☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » מיין אנקום צו קאווע שטיבל

מיין אנקום צו קאווע שטיבל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7074

פארוואס? » זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:08 pm

· #220278
מיין אנקום צו קאווע שטיבל
שאלות און קשיות פלעג איך אייביג פרעגן
פארוואס אונז טארן נישט און זיי מעגן
פארוואס אין אלעס זענען אונז דערקעגן
פארוואס קלויבן מיר אט דער דאזיגער וועג פון אלע וועגן
פון מיינע קשיות, רויט פון כעס זיי פלעגן
כ'האב נישט פארשטאנען, וואס טוהט עס אזוי אויפרעגן

אזוי פלעג איך מיר קוקן אין שפיגל
ווען איך בין אונטער שלאס און ריגל
יעדע טריט און שריט מוז האבן א זיגל
אויב מ'וויל פליען, שניידט מען אפ דאס פליגל
ווייל מיר זענען פון דאס ריין איבערגעבליבענע קריגל
מיר ווייסן נישט פון גארנישט, נאר צו לייגן אויפן ביהמ"ק א ציגל
מיטן עוועלוציע אינאיינעם וועלן מיר בלייבן עסן לאקשן קוגל

געווען איז עס מיט א שטיק צייט צוריק
אלעס האט זיך אנגעפאנגען מיט א נארישע קליק
איך האב געגעבן א אויבנאויפדיגע בליק
און מער האב איך שוין נישט געקענט צוריק
גלייך דערויף האב איך אויפגעמאכט א ניק
און אנגעפאנגען שרייבן אביסל איבער מאטעמאטיק
מיינענדיג אז עס וועט זיין א גוטע שטיק
אבער כ׳האב צוריק באקומען א פליק
קיינער האט דערויף נישט געגעבן קיין קוק

אויף די פאר'אידיש'טע ענגליש - אין אנפאנג - געבראכן די ציין
ביז כ׳האב מיר צו דעם צוגעוואוינט ווי א ווערימל אין חריין
פאר מיין ווייב האב איך געזאגט אז דאס פלאץ איז ריין
פאר מיינע פריינד האב איך דערציילט אז עס איז שיין
איך מיין אז דער אמת איז קיין איין
אבער פון דאס פלאץ וועל איך קיינמאל נישט גיין
כאטש פארוואס? וועל איך קיינמאל נישט פארשטיין
דער מלאכ׳ל אויפן קאפ קלאפט און שרייט: לייען!

כוכב » זונטאג אוגוסט 31, 2014 10:49 pm

· #220295
זייער שיינע גראמען, אולי שמאעזיע, אבער קיין פאעזיע...

פארוואס? » זונטאג אוגוסט 31, 2014 11:22 pm

· #220307
כוכב
זייער שיינע גראמען, אולי שמאעזיע, אבער קיין פאעזיע...

נאך טויזנט מאל איבערקלערן
האב איך מיר געלאזט הערן 
אלעס וואס טוהט מיר באדערן
בשעת מיינע אויגן פליסן טרערן
קומט דא א לשון-קודש׳דיגע שטערן
און טוהט אלעס איבערקערן
זאל איך פון איהם לאזן הערן?
ניין. ווייל דעמאלס וועט פון מיר גארנישט ווערן

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 12:01 am

· #220319
@פארוואס? פארוואס? טוט אים טרייבן,
זיין נפש לאזט אים נישט שטיין בלייבן,
ביז אין די קליינע נומערן און ליינס,
וויפל איז האלב פון איינס - איינס,
פון א אומוויסענד חסידיש קינד,
ביז אפאר יאר זייער געשווינד,
א מאטימאטישע חכם און פראפעסער,
מורם מכל עם פון יעדעם גרעסער,
מיט פאעזיע דער פארוואס טוט שטופן,
ער וועט יעדעם בקרוב איבערהיפן,
ווייל א נפש א אויסנאם,
דערגיין פון יעדע זאך איר טעם,
פארוואס איך נישט, פונקט ווי יענער,
צום סוף את עלית, ער קען בעסער און שענער.

פארוואס? » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 12:33 am

· #220327
אדום אדום ווערט ער אנגערופן רויט
דו האסט פארשטאנען צו מיין נויט
האסט מיר געראטעוועט פון טויט
שמחה זאלסטו אייביג האבן ווי א שיכור׳ער לוט

שעפטאל » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:28 pm

· #539478
Re: מיין אנקום צו קאווע שטיבל
פון פרעגן @פארוואס? ווי וועלעך אנקומען?
צו דען וועט עפעס אמאל שטומען?!

אבער פון זיין פארמאכט וועלעך דאך ליידן
אלזא, עגמת נפש קען מען נישט פארמיידן

א גרינגער מהלך איז צו טוהן ווי מ'וויל
פארן פארמאכט'ן שכן זיך האלטן שטיל

אנשטאט פון שרייען "אוי וויי ס'איז אן עקל"
פארן סיסטעם נישט געבן קיין דעקל