☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » משה לאופר - Chabad 3

משה לאופר - Chabad 3

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7093

לאליפאפ » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 8:47 pm

· #220957
משה לאופר - Chabad 3
משה לאופר, וואס דארף מען מער זאגן!?

דער אידישער ערעינדזשער וועלכע ווערט נישט ארונטערגעלאזט פון כמעט קיין שום אידישע מוזיק ווערק, דער משה ארבעט יעצט אויף זיין דריטע אלבום נאך א שטארקע הצלחה מיט זיינע ערשטע צוויי פראיעקטן..

אין זיין ערשטן אלבום האבן טייל גרויסע זינגערס אנטייל גענומען, א שטייגער ווי מענדי ג'רופי, שלמה שמחה און אנדערע, ווי אויך איז צווישן די ניגונים דארט דער היט פון זיין צייט ויתן בפי וועלכער איז נאך ביז היינט א פאפולערער ניגון ביי היימישע איווענטס, און זיין צווייטע אלבום איז מער געלייגט געווארן דגוש אויף די מוזיק, און איז טאקע א מייסטערישע פילארמאנישע ארבעט.

יעצט ארבעט משה אויף א נייעם דיסק, א שילוב פון שיינע מוזיק און שיינע ניגונים, אויך מיט אמווייניגסטנס זיבן פון די גרויסע זינגערס, וביניהם שלמה כהן, ווי אויך א רעגיולער און א קינדער קווייער.

📎 IMG-20140903-WA0038.jpg

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 11:35 pm

· #220976
כ'וואלט געגעבן טויזנט לייקס ווען מ'קען ווען!! 👍 👍 👍 👍 👍 👍
איך בין משוגע געווארן פאר לאופערס ערשטע חב"ד סידי,
כ'האב נישט געוואוסט אפילו אז ער האט ארויסגעגעבן א צווייטע חב"ד סידי, זאגסט סאיז געווען אנדערש ווי זיין ערשטע? מיט וואס? איז דעיס אזויווי זיין ערשטע? אויב יא קומט פיינע נייעס!! 👍 🙂 😛 🙂 👍

(אגב, איך האב עקטשועלי ליב געהאט שלמה שמחה -כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז אים- אך!! 😞 😕 😂 😛 😂)

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 11:44 pm

· #220979
וואו קען מען הערן #2?

לאליפאפ » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 5:33 am

· #221010
ישראל קאפקע
וואו קען מען הערן #2?

אט איז די הורא סעט פון חב"ד 2

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:46 pm

· #222269
ווי קומט דער מודזיצער שמחה לארצך אריין קיין חב''ד?

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 8:34 pm

· #222289
איך אויך
ווי קומט דער מודזיצער שמחה לארצך אריין קיין חב''ד?

חב''ד לקחנט ניגונים עד היום, שענקער'ס אשת חיל איז אויך א 'חב''ד ניגון',