☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קען מדינת ישראל באזיגן ISIS?

קען מדינת ישראל באזיגן ISIS?

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7070

ביבער » זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:08 pm

· #220196
קען מדינת ישראל באזיגן ISIS?
מלחמת צוק איתן אין עזה איז גענדיגט אבער מאנכע צייגן אן אז מדינת ישראל וועט זיך נאך בענקען נאך אזעלכע מלחמות.

די IS (אייסיס) וואס האט שאקירט די וועלט מיט זייערע שטוינענעדע נצחונות אין סיריע און איראק האט געמאלדן לעצטע וואך אז זיי וועלן קומען ראטעווען די פאלעסטינער פאלק פון די בארבארישע איזראעלי הענט, און בכלל איז ארץ ישראל אויף די שטח וואס זיי באטראכטן אלס אריגינעל די לאנד פון איסלאם אונטערן הערשאפט פונעם קאליף על באגדאדי, כאטש אייסיס האט צוערשט גענומען די מוזולמענער כופרים אלס א צילברעט איז עס נאר א שאלה פון צייט ווען זיי וועלן אנגרייפן אויך ארץ ישראל. היל"ת.

לעצטע וואך מיטוואך האט אייסיס איינגענומען קונעטירא א קריטיש וויכטיג געגנט אין סיריע וואס גרעניצט זיך מיט ארץ ישראל, אויך אין ירדן אין געוויסע שטעט האבן זיי שוין אנגעהויבן מארשירונגען און פראטעסטן, אייסיס איז טרענירט געווארן דורך אמעריקע און זענען באוואפנט מיט אמעריקאנער געווער וואס זיי האבן איינגענומען אין איראק און סיריע, חוץ פון דעם זענען זיי היינט איינס מיט אל נוסרא א אמעריקאנער באוואפנטער רעבעלן גרופ - אן אפגעטיילטער פליגל פון אל-קאידא, דאס איז אלעס בשעת ווען פרעזידענט אבאמא האט קלאר געשטעלט אז דערווייל איז נישטא קיין סטראטעגיע וויאזוי זיי צו אנטוואפענען, שטעלט זיך די שאלה אויב מדינת ישראל וואס האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט די צוריקגעבליבענע חאמאס וויאזוי וועלן זיי זיך באשיצן פון אייסיס? און בפרט אויב עס וועט זיי געלונגען איינצונעמען (חלקים פון) מצרים און לבנון?

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:15 pm

· #220199
עס זאל דיר זיין זייער קלאר איין זאך, מדינת ישראל קען זיך ספראווען מיט חאמאס און מיט אסאך גרעסערע ווי זיי. נאר וואס דען? ווילאנג זיי פילן נישט קיין עכטע threat צו זייער עקזיסטענץ, לאזן זיי זיך פארפירן פון די וועלטס פרעשור כדי צו האלטן זייער עקאנאמיע פון פאלן, אבער עס איז זיכער אז מיט ISIS וועלן זיי נישט זיין אזוי טאלעראנט.

טשעק אויס וואס מדינת ישראל האט געטון צו סאדאמס נוקלעארן פלענט 30 יאר צוריק נאך וואס אמעריקא און פראנקרייך האבן נישט אונטערגענומען קיין שריט קעגן איראק..

און לאמיר נישט פארגעסן דעם אם ה' לא ישמר עיר וכו'.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:11 pm

· #220218
איך האלט אז אליינס נישט. אבער מיט די הילף פון אמעריקע און האפענטליך כאטש א חלק אייראפע, איז דא א מעגליכקייט.

ואני מצפה לרגלו של משיח.

מאן דאמר » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 12:09 am

· #220322
ISIS האט נישט איינגענומען קוניטרה, נאר ג׳האב אל נוסרא, פון וואנט נעמט איר אז זיי האבן א שייכות מיט ISIS?
נישט אז אל נוסרא זענען איידעלע מענטשן, אבער זיי זענען נישט ISIS

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 12:44 am

· #220329
אין איין מינוט!
אפאר פארשטונקענע טרעקליך? ווהאטס די ביג דיעל, מיט איינס פון די גרעסטע לופט קרעפטן (ארויס געשנארט פונעם פיינעם פעטער) דארף עס נישט נעמען קיין צען שעה!

הדד בן בדד » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 1:38 am

· #220350
איך בעט און האף צום הייליגן באשעפער עס זאל קיינמאל נישט אנקומען צו דעם, איך ציטער וואס וועט דעמאלס זיין.

איך האף אבער, אז אויב חלילה וועט מען יא אנקומען דערצו, וועט עגיפטן און ירדן זיך העפטיג צושטעלן צו מדינת ישראל זיי אפצושלאגן, און אז דעמאלס וועט דער פאריקטער אבאמא זיי לאזן טוהן וואס זיי דארפן און נישט ווארטן אז זיי זאלן אנקומען קיין וואשינגטאן די סי.

(קען זיין אז אבאמא'ן קימערט עס נישט אזויפיל, ווייל ער קלערט אז דעמאלס וועט ער שוין נישט זיין אין וואשינגטאן. דארף מען אים דערמאנען אז זיי וועלן אויך אויסמארדן אסאך טרעיוואן מארטינס, אזעלכע וואס וואלטן ווען געקענט זיין זיינע זוהן...)

מאן דאמר » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:21 am

· #220375
אין די מידיא קוקט מען מיט א גאנץ אנדערע פערספעקטיוו, זיי זאגן מיט א פשטות, אז אויב ISIS וועט זיך נעמען צו ירדן, וועט ישראל זיכער קומען צו הילף.
דא איז איינע פון די ארטיקלען צום ביישפיל:
<a class="postlink" href="http://www.thedailybeast.com/articles/2014/06/27/israel-could-get-dragged-into-isis-s-war-obama-admin-warns.html">http://www.thedailybeast.com/articles/2 ... warns.html</a>

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:28 am

· #220376
די מדינה גיט זיך נישט קיין עצה מיט חמאס ווייל זייז ענען אטיעף אין א באווינטע פלאץ, אויב קומט ISIS פון ירדן וכו' קען מען זיי צושמעטערן, וואס איז אבער די דין אויב קומען זיי פון עזה??, שווערע פראבלעם..
און פארשטייט זיך ווי שמעקעדיג זאגט אם ד' וכו'..

פארוואס? » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:40 am

· #220382
כ׳מיין אז די גרעסטע פראבלעם וואס מדינת ישראל האט מיט חאמאס איז דער פאקט אז די וועלט קוקט אן אז זיי האבן א לעגיטימע תביעה, (דהיינו, כאטש וואס זיי נוצן טעראר מיטלען, אבער זייער אפציעלע מטרה איז דערהערבאר, זיי ווילן צוריק באקומען עפעס).
פון די אנדער זייט ווען ס׳קומט צו ISIS, דארט וועט יעדער מודה זיין אז עס איז א טעראר ארגעניזאציע מיט ריין טעראר מיטלען, (כאטש זיי גלייבן אז זיי טוהן די ריכטיגע זאך, ראה כמה גדול כוחה של אמונה…), און די וועלט וועט נישט אפהאלטן מדינת ישראל פון עפעס טוהן.
נישט אומזיסט פראבירט דער ישראלי׳שער פרעימיניסטער די גאנצע צייט צו קאנווינסן די וועלט אז חאמאס איז ISIS, און ISIS איז חאמאס.

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:32 am

· #220397
פארוואס?
כ׳מיין אז די גרעסטע פראבלעם וואס מדינת ישראל האט מיט חאמאס איז דער פאקט אז די וועלט קוקט אן אז זיי האבן א לעגיטימע תביעה, (דהיינו, כאטש וואס זיי נוצן טעראר מיטלען, אבער זייער אפציעלע מטרה איז דערהערבאר, זיי ווילן צוריק באקומען עפעס).
פון די אנדער זייט ווען ס׳קומט צו ISIS, דארט וועט יעדער מודה זיין אז עס איז א טעראר ארגעניזאציע מיט ריין טעראר מיטלען, (כאטש זיי גלייבן אז זיי טוהן די ריכטיגע זאך, ראה כמה גדול כוחה של אמונה…), און די וועלט וועט נישט אפהאלטן מדינת ישראל פון עפעס טוהן.
נישט אומזיסט פראבירט דער ישראלי׳שער פרעימיניסטער די גאנצע צייט צו קאנווינסן די וועלט אז חאמאס איז ISIS, און ISIS איז חאמאס.


אנקעטע פון עזה איינוואוינער
13% שטיצן אייסיס.
__85% זענען אנקעגן אייסיס

(אין פראנקרייך שטיצן 16% אייסיס!!!
אין ענגלאנד 7%!)

מאן דאמר » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 2:24 pm

· #220465
אן ארטיקל אין וואלה! זאגט נאך פון א ישראל באאמטע, אז די רעבעלן ביים גרעניץ וועלן זיך נישט וואגן צו אנהייבן מיט ישראל, ווייל ישראל וועט איר אפפארטיגען אחד ולתמיד
<a class="postlink" href="http://news.walla.co.il/?w=/2689/2781552">http://news.walla.co.il/?w=/2689/2781552</a>

לאליפאפ » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 2:41 pm

· #220475
טעפל

און פארשטייט זיך ווי שמעקעדיג זאגט אם ד' וכו'..

ווי ווער זאגט??

גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 3:23 pm

· #220504
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די וועלט איז שטול בנוגע isis איך מיין אויף וואס ווארט מען ?

זעיט שוין אויס אזוי ווי פאר די צווייטע וועלט מלחמה עפאכע ווען מ'איז שטול געווען ווען היטלער האט אנגעהויבן אנצוגריפן יעגוסלאוויע און די דעמאלטיגע וועלט האט געשוויגן

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 4:55 pm

· #220554
לאליפאפ
טעפל

און פארשטייט זיך ווי שמעקעדיג זאגט אם ד' וכו'..

ווי ווער זאגט??

איי עם סא סארי 😳 😳 😳
ווי לאליפאפ זאגט וכו'

לאליפאפ » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 4:59 pm

· #220557
דיין טעות האט מיר געקאסט א לייק.. נע פארקערט, חלילה, זייער גערן!

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 5:11 pm

· #220559
גאנצל
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די וועלט איז שטול בנוגע isis איך מיין אויף וואס ווארט מען ?

זעיט שוין אויס אזוי ווי פאר די צווייטע וועלט מלחמה עפאכע ווען מ'איז שטול געווען ווען היטלער האט אנגעהויבן אנצוגריפן יעגוסלאוויע און די דעמאלטיגע וועלט האט געשוויגן

דעיס שרייט דאך יעדער איינער!!

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 7:46 pm

· #220601
טעפל
לאליפאפ
טעפל

און פארשטייט זיך ווי שמעקעדיג זאגט אם ד' וכו'..

ווי ווער זאגט??

איי עם סא סארי 😳 😳 😳
ווי לאליפאפ זאגט וכו'

ווי דוד המלך זאגט
🙄

קינד_אן_קייט » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:10 pm

· #220656
קודם כל, היינט צוטאג׳ס איז שוין כמעט נישט שייך דער מושג ״זיג״. דער אופן פון מלחמות איז נישט ווי אמאל, ס׳איז מער כמעט נישטא צוויי זייטן וואס שלאגן זיך אויף אן ענדגילטיגער אויספיר, די עפאכע פון די סארט מלחמות האבן זיך שוין ווארשיינליך געענדיגט.

בפרט אין די מוסלימענער קאנפליקטן, רעדט מען נישט פון קיין מיליטער וואס לאזט זיך באזיגן אדער פארגלייכן כמקדמת דנא, די זעלנער זענען סך הכל ציווילע גרופעס וואס נעמען דאס געווער אין די האנט און פארמאגן נישט קיין הירארכיע, אדרעס אדער פירערשאפט, מ׳שלאגט זיך אויפ׳ן שטייגער פון ״גארילא״, אדער נאך ערגער, ריין ״טעראר״.

אין אפגאניסטאן און אין טשעטשניע האט רוסלאנד עד היום נישט דערלעבט צו דערקלערן זיג, אין איראק האט זיך בוש געמאכט צו נער ווען ער האט (פריצייטיג) דערקלערט זיג, אין עזה און אין לבנון האט נאך מדינת ישראל נישט אויספיעט צו באזיגן חמאס און חיזבאללה, און אפילו לגבי אל-קאידא איז גאר שווער, אפילו היינט, פאר די מערב וועלט צו דערקלערן א נצחון.

איז דערפאר, די שאלה נישט צו מדינת ישראל קען ״באזיגן״ ISIS, נאר ענדערש, צו דער מצב אין סיריע און דער פאקט אז ISIS האלט דארט אפ נצחונות, מיינט צו זאגן אז די מדינה וועט זיך בקרוב טרעפן מיט א דריטן פראנט אנטקעגן די בארבארישע דזשיהאדיסטן.

כאטש א משוגענעם קען מען נישט אויסרעכענען, האבן אבער לכאורה נישט די שיאיאטישע ISIS מערדער יעצט אויפ׳ן געדאנק אנצוהויבן א ממשות׳דיגער קריג קעגן די מדינה, מחמת כמה סיבות.

ערשטענ׳ס, איז זייער עיקר מלחמה קעגן די שיאיאטן. דאס איז א געפעכט וואס האלט שוין אן טויזענטער יארן צווישן די צוויי שבטים און וועט זיך קיינמאל נישט ענדיגן, אבער היות דער מצב אין איראק אין די לעצטע יארן האט גורם געווען אז די שיאיאטן פירן דאס רעדל און מיט זייער טיפישע אראבישע טיפשות האבן זיי זיך ווייניג געקימערט איבער די סוני׳שע בירגער, און גאנץ אפט זיי גאר אונטערדרוקט, איז דאס געווארן פאר די סוני׳ס נישט בלויז א מלחמת מצוה, נאר אויך א מלחמת קיום ומלחמת חובה.

אין דעם זין, דארף מען באטראכטן ISIS מייסטענס ווי די טאליבאן וואס שלאגן זיך פאר זייער היים ערטער (פארשטייט זיך לויט הלכות שריעה), און ווייניגער ווי אל-קאידא.

צווייטענ׳ס, אפילו אויב ISIS וואלט ווען געוואלט, האבן זיי למעשה יעצט כמעט נישט קיין שטחים אדער באזעס וואס גרעניצן זיך מיט מדינת ישראל פון ווי זיי וואלטן געזאלט קענען דירעקט אטאקירן אדער אנגריפן די מדינה. און אז ס׳וועט זיך יא מאכן אז זיי וועלן חלילה אייננעמען א שטעטל נאענט צום גרעניץ, קען מען זיכער זיין אז די ישראלים וועלן דאס גאנץ שנעל איבערקערן צו א הויפן שטיינער, זיי האבן זיך שוין ערלויבט צו ברעכן אונטערנאציאנאלע געזעצן אויף קלענערע ספיקות׳דיגע סכנות.

ISIS פארשטייט דאס, און זיי ווייסן אויך אז אנדערש ווי דאס צוקלאפטע סירישער מיליטער (וואס איז מעיקרא געווען א שוואכלינג, באשטייענדיג פון די ארימע שיכטן פון פאלק וואס האבן בעצם פיינט דאס רעזשים נאר זענען געצווינגען איר צו דינען), איז צה״ל א בערישער מאנסטער, וואס אויב וועט מען איר אויפוועקן וועט זי זיך גאר פרייען א טובה צו טאן פאר די גאנצע מערב וועלט און מיט איר פולן קראפט דערשטיקן דאס אפשיקעניש וואס רופט זיך ISIS.

דאס מיינט נישט צו זאגן אז זיי קענען נישט טשעפענען און ר״ל אויסטיילן צרות און קאפ ווייטאג פאר די מדינה.

דא און דארט, קענען זיי חלילה פרובירן אריין צו דרינגען, צו דורך שיסעריי (ראקעטן, קורץ שטרעקעדיגע מיסילס, RPG, מיסילס קעגן ערעפלאנען, וכו׳), צו דורך איינצעלנע טעראריסטן. זיי קענען זיך אויך אנשליסן מיט די מער עקסטרעמע עלעמענטן אין עזה, לבנון און סיני, און ח״ו פרובירן אויסצופירן שאקירענדע מערדערישע טעראר אקציעס, השם ירחם. 

אבער דאס איז א סכנה וואס הערשט סיי ווי סיי אין מדינת ישראל און מ׳ספראוועט זיך דערמיט כסדר. אל-קאידא, חיזבאללה / איראן, און אסאך אנדערע, זענען חורשי מזימות יעדן טאג און ISIS איז נישט קיין מיוחס אין דעם געביט.

מעגליך אז זיי קומען פאר אלץ מער בארבאריש, אבער דער נאטור פון די סכנה איז דאס זעלבע.

היוצא לנו מכל זה, אז א דירעקטער מלחמה-שטייגער קאנפליקט צווישן ISIS און די מדינה איז כמעט נישט עפעס וואס איז נראה לעין לעת עתה, און ווילאנג זיי שחט׳ן זיך צווישן זיך, וועט מדינת ישראל האלטן אויג אבער שטיין אין די זייט.  

אויב ווידער, וועלן זיי ארויס גיין פון די ראמען אדער באדראען די מדינה׳ס פריינט אינעם ראיאן, ווי למשל ירדן אדער מצרים, וועט זיך די מאפע גאנץ שנעל טוישן, און היות ממש אלע ארומיגע (אפילו איצטיגע שונאים פאר די מדינה ווי איראן, לבנון, סיריע און טערקיי) זענען זייערע שונאים, האבן זיי שוואכע שאנסן צו דערלעבן א נצחון.

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 11:23 pm

· #220678
קינד און קייט, דו זאגסט אז אייסיס זוכט זיך נישט צו אנהייבן יעצט מיט ארץ ישראל,
און מיט אמעריקא יא??

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 11:27 pm

· #220680
אייס זענען סוני'ס נישט שיאטן. איראק נאך סאדאם איז געפירט געווארן דורך שיאטן וואס האבן אונטערגעדרוקט די סוניס. סאדאם איז געווען סוני

ביבער » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 11:28 pm

· #220682
@קינד_אן_קייט מען רעדט נישט פון זיי עוקר מן השורש זיין לגמרי ווי בוש האט געחלומט אויף אל קאידא, ווען די מלחמה איז אויף שטח, דאס מיינט פאר וועם א געוויסע שטח בעלאנגט איז אוודאי שייך זיג.

למען הפונקטליכקייט: ISIS זענען סוניס און פייטן די שיאטן. נישט אז ס'מאכט א גרויסע חילוק למעשה ווייל ביידע זענען זיי די זעלבע רוצחים און ביידע גלייבן זיי אין מוחאמעד, זיי פייטן בעיקר ווער דער ממשיך דרכו פון מוחאמעד איז געווען, ס'איז א אהרן זלמן לייב פאליטיק וואס ציהט זיך שוין 1500 יאר.

דו באקוקסט דעם מצב זייער פאזיטיוו, למעשה איז זייער שווער צו וויסן וועם איראן און אנדערע פיינטליכע לענדער וועלן זיך ענדערש צושטעלן בעת א מלחמה, אוודאי קען מען פארשטיין אז אייסיס איז זיי א גרעסערע שונא ווי מדינת ישראל ווייל אייסיס באדראעט זייער לאנד און ישראל נישט, אבער פון די אנדערע זייט א לאנד ווי איראן למשל, וואס האט נישט צופיל מורא פון אייסיס וועט מעגליך אויסנוצן די געלעגנהייט און צוהעלפן אייסיס, באמת איז עס א שאך שפיל ווייל די אראבישע לענדער זענען אלע צוקריגט צווישן זיך נישטא קיין 3 לענדער וואס זאלן נישט זיין 4 מאל צוקריגט צווישן זיך אבער דער על באגדאדי שפילט דעם געים זייער גוט, די פאליטיק וואס ער האט געשפילט די לעצטע יאר ווי למשל מיט אל קאידא און די סוקסעפולע מלחמות וואס ער האט געפירט זענען אלע עדות אויף דעם, די אראבישע לענדער ציטערן אלע אין הויזן ובפרט ירדן מיט מצרים ביידע אליארטע לענדער אבער נישט סטאביל גענוג צו פייטן אייסיס, בקיצור אויב די מערב וועלט וועט ווייטער שווייגן ווי ביז יעצט איז ארץ ישראל אין ביג טראבל.

קינד_אן_קייט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 12:39 am

· #220695
@בשבילי!, @ביבער, נתהפכו היוצרות, טעות לעולם חוזר וכל מקום שאתה מוצא שאיאט צ״ל סוני (שוין פארראכטען), אבער די עיקר נקודה איז אז זיי זענען ארום גערינגעלט דורך לאנגע שונאים (די שאיאטישע איראן, סיריע און לבנון) אין דעם גאנצן ראיאן און די חברה זענען שטערקער ווי זיי.

@zurich, זייער עסק מיט אמעריקא איז בעיקר צוליב איראק וואס אמעריקא קאנטראלירט אונטער די קוליסן, און הלכה למעשה, איז דאך אמעריקא בפירוש פארמישט אינעם טעגליכן קאמף זיי אויסצוראטען.

ביבער, לגבי איראן, איז זייער עיקר אינטערעסע צו קאנטראלירן אדער לכה״פ האבן א שטארקע איינפלוס אויפ׳ן הלוך ילך פון די רעגירונג אין איראק, סטראטעגיש איז דאס זייער הויפט ציל, און דאס זעלבע איז אויך מיט סיריע און לבנון. מדינת ישראל פארנעמט יעצט נישט דער אויבנאן אויף זייער אגענדע, ווייל אינערליך זענען זיי אפגעשוואכט (עקאנאמיש צוליב די סאנקציעס, און אויך פאליטיש צוליב דאס אומרואיגקייט און ווידערשפעניגקייט פונעם פאלק - בעיקר די יונגווארג), דערפאר מוזן זיי זיך שטערקער באפעסטיגן ביי די גרעניצן און ISIS איז גאר א שטארקער פראבלעם און דאגה פאר זיי, זיי ארבעטן אפילו נאענטערהייט מיט אמעריקא כדי זיך צו ספראווען דערמיט.

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:20 pm

· #220826
איך בין נישט קיין גרויסע פארשטייער אדער היסטאריקער אבער איך וועל צולייגן מיינע הרגשות אינעם ענין

לכוארה איז @קינד גערעכט isis למעשה האט דא גארנישט מחדש געווען מער ווי אגרעסיוויע דעס וואס זיי טוען איז שוין געטון געווארן הונדערטער מאל אינעם אראבישן ראיאן אמאל דער אמאל יענער זיי ווייזן נאר ארויס שטארקע שטייפקייט וואס יא ווי מ'געט איבער האבן זיי אונטער זיך אסאך געלט און געפערליכע וואפן (צו ס'איז אמת צו נישט דארף איך פרעגן קאלין פאועל ) און מיט זייער אגרעסיוויע זענען זיי שוין אנגעקומען זייער ווייט און האבן שטוינענדיגע נצחונות

אבער דערווייל האבן זיי נאר נצחונות אין אזעלכע לענדער ווי ס'איז נישטא קיין געהעריגע שטארקע סטאביליזירטע רעגירונג דארט ווי די רעגירונג איז ווי א אפגעשוואכטע טיגער ווי איראק סיריע ליביע

יעצט שטעלט זיך די הויפט פראגע וואס גייט זיין ווען זיי גייען אנגריפן א געהעריגע רעגירונג ווי א"י אמעריקא ענגלאנד קען מען זיי מסתמא צושמעטערן זייער שנעל ס'וועט זיכער קאסטן קרבנות געלט טעראר אטאקעס היפש אנגעצויגענע אומרואיגע טעג,, א זאך וואס מ'קען פארמיידן מיט טון פאראויסדיגע שריט און זיי נאך צוקלאפן בעוד מועד בטרם יבא צר וואס דעס איז אייגענטליך די מיינונגס פארשידענהייט צווישן אמעריקא און עגיפטן ווען מ'זאל זיך נעמען צו דער זאך, אבער דאס איז זיכער (?) אז איינמאל מ'וועט זיך נעמען איבער זיי וועט מען זיי צושמעטערן און שוואך מאכן (שיינע חלומות איז דאס טאקע אזוי זענען זיי נישט שטערקער ווי מ'מיינט ? ווער ווייסט ) סוכ"ס זענען זיי נישט קיין רעגירונג דערווייל נאר א טעראר גרופע

די גרעסערע ציטער איז פוטין וואס קיינער ווייסט נישט וואס ס'דרייט זיך אלס אין דעם עגאאיסטישן מח און ווי ווייט ער איז גרייט צו גיין ווייזן זיין שטאלץ און צו ער וועט זיך וועלן שלאגן מיט אמעריקא טאמער ס'וועט אים אנשמעקען

כ"ז נראה לפע"ד

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:31 pm

· #220831
[ציטאט אראפגענומען]

א אידיש קינד דער סטיווען "יואל" סאטלאף.

השם ינקם דמו!

אפטעמיסט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:33 pm

· #220832
ווי קען זיין אז ער, און דזשעימס פאלי, רעדן מיט אזא רואיגקייט סעקונדעס פאר'ן גע'שחט'ן ווערן???

ס'איז לא יאומן וואס גייט פאר אין אונזער "ציוויליזירטער" וועלט.

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:37 pm

· #220833
זיי זענען נישט ביי זיך, בלא שאלה, אפשר סתם גוט געברעינוואשט? איך האלט (נאכנישט גענדיגט מיינע אינוועסטיגעישאנס, ווארטס אויס פאר הונדערט פראצענטיגע רעזאלטאטן..) אז זיי זענען פשוט פארדראגט.

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:40 pm

· #220834
אפטעמיסט
ווי קען זיין אז ער, און דזשעימס פאלי, רעדן מיט אזא רואיגקייט סעקונדעס פאר'ן גע'שחט'ן ווערן???


אונזערע זיידעס אין לאגער זענען אויך נעבעך שוין געווען רואיג ווען ס'איז געקומען למעשה, זיי האבן באטראכט דעם טויט מער ווי א אויסלייזונג פון דעם פיינליכן לעבן.
די זעלבע דא זיי האבן מיטגעמאכט דארט שבעה מדורי גיהנום זיי האבן יעדן טאג פריש געזעהן דעם טויט פאר די אויגן, און ווען די צייט איז געקומען זענען זיי שוין געווען מער רואיג און קאלט.

קינד_אן_קייט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 5:53 pm

· #220913
גאנצל
וואס יא ווי מ'געט איבער האבן זיי אונטער זיך אסאך געלט און געפערליכע וואפן (צו ס'איז אמת צו נישט דארף איך פרעגן קאלין פאועל)

👍
פאר׳ן דערמאנען קאלין פאעול, א ליצנות לדורות נעבאך.

לגבי די וואפן, איז נאך נישטא קיין הוכחות אז זיי האבן געלייגט א יד אויף געפערליכע מרעין בישין, די לעפטאפ וואס מען האט געטראפן איז בעיקר אנווייזונגען פאר היימיש געמאכטע געמויזעכצער (א שטייגער ווי די אינסטרוקציעס וואס די באסטאן מאראטאן באמבאדירער האבן גענוצט), און אינעם מאסול אוניווערסיטעט האבן זיי נישט געפינען עפעס ממשות׳דיג וואס זאל זיין אן ערנסטער געפאר.