☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אנטדעקט: בירגערשיין פון סאטמאר רבי זצ"ל (אן דע מעין ליין)

אנטדעקט: בירגערשיין פון סאטמאר רבי זצ"ל (אן דע מעין ליין)

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7097

יואליש » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 4:30 pm

· #221182
אנטדעקט: בירגערשיין פון סאטמאר רבי זצ"ל (אן דע מעין ליין)
סאקמיר רב'ס בירגערשיין. אנדעקט דורך ר' פרעד. ער האט עס נישט געפובלישט אויף זיין בלאג נאר אונטערגעשיקט צו מיר פריוואט. ווייסט איימיציר אויב דאס איז שוין געווען געדריקט ערגעץ? אויך, איז דאס די חתימה פון רבי'ן? געהערט האב איך אמאל אז ער האט נישט געקענט שרייבן אדער ליינען גויאישע בוכשטאבן.

📎 IMG-20140903-WA0007.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 7:07 pm

· #221225
א שיין בילד גראדע.

פליקער » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 7:49 pm

· #221230
אינערעסאנט אז דער רבי האט נישט פארשטראכן דעים טי פון טייטלבוים,

elter-zeide » מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 11:15 pm

· #230501
ער ספעלט בעדפארד עוו. אווי א סאטמארער

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 26, 2014 5:32 pm

· #230598
elter-zeide
ער ספעלט בעדפארד עוו. אווי א סאטמארער

דו דערמאנסט מיך א גוט ווארט פון יארמער רב שליט"א. פארוואס הייסט די שטאט דברעצין? ווייל דעברעצינ'ער רב האט דארט געוואוינט!!!... 😂

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 26, 2014 5:45 pm

· #230601
[ציטאט אראפגענומען]

ר' סענדער דער דייטש, זכותו יגון עלינו האט געברענגט אין "איד", אז אין אמת'ן האט די רבי זי"ע נישט געקענט שרייבן אויף גוי'איש, נאר די חתימה האט עים זיין מאמע, די רביצין חנה ע"ה אויסגילערנט.
ער, כדרכו, ברענגט א סאך מאל תרתי- דסתרי'דיגע מעשיות. לויט ווי ס'לוינט זיך אים. לפי העניין. למשל, ער ברענגט אז די רבי האט נישט געקענט רעכענען.(כ'ווייס נישט וואספארא מעלה ס'איז דא אין דעים?). מפני מעשה שהיה (או לא היה). ווען מ'האט געבויעט די מקווה דאס ערשטע מאל, איז די רבי געזיצן ווען דער עולם האט גיברענגט געלט, און ער האט געשריבן די רעסיטס. האט מען באמערקט אז למעשה איז דא א סאך ווייניגער געלט ווי ס'שטייט אין רעסיט ביכל. האבן זיי דאמאלס געכאפט אז די רעבע האט געשריבן 81, ווען איינער האט געגעיבן נאר $18 דאללער... די מעשה האלט אבער נישט אויס. ווייל כידוע האט די רעבע צוזאמגענימען א סאך געלט פון גבירים פאר פדיון שבויים ביים אנהייב פון די מלחמה. און, אויב ער האט נישט געקענט בעיסיק רעכענען וויאזוי האט ער געוואוסט וויפיל געלט ער האט???!!! )סענדער. א ליגנער דארף האבן א גוטן זיכרון!!!(. און אויך וויאזוי האט ער גיקענט לערנען די אלע משניות און גמרות וואו מ'דארף קענען רעכענען??!... 🙄

outspoken » זונטאג אקטאבער 26, 2014 5:50 pm

· #230602
ער פלעגט אייביג שרייבען נומערען פון רעכטס אויף לינקס, קיין שאינו יודע לשאול איז ער נישט געווען, זיינע סידורים ,ספרים (און צייטונגען)האבן אויך געהאט נומערן.