☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פרשת לייבי קלעצקי ע"ה

פרשת לייבי קלעצקי ע"ה

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #710
בלאט: 1 2

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:15 pm

· #40972
כ'האף מ'וועט אים ארויסלאזן פריי.... לאז די סאסייעטי קער נעמען פון אים...
ס'איז ענדערש ווי ער זאל אפזיצן -אויף אונזערע טעקסעס- לעבנסלענגליך אין טורמע, ווי מ'גייט אים געבן צו עסן געהעריגע מיעלס, און מ'וועט אים נאך אפוואשן דריי מאל א טאג. און אפאר יאר ארום וועט ער נאך ווערן די יודנטום'ס רחמנות און די ויצעקו'ס און די אקציעס אים ארויסצולאזן וועט זיין אויפן העכסטן פארנעם שרייענדיג: "וויפיל איז די שיעור? ווי נישט ווי האט ער שוין תשובה געטוהן" א.ד.ג.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:50 pm

· #40998
Levi Aron Gets 40 Years-Life

נס קאווע » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 4:34 pm

· #41060
זר זהב
Levi Aron Gets 40 Years-Life

ס' דאך א קלענערע עבירה ווי באגנבנען איינעם וואס מ' באקומט געווענליך מער

גאלד » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 4:38 pm

· #41061
איך בין מער ציפרידן אז מ'האט נישט געמאכט קיין טרייעל,
אפי' אפשר דאס האט געגעבן א קלענערע עונש,
ווארפטס איהם אריין אין דשעיל און איך וויל מער נישט הערן פון דעם נבילה,

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:22 pm

· #41076
זר זהב
Levi Aron Gets 40 Years-Life

וואס הייסט פערציג צו לייף? כל הקודם זכה...?

קרעקער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:49 pm

· #41087
און ראבאשקין האט באקימען כמעט דע זעלבע יארען
איך מיין וואט דע פ....??????

ל.רוזן » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:00 pm

· #41091
Re: דער רוצח פון לייבי קלעצקי
Levi Aaron was sentenced "40 years to life" in prison, meaning: in 40 years from now a judge will have to decide if he is safe to go out. -- Haindel Breuer (@HaindelBreuer)

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:09 pm

· #41092
דאס מיינט אז ער גייט נישט ארויס פריער פאר GOOD BEHAVIOR?

kliger » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:04 pm

· #41114

kliger » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:08 pm

· #41115
וויאזוי עמבעד מען?
איך האב אלעס פרובירט.

גאלד » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:10 pm

· #41132
שעפטל
זר זהב
Levi Aron Gets 40 Years-Life

וואס הייסט פערציג צו לייף? כל הקודם זכה...?

דאס מיינט אז פאר 40 איז נישטא קיין רעדע פון באפרייען,
נאך 40 יאר איז ער עלידשעבל פאר פעראול,

איחוד פעלד » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:21 am

· #41232
האט אראן עפעס פארלוירן פון וואס ער האט געהאט?
קיין גרויסע חכם איז ער נישט געוועהן, חברים מאן דכר שמיה.
וואס פארלירט ער אין תפיסה.
עס איז בכלל נישט קיין עונש פאר א מענטש פון זיין סארט.
אפשר ווען מען טוט אים עדיוקעיטען אביסל ער זאל פארשטיין וואס ער האט דא געטוען וואלט מען אים געגעבן אן עונש, דעמאלס וואלט ער געמוזט לעבן מיט זיין גילט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:52 am

· #41294
אויב וועט מען אים נישט טשעפען און אנ'מקל'ען אין תפיסה, עונש בתוך עונש.

זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:10 pm

· #47961
[ציטאט אראפגענומען]

WOW 👍

לעמיל » מיטוואך יוני 19, 2013 11:16 am

· #126234
היינט איז די יארצייט פון די אימשילדיגע שעפלע ת.נ.צ.ב.ה.
ווער עס קען זאל צונדען א ליכט אדער לערנען משניות לע"נ הילד יהודא בן נחמן

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 19, 2013 1:49 pm

· #126280
ייש"כ פאר דערמאנען.

שעפטל » דינסטאג יולי 8, 2014 10:48 am

· #210768
היינט די יארצייט. לערנט עפעס א אידיש ווארט, צינד א לעכטל, טוה א דבר טוב, לע"נ יהודה ע"ה ב"ר נחמן הי"ו

ישמעאל הכהן » דינסטאג יולי 8, 2014 10:49 am

· #210770
כ'מיין אז ס'איז מארגן י''א

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 8, 2014 11:57 am

· #210781
היינט נאכט נאכן זמן צאת הכוכבים.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 1:40 pm

· #293753
ווען איז די יארצייט היי יאר?

ירח בן יומו » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 1:57 pm

· #293760
געווען יא תמוז

גיבור » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 11:49 am

· #355619
מזל טוב !
עס איז געבוירן געווארן א יונגעלע ביי משפחת ר' נחמן קלעצקי נ"י
אסאך אסאך נחת געזונטערהייט.

יעלה ויבא » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:49 pm

· #355634
יא. ער האט נאר מיידלעך.

גראף » מוצ"ש יוני 3, 2017 11:21 pm

· #373026
Re: פרשת לייבי קלעצקי ע"ה
@אנאנים ווי זעהסטו באריכטעט אז זיין ברודער האט עהם ג'הארגעט?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

איסר האטלקי » מוצ"ש יוני 3, 2017 11:27 pm

· #373029
ער איז נישט דער איינציגער וואס האט אזוי געליינט, אין מקוה האב איך געהערט פון נאך די ווערסיע...

ער איז געפונען געווארן דורך זיין ברודער, נישט אז ער איז געהארגעט געווארן דורך אים.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 4, 2017 7:04 pm

· #373192
איז שוין דא מער דעטאלען וועגן די פרשה?

מיש-נייעס » זונטאג יוני 4, 2017 7:29 pm

· #373193
די 29 יעריגער צבי אראן (צופעליג ברדוער פונ'ם מערדער לוי אראן) איז געפינען געווארן נישט ביים לעבן - דעם פארגאנגענעם פרייטיג נשא - אין א שאפע אין בעיסמענט פון זיין הויז (די זעלבע הויז ווי לייבי קלעצקי איז ערמארדעט געווארן) רח"ל

די קערפער איז געפינען געווארן איינגעוויקלט אין א בלענקי"ט, duct tape איז געווען פארקלעבט פאצעריש ארום זיין פיס, געבענדיג א אויסקוק ווי ער וואלט געוואלט ציקלעבן די עקן פון זיין העמעד, ער איז געווען אנגעטון אין 5 העמעדער און א hoodie, ווי אויך די גאנצע דירה איז געווען אנגעקלעבט מיט duct tape
די פאמיליע זאגט אז זיי האבן איהם נישט געזעהן זייט דינסטיג (עס ווייזט אויס אז מען איז נישט געווען אינדערהיים די גאנצע צייט)

ווי די פאליציי געט איבער איז נישט ווארשיינדליך נישט געווען קיין איבערפאל, עס זענען נישט געפינען געווארן קיין שום קיין צייכענעס פון וואונדן, און עס זעהט ענדערש אויס ווי א זעלבסמארד ה"י (אומבאשטעטיגט, און זיי קענען נאכנישט געבן קיין קלארע ענטפער'ס.

א-שופר-איז-א-שופר » מאנטאג יוני 25, 2018 9:36 pm

· #407150
[ציטאט אראפגענומען]


הי"ד

טיכטיגער » מאנטאג יוני 21, 2021 12:36 pm

· #476244
[ציטאט אראפגענומען]


היינט איז זיין יארצייט.
איינער ווייסט וואס טוט זיך מיט די קאמערעס? מ'האט באהאנגען דעם שטאט, אבער קיינער האט נישט קיין צוטריט דערצו.
בלאט: 1 2