה הייסט, חזקה.
רובה דרובה מענטשן לעבן מיטן באשעפערס הילף אדורך די יאר. אינקלאדינג, גוטע מענטשען, שלעכטע, כמעט גוטע, כמעט שלעכטע, וכו׳. און די ח״ו וואס האבן א שלעכטע יאר, זעט מען נישט אז עס זאל זיין דוקא ביי שלעכטע מענטשען. פארקערט אסאך זייער גוטע מענטשען האבן א שלעכט יאר. און דאס איז שוין די אלטע קשיא וואס איוב האט שוין געפרעגט, ״צדיק ורע לו רשע וטוב לו?״ אויף וואס ער נישט באקומען א תירוץ. און אונז גלייבען אז ביי די ענד אף דע דעי איז יש דין ויש דיין. אבער למעשה ווייסען מיר, אז דער באשאפער איז ברוב חסדו א מאריך אפו. און ער געט אונז יאר נאך יאר נאך א טשענס. ווייל ער האפט אז ביי די ענד גיי מיר זיין גוט! במילא וועגן דעם, טרונקען מיר און עסן מיר ראש השנה ווייל אונז זעמיר פארזיכערט אז מיר גייען האבן געשמאקן יאר! און אונז זעמיר נישט טויט אנגעצויגען.
און אוודאי קען מען קיינמאל נישט וויסן וואס עס גייט זיין. וועגן דעם טוען מיר טאקע תשובה, און אונז זענען מתפלל, אויף א ׳געשמאקען׳ אופן!

קפנדריא » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:37 am

· #222060
מ'מעג טאקע זיין אנגעצויגן אויף א געשמאקע אופן..

אין קורצן, פון די אלע אויבנדערמאנטע תגובות זעט מען אז ס'איז דא מענטשן וואס פארשטייען וואס איז ראש השנה, איינער נעמט עס אויף מער אנגעצויגן, איינער ציט איבער דעם אנגעצויגנקייט מיט אזא סארט ברסלב'ער שמחה אדער קאווער אפ שמייכל, דער עיקר שיכוון לבו לשמים, נישט נעמען לייכט דעם ערנסטן יום הגדול והנורא, דעם יום הדין וואס "כל" באי עולם יעברון לפניך כבני מרון, אן אויסנאם, אפילו די וואס די "חזקה" הכאט געארבעט ביז היינט, און אזוי שטייט אין אלע פוסקים בספרי הלכה אויף די טעג, אז ס'דארף זיין א גרויס ערנסטקייט, און כ"ש ווער ס'קוקט אריין אין די ספרי מוסר וחסידות, זעט אז ס'איז גארנישט קיין וויצן, ס'גייט אן ערנסטער משפט, אבער ליידער זענען דא געציילטע "סושי קעפ" וואס זענען אזוי פארשטאפט מיט שמאלץ און גריוון אז זיי באגרייפן נישט בכלל וואס מ'רעדט דא, (אדער אפשר שפילן זיי נאר אזוי)..

ואתכם הסליחות..

קפנדריא » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:53 am

· #222074
berlbalaguleh
א קליינע, כבדרך אגב'דיגע שאלה'לע צום זעירא דמן חבריא קדישא הדין, המכונה "התם ומתמם עם תמימים" שליט"א. א וואס האט איר אנגעשטעלט דעם גאנצן פארגאנגענעם יאר, תשע"ד? ספעציעל אין די זומער חדשים? וויפיל פלעשער ביר האט איר אויסגעטרינקען, בדיבוק חברים ארויסקומענדיג פון פול, נאכ'ן נייט סווימינג. ביז 4:30 פארטאגס. און נאכדעים אויפגעשטאנען שפעיט און עובר געוועין זמן קריאת שמע. אפילו לשיטת הגר"א. און נאכדעים געגאנגען גראד צו דעם בארבעקיו'עד סטעיק' מיט נאך פלעשער ביער. וחוזר חלילה. און ווען מ'האט גע'שיפל'ט מיט נאך א פאר שכנים און שכנ'טעס צוזאמען אין די שטורמישע וואסערן? און זיך אריינגעכאפט אזוי, אין טעאטער אויף מעין סטריט, בזמן שהיא לא יום ולא לילה. וואס מ'האט א גאנצע וואך אנגעשטעלט אין שטאט, פון דעים רעד איך דאך אפילו נישט. וויפיל מאל פארשלאפן זמן תפילה ווייל מ'איז אויפגעוועין די פאריגע נאכט ביי א קומזיץ מיט ביר און פרענקס לרחצה וואס דער ברייטהארציגער שכן האט צוגעשטעלט אין זיין חצר? ליתר פרטים עיין בבלאג של האי צדיקא ו---- הידוע נחום...נאר ווען ס'קומט סליחות און ראש השנה הייבט מען אן קרעכצן בלב נשבר ונדכה. אבער דעם קומענדיגן יאר חזר'ט זיך איבער דער זעלבער שפיל... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮


חשובער בעל עגלה, נאך אזא לאנגע און מיאוס'ע "רעפ שיעט" דארף מען הערשט צושטעלן א ערנסטער ראש השנה מיט בכיות און צעקות, דו מאכסט דעם "תם'ס" טענה נאך שטערקער..

😃 😃 🙂 🙂 😉 😉 😉 😮 😮 😮 😮 😮 🙄 🙄 🙄 😈 😈 😈 😈 😈 😈 😈

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:54 am

· #222075
א גוטע עצה צו דיין רואיג טאקע דורך ספרי חסידות איז צו לערנען ר''ה חסידישע ספרים אויף אנדערע גוטע טעג פון יאר. ווען אלע ספרי חסידות זענען אויפגעמישט צו ראש השנה, בליק דו אריין אויף זאת חנוכה, די גרויסקייט פון זאת חנוכה, סאיז דער אמת'ער גמר חתימה. וועסט האבן א רואיגן שמייכל איבער דיינע נערוועזע שכנים, געב אבער אכטונג קיינער זאל נישט באמערקן דיינע מעשה קלות. אויב איינער שרייט יא, אל יבוש מפני המלעיגים.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:09 am

· #222084
התם ומתמם עם תמימים
בעל עגלה טייערע עס איז אייך נישט געלונגען נישט צו געטראפן דער ריכטיגע מענטש...

איך בין נישט געוועהן אין קאנטרי, איך קען נישט טרונקען קיין ביר, בכלל נישט קיין טרינקער... איך קען נישט גיין שווימען, איך שטיי - הודו לשם כי טוב - יעדער טאג אויף פארטאגט, איך האב א נארמאלע סדר היום, איך לערן אביסל קביעות עיתים איך לערן חסידישע ספרים...

איך זיך מיר נישט גרויס צו האלטן פאר ענק אלע, נאר די באפאלסט מיר מיט זאכן וואס איז נישט דא ביי מיר איז ''אשרי מי שחושדין ואין בו'' ממילא בין ענק דאס מודיע אז מיין נישט אז יעדער וואס שרייבט דא איז דער גרעסטער שייגעץ.. לאו דוקא, איך בין נאר א פשוטע ארבעטער, אין איך פראביר צו טוהן מיינע פלוכטען וואס א יודישע קינד דארף צו טוהן, אין אז עס קומט אזעלכע טעג פראביר איך אביסל מער צו זיין ערנסטער...

ממילא קענסט עטס זאגן וואס עטס ווילסט אין לאכן וויפיל עטס ווילסט אין האבסט א גוטע לעבן אין א כתיבה וחתימה טובה א גוט געבענטש יאר

ר' התם ומתמם עם תמימים שליט"א: קודם א יישר כח פאר דיינע גוטע וואונטשן צו האבן א גוט, געבענטש(ט) יאר.נאך דעים וויל איך דיך איבער בעיטן און מפייס זיין, אויב פילסטו זיך געטראפן פון מיינע "דברי מוסר". איך בין בכלל נישט אזוי א שטארקער "מוכיח בשער", ווי א סאך מענטשן האבן באקומען דעם רושם פון מיינע אויבנדערמאנטע דיבורים. איך בין אויכעט א פשוט'ער בשר ודגים מיט א יצר טוב און א יצר הרע, פונקט אזוי ווי א יעדער איינער. נאר פארוואס האב איך מיך אריינגעלאזט אין אזא "רענט". זייער פשוט. מפני מעשה שהיה. איין יאר. דעם ערשטן טאג סליחות, אויפ'ן וועיג צו מיין ביהמ"ד, צו זאגן סליחות מיט מיין רעבי'ן שליט"א צוזאמען, בין איך אדורעך געגאנגען א גרויסן ביהמ"ד, ווען איך הער שרעקליכע קולות און קרעכצענישן ארויסקומען פון דארט. איך האב מיך זייער שטארק דערשראקן. כ'האב געמיינט אז א איד האט ח"ו גרויסע ייסורים און שמערצן. מסתמא בויך ווייטאג אדער ציין ווייטאג. ביניך אריינגעגאנגען אינעווייניג צו זעהן אויב איך קען עפעס העלפן. אריינקומענדיג האב איך געזעען ווי א יוד שטייט אויבן אן, ביי די מזרח וואנט ביי אן אפענעם סליחות, און ווארפט זיך זייער שטארק און שרייט און וויינט. ער טוט תשובה. ווען איך בין געקומען א ביסל נענטער האב איך געזעהן אז דאס איז גאר דער שכן וואס האט געהאט זיין זימער הויז בשכינות מיט מיר אין די קאנטרי. און אין שטאט וואוינען מיר אויכעט זייער נאנט איינער צום אנדערן. וואס זאל איך אייך זאגן רבותי. ס'איז מקויים געווארן דער פסוק אין די מגילה ווי ס'שטיי "ותחלחל המלכה מאוד". איך בין געווארן שאק'ד און סורפרייז'ד צוזאמען. אט דער יוד וואס האט מקיים געוועין אלע מצוות היום, דעם גאנצן זימער. נישט פארפאסט גארנישט. און ווינטער פארפעילט ער אויכעט נישט זיך אריבער צו כאפן אויף די בערג פון די קעטסקילס און פאקאנאו'ס, פאר א "סקי וואקאציע" וויקענד אדער צוויי. בין איך צו געגאנגען צו עים און געפרעיגט איידלערהייט. "אנטשולדיגט. ר' איד. וואס האסטו אנגעשטעלט א גאנץ יאר"?! יעצט טוסטו תשובה?!... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

קפנדריא » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:20 am

· #222091
די קשיא ווערט נאר שווערער, נו ווער דען דארף אזוי שטארק תשובה טון, דער וואס האט נישט אנגעשטעלט אגאנץ יאר? נאך אזא יאר קומט א פעסטער "ותתחלחל" מיט א שלשלת..

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:30 am

· #222092
קפנדריא
די קשיא ווערט נאר שווערער, נו ווער דען דארף אזוי שטארק תשובה טון, דער וואס האט נישט אנגעשטעלט אגאנץ יאר? נאך אזא יאר קומט א פעסטער "ותתחלחל" מיט א שלשלת..

דו האסט נישט געליינט מיט א שורה ווייטער. דארט שטייט די נקודה פון די גאנצע זאך. "וחוזר חלילה". אז ער טוט תשובה איז א גוטע זאך. די פראבלעם איז אז ער טוט די זעלבע מעשים לא טובים דעם קומענדיגן יאר אויך... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

אינטער ברימער » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 12:16 pm

· #222094
איך קען נאר זאגן וואס מאכט מיר גרינגער די לאנגווייליגקייט אריבער. סומיז נישט זיין עס וועט העלפן פאר נאך איינעם אבער אויב יא האט זיך מיר שוין געלוינט די שפייאכטץ.
איך גלייך נגינה אין נאך מער ניסח. האלט איך מיט אין זינג מיר אינטער דאס גאנצע דאווענען מיטן בעל תפילה אזוי אז איך פיל מיר ווי דאס חזן אליינס אזוי לויפט די צייט זייער שנעל אריבער

Ben-Shishim » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:47 pm

· #223151
איז אזוי
דע ערשטע זאך אויף וואס איך וועל מתפלל זיין איז אז איך זאל חלילה נישם באקומען א קאלטקייט צים דאווענען בכלל, אין די הייליגע טעג בפרט.
איך דאווען שוין ב"ה בערך 60 יאר איך איך געדענק נישט אז איך זאל אמאל ווערען נערוועס פין לאנג דאווענען
אסאך יארען בין איך געווען אין סאטמער [יענע יארען האב איך נישט געוואינט אין אמערעקע] סיי ביים דברי יואל אין סיי ביים ברך משה זי"ע ווי מען איז אהיים גאר שפעט

עס איז באוויסט אז מען האט אמאל גערעגט דעם דברי יואל פארןןאס ער קומט אריין ר"ה אזוי שפעט צי מוסף האט ער געזאגט אז ער וויל דער עולם זאל זיצען אין בית מדרש א גאנצען טאג.

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:11 am

· #225407
Ben-Shishim

עס איז באוויסט אז מען האט אמאל גערעגט דעם דברי יואל...

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:20 am

· #225425
ביים דברי יואל איז כאטש געווען וואס צו הערן. אויב איז דא א שיינע בא'טעמ'טער בעל תפלה מיט משוררים און שיינע ניגונים אין די זייט, האסטו כאטש א רוחניות'דיגע אינטערטעינמענט. ווער רעדט נאך אויב דער רבי טוט פראוויידן העווי עקשאן, ווי בכיות ביים דרשה, און ספעציעלע שיינע תנועות מיט די נוסחאות, איז עס א עקסטערע באנוס פאר די חסידים, און זיי קענען גערן באשטיין צו פארבלייבן אין ביהמ"ד און מקיים זיין דעם 'הלואי שיתפלל אדם כל היום'.

Ben-Shishim » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:18 pm

· #225453
יין שרף
Ben-Shishim

עס איז באוויסט אז מען האט אמאל גערעגט דעם דברי יואל...

Thanks for making me aware of my spelling mistakes, will correct it soon.

Shmakie,,, as the saying goes, 'when you cant have the best, you go for the second best'

Ben-Shishim » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:02 pm

· #225464
Ben-Shishim
איז אזוי
דע ערשטע זאך אויף וואס איך וועל מתפלל זיין איז אז איך זאל חלילה נישם באקומען א קאלטקייט צים דאווענען בכלל, אין די הייליגע טעג בפרט.
איך דאווען שוין ב"ה בערך 60 יאר אין איך געדענק נישט אז איך זאל אמאל ווערען נערוועס פין לאנג דאווענען
אסאך יארען בין איך געווען אין סאטמער [יענע יארען האב איך נישט געוואינט אין אמערעקע] סיי ביים דברי יואל אין סיי ביים ברך משה זי"ע ווי מען איז אהיים גאר שפעט

עס איז באוויסט אז מען האט אמאל געפרעגט דעם דברי יואל פאר וואס ער קומט אריין ר"ה אזוי שפעט צי מוסף האט ער געזאגט אז ער וויל דער עולם זאל זיצען אין בית מדרש א גאנצען טאג.

פארוואס? » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 10:31 pm

· #225876
[ציטאט אראפגענומען]

@אנאנים דיין עצה האט זיך נישט אויסגעארבעט, כ׳האב גענומען דעם ״מורה נבוכים״ צו קוקן ביים דאוונען, און מיינע שכנים האבן גלייך אין אנפאנג, געקוקט מיט קרומע בליקן.
ביז נאכן לייענען האט איינער גענומען די קוראדזש, און מיר געפרעגט: דו שעמסט זיך נישט אינמיטן דעם יום-הדין צו עוסק זיין אין חקירה?! וויפיל איז דער שיעור פון קלות ראש?!
און איך בין געבליבן שטום אהן קיין ענטפער.

אויף יום כיפור, האב איך אנגעגרייט דעם ספר ״הדת קמה על יוצריה״, האפנדיג אז מיינע שכנים וועלן מיר צורוה לאזן.

BAL TSHIVA » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 11:55 pm

· #225888
יאיר
פאראיאר האב איך ארויסגעפרינט גאנץ מטפחות ספרים פון היברו בוקס און דורכגעליינט במשך דעם יום כיפור.
הרב אליעזר בראדי שיקט ארויס יעדן יאר פאר ראש השנה און יום כיפור שיינע מאמרים אויף פארשידענע ענינא דיומא און סתם אינטערעסאנטע זאכן וואס איך פרינט אייביג ארויס.
עס איז גוט צו האבן א מחזור מיט פירושים, מ'זאל כאטש קענען אביסל זען שיינע פיוטים, אסאך מאל איז סתם פאן צו זען ווי די מטה לוי קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט'ן שווערן קליר.

לינק ביטע צו ווי מקרן טרעפען וואס צי פרינטין??????

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 4:54 am

· #225925
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין אז אין יאר תת"נ לפ"ק וועט שוין זיין אן עפפ. (אויף דעם טמא'נעם סמארטפאון, שטייצעך.) וואס וועט אויטאמאטיש ארויפברענגען די וועלטליכע און סטאק מארקעט נייעס, און ספארטס, אז דער עוילעם זאלל האבן וואס צו ליינען אינמיטן זאגן די לאנגע פיוטים. ס'עט אויכעט ווערן געברענגט תשובות להיתר אז מ'עט מעיגן האלטן דעם סמארטפאון אום יו"ט, אינ'ם ספר שו"ת מהרב"צ, פון אור אייניקל פונ'ם אלטן אב"ד ד'עיר התורה והחסידות ביאלא צערקווא, יצ"ו... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

BAL TSHIVA » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 8:37 am

· #225930
[ציטאט אראפגענומען]

ישר כח