☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » לייען מאטעריאל פאר יום טוב

לייען מאטעריאל פאר יום טוב

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #709

לעמיל » פרייטאג מאי 25, 2012 12:39 pm

· #14893
לייען מאטעריאל פאר יום טוב
וואס לוינט זיך צו קויפן צום ליינען פאר יום טוב??? איד/בלאט?? שטערן/שפאקטיוו/בליץ??? די וואך/א בליק???
נייע בוקס וואס איז ארויסגעקומען, ווייסט איינער וואס איז אינטערסאנט?

לאזט ענק הערן!

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 29, 2012 10:33 am

· #14908
לעמיל
וואס לוינט זיך צו קויפען צום ליינען פאר יום טוב??? איד/בלאט??? שטערין/שפאקטיוו/בליץ??? די וואך/א בליק??? נייע בוקס וואס איז ארויס געקימען ווייסט איינער וואס איז אינטערסאנט?
לאזט עינק הערען


אנטשולדיקט, כ'ווייס יעצט בין איך ווי א אתרוג נאך סוכות, און טאקע וועגן דעם וועל איך דיר נאר זאגן "דערמאן מיר נעקסטע יאר א וואך פריער, נישט עטליכע שעה פאר'ן זמן".

לעמיל » דינסטאג מאי 29, 2012 11:25 am

· #14916
קענסט נאך זאגען! לאז אינז הערען וואס איז אינטערסאנט

יידל » דינסטאג מאי 29, 2012 7:32 pm

· #15011
געהאט צום ליינען דעם יום טוב יתד נאמן אין ענגליש, משפחה אין לשה"ק און אין ענגליש, בקהילה אין לשה"ק, בינה אין ענגליש, עמי אין ענגליש, שטערן און שפאקטיוו אין אידיש. אה... שיעור פארגעסן "די וואך"'ס ספעציעלן אויסגאבע "די כינוס" וועלכע כ'האב געבארגט פון א שכן.

זר זהב » דינסטאג מאי 29, 2012 8:14 pm

· #15016
האסט מסתם געהאט אסאך צייט צו לערנען א אידיש ווארט אויך...

יידל » דינסטאג מאי 29, 2012 9:04 pm

· #15025
זר זהב
האסט מסתם געהאט אסאך צייט צו לערנען א אידיש ווארט אויך...

גאנץ תיקון-ליל-שבועות ביינאכט. פון 11:30 ביז 4:45.

ידען » דינסטאג מאי 29, 2012 9:08 pm

· #15027
סע דא מענטשן וואס לייענען שנעל.

די אלע זאכן וואס יידל האט אויסגערעכענט דארף נישט נעמען זייער לאנג צו לייענען.

נישט יעדע ארטיקעל איז אינטערעסאנט פאר יעדען.

זר זהב » דינסטאג מאי 29, 2012 9:17 pm

· #15031
יידל
זר זהב
האסט מסתם געהאט אסאך צייט צו לערנען א אידיש ווארט אויך...

גאנץ תיקון-ליל-שבועות ביינאכט. פון 11:30 ביז 4:45.

נו! זאג עס כאטש נישט... סא הייליגע נאכט

יידל » דינסטאג מאי 29, 2012 9:25 pm

· #15032
זר זהב
יידל
זר זהב
האסט מסתם געהאט אסאך צייט צו לערנען א אידיש ווארט אויך...

גאנץ תיקון-ליל-שבועות ביינאכט. פון 11:30 ביז 4:45.

נו! זאג עס כאטש נישט... סא הייליגע נאכט

דעמאלטס האב איך געלערנט.

זר זהב » דינסטאג מאי 29, 2012 9:28 pm

· #15033
איך האב געקויפט נאר דעם איד און ביי מיין שוויגער איז געווען אויך די מעלות, איך בין נאך נישט פארטיג מיט'ן איד און איך בין נישט א שטאטער לייענער. אפשר יא ?

יידל » דינסטאג מאי 29, 2012 9:29 pm

· #15034
זר זהב
איך האב געקויפט נאר דעם איד און ביי מיין שוויגער איז געווען אויך די מעלות, איך בין נאך נישט פארטיג מיט'ן איד און איך בין נישט א שטאטער לייענער. אפשר יא ?

איך מיין אז יא. די מעלות האב איך אויסגעליינט אין געשעפט.

זר זהב » דינסטאג מאי 29, 2012 9:33 pm

· #15035
דו ביסט עס דארט געשטאנען ביים גראסערי אריינגאנג 4 שעה אין א צי ?...

אךשמח » דינסטאג מאי 29, 2012 10:42 pm

· #15045
איך ליין כמעט אלעס וואס איז דא אין אידיש, און אויך היימישע אויסגאבעס אין ענגליש.

פון די אידישע צייטונגען גלייך איך דעם 'נייעס באריכט' דאס מערסטע, און פארשטייט זיך דער שטערן און שפאקטיוו. די אנדערע ליין איך זייער שנעל, און נאר וואס איז גאר אינטערעסאנט, אויב ס'פאראן אזא זאך.

דער 'עמי' געפעלט מיר, און אויך 'משפחה' אבער דער 'בינה' איז אפשר גוט פאר געוויסע פרויען, נישט אריינגערעכנט מיין ווייב...

המודיע איז נישט שלעכט.

וואס נאך?

זאל איך אויך שרייבן איבער די גוי'אישע מאגאזינען?

זר זהב » דינסטאג מאי 29, 2012 10:53 pm

· #15047
אינטערעסאנט, איך האב נאר וואס גע'קוויט לייענען דעם נייעס באריכט. ס'האט ביי מיר פארלוירן דאס חן. -- איך לייען נישט קיין גויעשע מאטריעאל אבער אויב שוין יא וואלט איך ענדערש געקויפט דעם יתד נאמן, יא איך ווייס ער איז נישט אזוי שיין גראפירט ווי דער המודיע, ס'איז אבער ריעל תוכנ'דיג. דער המודיע איז א אויג פארבלענדעניש/הייפ.

יידל » דינסטאג מאי 29, 2012 10:59 pm

· #15048
זר זהב
דו ביסט עס דארט געשטאנען ביים גראסערי אריינגאנג 4 שעה אין א צי ?...

אשפג. שששש.... גילוי.
(ניין, כ'האב עס אויסגעליינט אין ספרים געשעפט אין 15 מינוט.)

אלבערט » מיטוואך מאי 30, 2012 11:13 am

· #15100
יידל
געהאט צום ליינען דעם יום טוב יתד נאמן אין ענגליש, משפחה אין לשה"ק און אין ענגליש, בקהילה אין לשה"ק, בינה אין ענגליש, עמי אין ענגליש, שטערן און שפאקטיוו אין אידיש. אה... שיעור פארגעסן "די וואך"'ס ספעציעלן אויסגאבע "די כינוס" וועלכע כ'האב געבארגט פון א שכן.


די בקהלה און משפחה אויף לשון קודש זענען אום יו"ט שבועות אויך אזוי אינהאלטפול ווי אינעם פסח און סוכות אויסגאבע?

יידל » מיטוואך מאי 30, 2012 2:27 pm

· #15144
אלבערט
יידל
געהאט צום ליינען דעם יום טוב יתד נאמן אין ענגליש, משפחה אין לשה"ק און אין ענגליש, בקהילה אין לשה"ק, בינה אין ענגליש, עמי אין ענגליש, שטערן און שפאקטיוו אין אידיש. אה... שיעור פארגעסן "די וואך"'ס ספעציעלן אויסגאבע "די כינוס" וועלכע כ'האב געבארגט פון א שכן.


די בקהלה און משפחה אויף לשון קודש זענען אום יו"ט שבועות אויך אזוי אינהאלטפול ווי אינעם פסח און סוכות אויסגאבע?

משפחה איז געווען גאנץ גוט, בפרט די קולמוס סעקשאן. די בקהילה האט אביסל אונטערגעפאנפעט, אבער ס'נישט געווען שלעכט.

אבי גערעדט » מיטוואך מאי 30, 2012 5:29 pm

· #15171
האסט אפשר די דעקל פון לשה"ק משפחה? אין אויב נישט, וואס זענען די מעין טאפיקס?

לעמיל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:52 pm

· #15324
איז דא איינער וואס ליינט מעשה בוקס? אידיש ענגליש? וועלכע איז גיט? ועלכע נישט?

זר זהב » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:54 pm

· #15326
פארכאפט אין נעץ איז געווען גוט

לעמיל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:56 pm

· #15328
דעיס איז פין יארען צוריק איך רעד נייע זאכען

זר זהב » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:57 pm

· #15329
כאנישט געוויסט אז דעי זאכן גייען נאך היינט

הדד בן בדד » פרייטאג יוני 1, 2012 1:50 am

· #15423
מיר האבן געהאט דעם שטערן, שפאקטיוו, מעלות און באלייכטונגען אויף אידיש, זמן און משפחה אויף ענגליש. יא דער קולמוס פון דעם משפחה איז זייער גוט.

ידען » פרייטאג יוני 1, 2012 9:06 am

· #15432
קולמוס פון משפחה איז די זעלבע די ענגלישע און די עברית׳ישע?

בכלל איז די ענגלישע די זעלבע ארטיקלען ווי די עברית׳ישע?

יידל » פרייטאג יוני 1, 2012 10:06 am

· #15438
אבי גערעדט
האסט אפשר די דעקל פון לשה"ק משפחה? אין אויב נישט, וואס זענען די מעין טאפיקס?

די קאווער סטארי:
רואים את הקולות: שנת תרצ"ג, מונקאטש. רבבות חסידים מתכוננים לחתונת בתו היחידה של האדמו"ר ה'מנחת אלעזר' זי"ע. צוות צילום גרמני, מצויד בכלים חדשניים, מגיע לעיר, מתעד את הווי החיים ומסריט מסר מיוחד מהרבי ליהודי אמריקה * 75 שנים לאחר פטירת האדמו"ר, שב ר' חיים אלעזר רבינוביץ', בכור נכדיו, אל המראות ואל הקולות, ומגלה: כך נחשפה ההסרטה ההיסטורית
נאכדעם אין קליין שטייט אזוי:
עמך עמי - בדרום ת"א צומחת קהילה גרי צדק מהפיליפינים, המפצירה: 'תנו לנו להישאר בארץ'
לא פסקה ישיבה - פרויקט מיוחד: צוות 'משפחה' שב אל חמישה כוללים ששימשו בתי גידול לגדולי התורה
האובדים מארץ גאנה - יצחק כרמלי נדד אל השבט האפריקני הטוען כי הוא הבן האובד של העם היהודי
משפטי השם - דוד דמן היה אורחו של הפרקליט האמריקני, שהקדיש את חייו לחיבור יצירת פאר תורנית
מכמורה לתורה - יעקב וקסלר נולד כיהודי, גדל כנוצרי, הפך לכומר וחזר לא מזמן לעם היהודי. ראיון

דערנאך שטייט אז "מ. ארבל [ה"ה יאיר ווינשטאק] חוזר עם סיפור חדש בהמשכים" מיטן נאמען "היהלום".

ידען
קולמוס פון משפחה איז די זעלבע די ענגלישע און די עברית׳ישע?

בכלל איז די ענגלישע די זעלבע ארטיקלען ווי די עברית׳ישע?

אסאך מאל יא און אסאך מאל נישט. למשל פסח האט די ענגלישע קולמוס געהאט א געוואלדיגער ארטיקל אויף קידוש לבנה וועלכע איז מעקירא געשריבן געווארן אויף ענגליש אין איז נישט ערשינען אינעם לשה"ק קולמוס. יעצט אויף שבועות האט די לשה"ק'דיגע קולמוס געשריבן איבער "הרנסנס: כיצד התייחסו חכמי ישראל לתקופת המהפכה התרבותית והמדעית" וועלכע איז אמאל קורץ באשריבן געווארן אין די ענגלישע קולמוס.

משה רוקח » פרייטאג יוני 1, 2012 8:04 pm

· #15509
מיר האבן געליינט דורכאויס דעם יום טוב אזוי:
עמי
משפחה (ענגליש)
המודיע
דער בלאט
דער איד
בינה (האט מיין ווייב געליינט)
מעלות איז געוועהן ביי מיין שוויגער אינדערהיים אבער איך האב עס אפילו נישט אנגעקוקט.
די וואך
די כינוס
העולם החרדי

און איך האב נאך געהאט אסאך איבריג צייט!

זר זהב » מוצ"ש יוני 2, 2012 11:47 pm

· #15530
און וועלכע פון די צייטונגען (ניטש מאגאזינען) איז דיר געעווען ס'מערסטע אינטערעסאנט/באלערנד ?

יידל » מוצ"ש יוני 2, 2012 11:48 pm

· #15532
כ'האב הנאה געהאט זעענדיג ווי די צוויי חברה (איד אין בלאט) רייסען זיך ביי די קעפ, ביידע פרובירינדיג ארויסצוברענגן וועלכע רבי איז מעכטיגער...
(ס'האט מיר דערמאנט פון מיינע חדר יארן: "מיין טאטע איז א עכטע שומרים!"
"און מיין טאטע האט א ריזיגע בליטיגע פאסיק!")

זר זהב » מוצ"ש יוני 2, 2012 11:57 pm

· #15538
טרייבסט איבער. מהרז"ל האט גערעדט אום שבועות זייער שטארק אראטאריש ממש נישט זיין סטייל. האט דער איד עס אויך באריכטעט אויף א סיריעס וועג ווי איינער זאגט נאו ווי מיען ביזנעס.

דעם בלאט האביך נישט געזען קענעך נישט קאמענטירן.

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 12:06 am

· #15542
זר זהב
טרייבסט איבער. מהרז"ל האט גערעדט אום שבועות זייער שטארק אראטאריש ממש נישט זיין סטייל. האט דער איד עס אויך באריכטעט אויף א סיריעס וועג ווי איינער זאגט נאו ווי מיען ביזנעס.

דעם בלאט האביך נישט געזען קענעך נישט קאמענטירן.

איך הער. אז מ'רעד שוין פון כינוס, כ'האב שבת געזען א טראנסקריפט פון א דרשה פון ר' יענקל ווייס מנהל פון מתיבתא תורה ויראה סניף ברך משה וואס ער האט געגעבן זונטאג אין טאג פון כנוס ווי ער האט מסביר געווען באריכות פאר די בחורים פארוואס מהר"א ערלויבט נישט גיין צום כינוס. כ'האב שטארק הנאה געהאט ווי ער ענדיגט צו אז נאך אלעם דארף מען האבן רעספעקט פאר א צווייטן. מיר האבן טאקע אן אייגנארטיגע מסורה פון התבדלות און מיר דארפן דאס מקיים זיין, זאגט ער, אבער דאס מיינט נישט אז מיר דארפן חוזק מאכן פון ווער עס פירט זיך אנדערש פון אונז און ח"ו צו בארעדן א צווייטען.
נאך אן אינטערעסאנטע נקודה וואס איך האב געשמייכלט ליינענדיג, ער זאגט אז פאר צוויי יאר צוריק האט סאטמאר (מהר"א) פראטעסטירט אין מאנהעטען איבער חילול עצמות אין א"י, און "אונזערע אייגענע ברודער" זענען נישט געקומען צום פראטעסט "מחמת פריוואטע סיבות" און פון דעם ציט ער א פאראלעל צום כינוס אז מה דאך ווען ס'קומט צו פראטעסטירן קעגן די ציונים קענען זיך געוויסע סאטמארע אידן זיך צוריקהאטן פון קומען צוליב "פריוואטע סיבות" איז כש"כ די כינוס ווי עס איז דא גוטע סיבות פאר וואס נישט צו גיין וכו'. די "אייגענע ברודער" מיינט ער דאך אוודאי די בני מהרז"ל וועלכע האבן דוכט זיך דעמאלטס געמאכט א מארש אין וואשינגטאן אנשטאט זיך באטייליגען אין דעם פראטעסט וועלכע די בני מהר"א האבן אראנדזשירט.

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 12:15 am

· #15545
אויב מיין זכרון ארבער גוט האט סאטמאר מהרז"ל נישט געוואלט גיין ווייל אנדערע עלעמענטן זענען אויך פונקט געגאנגען פראטעסטירן דארט (אפשר אראבער) און ס'וואלט אויסגעזען ווי מ'פראטעסטירט מוזאמען וואס די רבי ז"ל האט נישט געהאלט דערפון.

משה רוקח » זונטאג יוני 17, 2012 4:14 am

· #18185
זר זהב
און וועלכע פון די צייטונגען (ניטש מאגאזינען) איז דיר געעווען ס'מערסטע אינטערעסאנט/באלערנד ?

As a magazine the Ami was the best.
As newspaper the Hamodia is the best.

in-Kolel » זונטאג יוני 17, 2012 4:56 am

· #18187
What about zman?

ידען » זונטאג יוני 17, 2012 8:53 am

· #18193
Welcome back in-kolel

We missed you

משה רוקח » זונטאג יוני 17, 2012 2:28 pm

· #18259
דער זמן האב איך נישט אזוי ליב ווייל רוב זאכן האב איך שוין געליינט אין דער שטערן /שפאקטיוו.

in-Kolel » זונטאג יוני 17, 2012 2:59 pm

· #18271
ידען
Welcome back in-kolel

We missed you

Thanks back for a little while

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 19, 2012 10:25 am

· #18581
in-Kolel
ידען
Welcome back in-kolel

We missed you

Thanks back for a little while

וועלקאם בעק, אבער מאך כאטשיג א נייע ניק אז די עולם זאל נישט כאפען אז דו ביזט ליידער דורכגעפאלען די נסיון.

אברעמעל » דינסטאג יוני 19, 2012 10:53 am

· #18591
יעצט אנגעקומען צו דעם אשכול,
נישט געליינט כמעט קיין איין אויסגאבע,
יום טוב איז א צייט צו פארברענגען מיט די משפחה און די קינדער, ס'איז בכלל נישט אזוי לאנגווייליג.

ידען » דינסטאג יוני 19, 2012 10:55 am

· #18592
זעהט אויס אז ער איז נאר צוריק פאר איין מינוט ווען ער האט געוואלט וויסן וועגן די זמן, און יעצט איז ער שוין ווייטער נישטא 😞

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 19, 2012 4:05 pm

· #18661
זעט אויס ער'ט בטעות אריינגעסיינט מיט זיין אלטע ניק...

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:35 pm

· #49000
ארויף געברעינגט לכבוד יום טוב סוכות

in-Kolel » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:47 pm

· #49052
א גוטע וואך!

יעצט גענדיגט לייענען זמן׳ס ארטיקל איבער דעם אידישען אנטוואריסט ״עמיר דרומי״ איך מיז אייך זאגן איך געדענק נישט אזא ארטיקל א שאד איך האב עס נישט איבער געלאזט פאר סיכות

זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:52 pm

· #49057
איז עס געווען אינעם שטערן אמאל?

און פארוואס איז דער זמן 2 מאל אזוי דיק ווי דעם שטערן?

in-Kolel » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 10:03 pm

· #49059
זר זהב
איז עס געווען אינעם שטערן אמאל?

און פארוואס איז דער זמן 2 מאל אזוי דיק ווי דעם שטערן?

נישט געווען אין שטערן

אוי טאטי » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:18 am

· #49077
זר זהב
איז עס געווען אינעם שטערן אמאל?

און פארוואס איז דער זמן 2 מאל אזוי דיק ווי דעם שטערן?

לכאורה ווייל אחוץ פון נייע ארטיקלען לייגט ער אריין אלטע ארטיקלען פונעם שטערן.
אדער עט מען זאגן, אז דארט ערלויבט ער זיך צי שרייבן זאכן וואס ער קען נישט שרייבן אונעם שטערן.

קליגער איד » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 5:30 pm

· #49283
זר זהב
דו ביסט עס דארט געשטאנען ביים גראסערי אריינגאנג 4 שעה אין א צי ?...

דיר נעמט צוליינען די מעלות פיהר שעה???