☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » איז דיין צייט טייער ?

איז דיין צייט טייער ?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7082

נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 7:34 pm

· #220595
איז דיין צייט טייער ?
איך בין נישט קיין אפטער שרייבער דא, איך שרייב אפשר איין מאל אין א בלויער לבנה, וואס אימער דאס פינקטלעך מיינט, און נישט דוקא ווייל כ'האב נישט וואס צו שרייבן, נאר איפכא מסתברא כ'האב צופיל צו שרייבן, נו אוואו הויב איך אן, האסטו געהערט אזוינס, ווער בעט דיר שרייבן, העל איך אויף דעם ענטפערן, זאג כ'האב עפעס פון דיר צוגענומען, געפעלט דיר נישט, ליין נישט, און דרך אגב ארבעט אביסל אויף דיינע מדות, נישט אז איך האב זיך נישט וואס צו פארבעסערן, נאר יעצט רעדט איך פון דיר, ווען מוועט ענדיגן, קענסטו זיך נעמען צו מיינע ביינער.
אזעלכע שטותים צוזאמצורעדן, יא איך ווייס, און זאג נאר וואס פונקטליך איז נישט קיין שטותים, דער חכם מכל אדם זאגט דאך שוין הכל הבל, then please relax, and you know what , ווייסט וואס כ'העל דיר זאגן דאס זעלבסט איז אויך שטותים.
נו יעצט אז איך האב צופיל צו שרייבן, שטעלט זיך די פראגע נו שרייב, יא יא וואו הויב איך אן, שוין כ'האב באשלאסן צו שרייבן די דילעמא זעלבסט, אויך מיר א דילעמא, אויף אלע שונאים געוואונטשן, הע כ'האב נישט געזאגט גויים, נישט איך, איך בין נישט קיין ראסיסט, איז ווייסטו וואס איך בין יא א ראסיסט, איך מיין בין איך דער איינציגסטער, וואס קוקסטו מיך אזוי אן ?
איז וואס פונקטליך וויל איך, ענטפער ציללאז. אמתדיג? איז וואס מאטיווירט דיר ? וואס א נפק"מ, דאס איז עס, איז ווייסטו וואס, און אז מ'וויל גארנישט איז מען אפגעפרעגט ? איז ווייסטו וואס, בין איך אפגעפרעגט, בין איך אין גוטע קאמפאני, וואס איז טייטש תיובתא דרבא תיובתא?
האסט געליינט ביז אהער, שפירסט דיך ווי א fool, גארנישט געשען, וואס פונקטליך כ'האב פארנומען דיין טייערע צייט come on, cut the belony,  זאג נאר ווילאנג זיצטו הכנות, און ווילאנג פארברענגסטו צו רעדן פון צוויי ברודער מיט גרויסע תחתונים ?
שוין כ'האב באשלאסן זיך אפצושטעלן דא פינקט אינמיטן די מעשה

לאליפאפ » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 8:38 pm

· #220620
אלץ געוואונדערט פארוואס אונטער "א שמייכל" איז צוגעלייגט "און סתם קאפ פארדרייענישן"...

נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 8:49 pm

· #220623
וואוו, יעצט איז שוין אלעס פארענטפערט כמין חומר ?
אין וועמנס קאפ איז נישט פארדרייט מפני תוקף ואורך הגלות, ולב יודע מרת נפשו יעדער איינער ווייסט זיינע פערזענליכע גלות, לא ראי זה כראי זה הצד השוה שבהן אז מזעמער איגאנצן פארדרייט, אנגעדרייט, ס'איז כל ראש לחלי וכל לבב דוי, אוי ירחם המרחם.
שוין וואס האמיר צורעדן די מצב איז ביטער.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:04 pm

· #220630
פון אנהייב האב איך געמיינט אז מ'רעדט דא פון סתם א קאפדרייער. נא, ס'איז א רעגולער טאג אויף קאווע שטיבל. אבער נאכ'ן איבערליינען, זעה איך אז ער איז נישט די טיפישער קאפ דרייער, ער איז גאר א קאפ דרייער וואס חוץ דעם וואס ער דרייט דעם עולם א קאפ, דרייט זיך זיין אייגן קאפ מיט מיט'ן געדרייעכטץ.

נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:08 pm

· #220632
שוין כ'האב געציטערט אלס גבאי וועסטו מיך אויסשפארן פאר א גוטע צוואנציג יאר, א שטיין אראפ פון הארצן.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:11 pm

· #220633
כ'האב דאס טאקע געהאט אין מחשבה, אבער איך האב געזעהן איך האנדל דא מיט אזא קאפדרייער, האב איך מורא געהאט וועסט מיר פארדרייען די קאפ אין אישי די נעקסטע צוואנציג יאר.

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 11:28 pm

· #220681
אלעס פארשטיי איך אבער די אינטערשטע שורה מיט די תחתונים כאפ איך נישט.

אפשר מיינסטו די רכניץ ברידערס?

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 12:20 am

· #220693
נהורא געוואלדיג! נישט ממש. כ'מיין.. גוט... הממ.. אביסל בעסער ווי סתם גוט, ערגעץ ווי צווישן גוט און געוואלדיג.

כ'האב נישט געוואוסט האסט א סענס אף הומער. שוין...נישט געוואוסט, יא געוואוסט וואס איז געווען איז געווען. יעצט ווייס איך שוין עניוועיס. וואס א נפק"מ ווען כ'האב אנגעהויבן וויסן. עניוועיס כ'העל מיך דא אפשטעלן אזוי אינמיטן. אוי דאס איז דאך געווען דיין זשאוק.....

קינד_אן_קייט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 12:55 am

· #220697
כ׳האב עכט נישט קיין צייט, אבער ס׳איז א טייערער שפיל.

נישט קיין קינדער שפיל, נאר אפילו פאר ערוואקסענע איז דאס אן ערנסטער עסק.

בעצם, פאר יעדן, קינד און קייט, גרויס און קליין, דער גאנצער מענטשהייט טוט דאס אפעקטירן.

ולולא דמסתפינא, וואלט איך געגאנגן אזוי ווייט וואו ביז די לבנה און די שבעה כוכבי לכת, און כ׳מיין נישט דוקא די קארפן קעפ, אדער מלאכים, נאר אפילו די פשוטי עם, ווייל יעדער פארשטייט אז נער בלייבט נער, און אפילו דער חכם נער׳ט נישט קיינעם, ער קען אמאל בערמה אריינשווערצן עטליכע קרישקעלעך אבער איך און דו און ער אליין ווייסן, אז אויף לאנג וועט זיך דאס נישט האלטן, ס׳וועט קיין קיום נישט האבן און אוודאי וועט דערפון נישט בלייבן קיין שריד ופליט, פונעם סארט פון וואס מ׳קען טריאומפירן אפילו אויף א ספק ספיקא.

הערסט א מעשה?

נו שוין, א קנאפער נצחון.